אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022

רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין זצ"ל (ה'תק"ל - כ"א מנחם אב ה'תקע"ח) איז געווען רב אין קאמארנא.

אפשטאם

רבי סענדער איז געבוירן אין סאפרין אין יאר ה'תק"ל, דער דריטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין, פון סאפרין, און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב צבי.

רבנות

רבי סענדער איז געווען א גרוידער למדן, אלס קינד פון זיבען יאר האט ער געדענקט אלע דריי בבות מיט אלע נושאי כלים. ער איז געוען פון די אנגעזעענע תלמודים פון חוזה פון לובלין.

רבי סענדער איז געווען רב אין זידיטשוב און אין זורובנא, אין יאר ה'תקע"ב איז ער געווארן רב אין קאמארנא

הסתלקות

רבי סענדער איז נפטר געווארן זייענדיג אין איהעל, כ"א מנחם אב ה'תקע"ח, און דער ישמח משה האט אים מספיד געווען

פאמיליע

רבי סענדער האט געהייראט מרת חנה ( - ה'תקצ"ה) א טאכטער פון מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יעקב קאפל ליקאווער. זייערע קינדער:

  • די ווייב פון הרב ברוך עפשטיין
  • די ווייב פון הרב אשר סאפרין

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר