אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עמבער אלערט"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט עמבער אלערט צו רוי:עמבער אלערט אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) צייכן: באַדייטן-לינקס |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 22:06, 8 יאנואר 2023
עמבער אלערט (Amber Alert) איז א מעלדונג סיסטעם צום פובליק ווען א קינד ווערט געקידנעפט וועלכע האט די קא-אפעראציע צווישן די פאליציי, מידיא, און טראנספארטאציע אפטיילונגן איבער גאנץ אמעריקע און קאנאדע.
מיסיע
עס קומען אריין ארום 800,000 באריכטן א יאר וועגן קינדער וואס פעלן וואס קומט אויס צו בערך 2,000 פער טאג. פארשטייט זיך אז דער גרעסטער טייל דערפון ווערט אפגעקומען מיט שרעק ווען דאס קינד קומט שפעטער אן אהיים אבער ארום א דריטל פון דעם זענען קינדנעפינגס. פיר פינפטלעך פון אלע קינדנעפינגס ווערן אויסגעפירט דורך פאמיליע מיטגלידער וועלכע באשליסן אז די קינדער ווערן נישט ריכטיג בא'הנדל'ט דורך זייערע עלטערן פאר סיי וועלכע סיבה. ארום איין פינפטל פון קינדנעפינגס ווערן אויסגעפירט דורך נישט פאמיליע מיטגלידער וואס קומט אויס צו בערך 400 קינדנעפינגס פער טאג.
אלס א רעזולטאט צו דעם טראגישן פראבלעם וועלכע פלאגט אזויפיל פאמיליעס, און ספעציעל די קליינע קינדער, האט מען אויפגעשעטעלט אין אלע סטעיטס אן עמוירדזשענסי רעספאנס סיסטעם פאר פעלנדיגע קינדער וועלכע האט באקומען דעם נאמען "עמבער" (אמעריקע'ס מיסינג בראודקעסט עמוירדזשענסי רעספאנס) וועלכע איז א פאראייניגטע אלערט נעטוואורק צווישן די לאו ענפארסמענט אגענטורן, די מידיא, און די עלעקטראנישע ראוד סיינס וועלכע אלערטן אינאיינעם די מאסן איבער א קינדנעפינג באלד ווען עס ווערט באריכטעט.
אין די קומענדיגע שורות וועלן מיר באטראכטן וויאזוי דער פראגראם איז אנטוויקעלט געווארן, וויאזוי עס ווערט גענוצט צו טרעפן פארלוירענע קינדער, און דער סוקסעס פונעם אלארם סיסטעם היינט צו טאג.
געבוירן פון א טראגעדיע
די עמבער אלערט פראגראם איז געגרינדעט געווארן אלס אן ענטפער צו א טראגעדיע פון א קליינע 9 יעריג מיידל וועלכע איז געקידנעפט געווארן אין ארלינגטאן, טעקסאס, אין 996' און איז שפעטער אומגעברענגט געווארן דורך אירע קינדנעפער וועלכע זענען קיינמאל נישט געכאפט געווארן. יענע אינצידענט האט אויפגעטרייסלט דאס גאנצע לאנד און אסאך שאקירטע מענטשן אינאינעם מיט די לאקאלע אויטאריטעטן האבן צוגעזאגט אז עפעס דראסטיש וועט געטאן ווערן צו העלפן מאכן אן אפשטעל צו קינדנעפינגס. עטליכע פאליציי אפטיילונגן און א גרופע עקספערטן האבן זיך באלד געזעצט ארבעטן אויף א פלאן און זענען אויפגעקומען מיט עטליכע פלענער אריינגערעכנט די פאראייניגטע נעטוואורק פלאן.
א יאר דערויף האט מען אויסגעוועלט דעם פלאן וועלכע איז ארגאניזירט און באצאלט געווארן דורך עטליכע ראדיא סטאנציעס און איז נאמינירט געווארן נאך די קליינע מיידל וועלכע האט געהייסן עמבער. שפעטער האט מען אויך צוגעלייגט די אנדערע אויסטיישט צו די בוכשטאבן ווי פריער דערמאנט. אין אנפאנג זענען די אלערטס נאר געמאלדן געווארן דורך די ראידאס אבער מיט די צייט איז עס אריבער אויך צו טעלעוויזיע, עלעקטראנישע ראוד סיינס, און די פאליציי האט איבערגענומען די קאנטראל.
אן אלערט ווערט פארשפרייט
דער הויפט ציל פון אן עמבער אלערט איז צו מודיע זיין פאר יעדן וועגן א קינדנעפינג וועלכע האט נארוואס פאסירט וויבאלד די ערשטע שטונדן נאך אן אינצידענט זענען די מערסט קריטישע שטונדן ווייל מיט יעדע מינוט וואס גייט פארביי וועט דער קינדנעפער זיין ווייטער פון דאס קינד'ס הויז און די שאנסן אז ער זאל נישט שעדיגן דאס קינד ווערט קלענער. לויט א שטודיע פון די דעפארטמענט אוו יוסטיץ זענען 74 פראצענט פון קינדנעפינג פעלער וועלכע האבן זיך אויסגעלאזט טראגיש פארגעקומען אין די ערשטע שטונדן.
עס זענען פאראן איבער 150 עמבער אלערט סיסטעמען אין אלע סטעיטס און געגענטער וועלכע האבן זיך אלע זייערע אייגענע סטראטעגיעס וויאזוי צו פארשפרייטן דעם אלערט אין די ערטשע מינוטן. אבער אין גענעראל פאלגן זיי אלע נאך דעם סיסטעם וועלכע איז אויסגעטראפן געווארן אין טעקסאס.
די ערשטע און וויכטיגסטע כלל וואס אלע אנפירער פון די פראגראמען דארפן שטרעבן איז צו האלטן אן עמבער אלערט אלס זייער אן ערנסטע אלארם וועלכע יעדער זאל ארייננעמען אין קאפ. פארשטייט זיך אז אויב עס וועלן זיין עמבער אלערטס יעדן טאג וועלן מענטשן זיך מער נישט וויסנדיג מאכן דערפון. בעפאר אן עמבער אלערט ווערט אלאמירט וועלן די לאו ענפארסמענט אגענטורן זיכער מאכן עטליכע מאל אז עס האנדלט זיך טאקע פון א קידנעפינג און נישט פון א דערשראקענע מאמע וועלכע פאנטאזירט איבער איר קינד וועלכע האט זיך פארשמועסט מיט א פריינט ביים קארנער. אויך מעג נישט דער פראגראם גענוצט ווערן פאר קינדער וועלכע לויפן אליינס אוועק פון די עלטערן צוליב סיי וועלכע סיבה.
אין רוב עמבער אלערט פראגראמען וועט מען דאס נאר נוצן פאר קינדער אונטער 12 יאר וואו די שאנסן זענען גרעסער אז דאס קינד וועט געשעדיגט ווערן. אויך מאכט עס מער דראמאטיש דעם אינצידענט און די מאסן רעגיסטרירט אין מוח אז עמבער אלערט האנדלט זיך פון אומשולדיגע קינדער אויף וועלכע יעדער האט רחמנות.
די פאליציי דארף ארבעטן זייער געשיקט צו קלויבן אינפארמאציע פון עדות וועלכע האבן געזען דעם אינצידענט און דארפן איבער געבן אלע אינפארמאציע וואס זיי האבן איבער דאס קינד און אויב מעגליך וועגן דער קידנעפער אדער די אויסזען פון זיין אויטא. זיי דארפן אויך פארשאפן א בילד פון דאס קינד און דאס באלד אריינסקענען אין קאמפיוטער און פארשפרייטן דאס בילד וואו ווייט מעגליך אז יעדער זאל דערקענען דאס קינד אין פאל מען באמערקט אים/איר ערגעץ.
די גאנצע קאפ-שטיק פון דעם עמבער אלערט סיסטעם איז די קאלאבאראציע צווישן די לאו ענפארסמענט אגענטורן און די מידיא. די אגענטורן און מידיא פירמעס פארבינדן זיך גאר שנעל איינע מיט די אנדערע און טראנספערירן די אינפארמאציע אין מינוטן און קורץ נאכדעם מעלדט מען דעם אלארם מיט אלע דעטאלן וועלכע איז פאראן דערצו. ווען דער אלארם ווערט געמאלדן וועלן אלע מידיא סטאנציעס (ראדיא און טעלעוויזיע) איבערהאקן זייערע פראגראמען און מעלדן דעם עמבער אלערט מיט ערנסקייט און אפעלירן צו די פובליק מען זאל האלטן די אויגן און אויערן אפען און אויב מען פארדעכטיגט עפעס זאל מען באלד רופן דעם אנגעגעבענעם נומער פון די פאליציי דעפארטמענט וועלכע גיט זיך אפ ספעציעל מיט עמבער אלערטס.
דאס זעלבע ווערט דורכגעפירט צו די קאמיוניקאציע טאוולן. די פאליציי רופט אן די טראנספארטאציע אפישעלס וועלכע ערלעדיגן באלד אז אלע עלעקטראנישע הייעוועי סיינס זאל מעלדן דעם אלערט און לאזן דעם נומער וועלכע זאל גענוצט ווערן אין פאל איינער האט עפעס אינפארמאציע.
סוקסעס געשיכטעס
זינט די עמבער אלערט סיסטעם איז אריין אין קראפט אין עטליכע סטעיטס האט עס שוין געראטעוועט נאנט צו 100 קינדער וועלכע זענען שוין געווען אין די הענט פון קינדנעפער און עס איז זיכער אז פיל מער קינדנעפינג'ס זענען צוריקגעהאלטן געווארן א דאנק דעם סיסטעם.
דאס לאנד האט גוט אויפגענומען די עמבער אלערט און נאך היינט איז עס א הויפט נייעס געשיכטע ווען עס ווערט גערופן אן עמבער אלערט, ספעציעל אין די סטעיט וואו די קינדנעפינג קומט פאר. די פאליציי און מידיא פירמעס באקומען טויזענטער טעלעפאן קאלס יעדעס מאל מען אלאמירט אן עמבער אלערט.
וויבאלד די עמבער אלערט האט געברענגט סוקסעס און האט פשוט געראטעוועט קינדער פון קינדנעפינגס האט די רעגירונג דאס אנגעהויבן שטודירן אין די ענדע 90'ער יארן און האט אנגעהויבן באטראכטן אויב מען זאל דאס איינשטעלן אין מערערע סטעיטס און אפשר גאר אין גאנצ'ן לאנד. אין 98' האט א מאמע מיט איר 10 יעריג קינד וועלכע איז געקידנעפט געווארן אויפגעטרעטן פאר א סענאט סוב-קאמיטע אין וועלכע זי איז אויסגעפרעגט געווארן וויאזוי די עמבער אלערט סיסטעם האט געהאלפן ראטעווען איר קינד.
אט זענען די מערסט באקאנטע סוקסעס געשיכטעס א דאנק די עמבער אלערט סיסטעם:
אראנדזש קאונטי, קאליפארניע (אוגוסט 02'). טאמארא ברוקס 16 יאר אלט און דזשעקולין מעריס 17 יאר אלט זענען געווען אויפ'ן גאס מיט אנדערע קינדער ווען זיי זענען געקידנעפט געווארן מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן.
די פאליציי האט באלד אלאמירט אן עמבער אלערט אין וועלכע זיי האבן געוויזן בילדער פון די צוויי קינדער, א געמאלענע בילד פון דעם פארדעכטיגטן, און די לייסענס פלעיט נומער פון דער אויטא אין וועלכע זיי זענען פארכאפט געווארן. 12 שטונדן שפעטער האט א פעלד ארבייטער דערקענט די לייסענס פלעיט נומער וועלכע ער האט פריער געזען אויף די הייעוועי עלעקטראנישע בולעטין. ער האט גערופן די פאליציי און ביז עטליכע מינוטן זענען די צוויי קינדער געראטעוועט געווארן און דער פארברעכער איז ארעסטירט געווארן.
אבליענע, טעקסאס (אוגוסט 02'). אן איין מאנאט'יגע קינד מיט'ן נאמען נענסי שאוועז איז פארכאפט געווארן אין א וואל-מארט פארקינג לאט ווען די מאמע פון דאס קינד האט צוריק געטראגן די שאפינג וועגעלע ווי עס באלאנגט נאכ'ן אריינפאקן אירע איינקופטן אין איר אויטא.
דאס גאנצע לאנד איז אויפגעטרייסעלט געווארן פון די געשעעניש נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז די מאמע פון דאס קינד האט נאך באוויזן אנצוהאלטן דעם פארנ'דיגן אויטא וואו איר קינד איז פארכאפט געווארן און איז געשלעפט געווארן 30 פיס און פארוואונדעט געווארן. אן עמבער אלערט איז אלאמירט געווארן און עטליכע שטונדן דערויף האבן א גרופע מענער אין א רעסטוראנט אויפגעפאסט אויף א פרוי וועלכע האט פרובירט מאכ'ן אן איינדרוק ווי דאס איז איר אייגן קינד אבער איז געווען פארדעכטיגט. זיי האבן אלע געוואוסט וואס האט פריער פאסירט און האבן באשלאסן צו רופן די פאליציי אלס אן אפשר. למעשה איז דאס טאקע געווען דאס פארכאפטע קינד וועלכע איז געקידנעפט געווארן דורך א 25 יעריגע פרוי.
עלקא, נעוואדא (אקטאבער 02'). ניקאל לייטפוט העלמאן, 14 יאר אלט, איז פארכאפט געווארן פארנט פון זיין הויז און איז געפירט געווארן 1,700 מייל ווייט צו א דערפל אין טעקסאס וואו די פאליציי האבן פארכאפט די קידנעפער נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן א קרימינאלע רעקארד אויף א שכן וועלכע'ס בילד אין אינפארמאציע איז באקאנט געווארן פאר יעדן דורך אן עמבער אלערט.
אויך דארט האט א פשוט'ער מענטש באמערקט די זעלבע אויטא וועלכע ער האט עטליכע טעג בעפאר געהערט ערקלערן אויף די ראדיא. ער האט גערופן די פאליציי וועלכע האבן געמאכט א ראוד בלאק און דאס קינד איז צוריק געקערט געווארן צו די עלטערן אין עלקא.
די דריי געשיכטעס זענען אלע פארגעקומען אינעם זעלבן זומער ווען די עמבער אלערט האט אנגעהויבן באקאנט ווערן און די דריי אויבנדערמאנטע געשיכטעס זענען מיטגעהאלטן געווארן אין גאנצן לאנד. זינט דאן זענען שוין געווען נאך אסאך סוקסעספולע פאסירונגן וועלכע זענען געענדיגט געווארן מיט פרייד נאר א דאנק די עמבער אלערט סיסטעם.
עמבער אלערט היינט צו טאג
די עמבער אלערט סיסטעם איז צעביסלעך פארשפרייט געווארן איבער'ן גאנצן לאנד און אין אלע גרויסע שטעט אין קאנאדע. אום אפריל 03' האט פרעזידענט בוש אונטערגעשריבן די פראטעקט אקט פון דעם יאר 03' אין וועלכע עס איז געלעגן אלע פלענער וויאזוי מען זאל אויפשטעלן די עמבער אלערט סיסטעם אין גאנצ'ן לאנד און ראטעווען מער קינדער.
ביי די צערעמאניע איז אנוועזענד געווען די מאמע פון עמבער העגערמען, די קליין מיידעלע איבער וועלכע די אלערט סיסטעם איז געגרינדעט און נאמינירט געווארן. בוש האט צווישן זיינע ווערטער געזאגט:
"עס איז וויכטיג פאר די זיכערהייט פון אונזערע קינדער צו פארשפרייטן די עמבער אלערט סיסטעם כדי די פאליצי און שעריף זאלן באקומען צענדליגער טויזענטער און אפילו מיליאנען מיטהעלפער אין יעדע קידנעפינג. יעדע פארברעכער וואס וועט טראכטן פון פארכאפן א קינד וועט וויסן אז א גרויסע נעץ פון מיליאנען מענטשן וועט זיך אויסשפרייטן און יענער וועט געכאפט ווערן דורך די פאליציי אדער דורך א דערנעבנדיגן אויטא וועלכע וועט דערקענען דעם אויטא אדער די וואס זיצן אינעווייניג און ברענגן די פארברעכער צו גערעכטיקייט."
זינט די עמבער אלערט סיסטעם איז געווארן א נאציאנאלער סיסטעם האט מען איינגעשטעלט אן אלערט קאארדינירער אין די דעפארטמענט אוו יוסטיץ. די עמבער אלערט סיסטעם קאסט א געשאצטע 30 מיליאן דאלאר וועלכע איז היינט א טייל פונעם בודזשעט. דאס געלט ווערט גענוצט צו פאראייניגן די 911 עמוירדזשענסי סיסטעם מיט'ן עמבער אלערט סיסטעם און טרענירן די לאו ענפארסמענט אפיצירן וויאזוי צו האנדל'ן אין אן עמבער אלערט.
די עמבער אלערט האט זיך געגרינדעט און איז נאך היינט א וואלונטיר אלארם סיסטעם און האט טאקע אסאך מיטהעלפער וועלכע טוען דאס אלס א וואלונטיר ארבעט. די וואלונטירן זענען שטארק דערביי און שטודירן כסדר וויאזוי מען קען פארבעסערן די אלערט סיסטעם אז מער מענטשן זאלן דאס קענען זען און האלטן אן אויג. אין די לעצטע יארן האבן זיי אנגעהויבן פארשלאגן פאר ווער עס וויל א טעקס מעסעדזש אלערט אין וועלכע א סעליולער אדער ביפער באקומט די אינפארמאציע יעדעס מאל אן עמבער אלערט פאסירט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!