אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי נפתלי חיים האלבערשטאם (גארליץ)"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט נפתלי חיים האלבערשטאם (גארליץ) צו רוי:נפתלי חיים האלבערשטאם (גארליץ) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 21:20, 8 יאנואר 2023
רבי נפתלי חיים האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרנ"ה - י' שבט ה'תש"ד), פון גארליץ.
אפשטאם
רבי נפתלי חיים איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלישע האלבערשטאם, רב אין גארליץ, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת יוכבד רבקה א טאכטער פון זיין פעטער הרב מרדכי דוב טווערסקי, דער הארניסטייפלער רב.
רבי נפתלי חיים איז געווען גבאי פון כולל חיבת ירושלים גאליציע אין גארליץ.
ער איז געווארן אב"ד פון גארליץ.[1]
הסתלקות
רבי נפתלי חיים איז אומגעקומן אין יאקוצק, סיביר אום י' שבט, ה'תש"ד.[1] און איז באערדיגט געווארן דארט.
פאמיליע
רבי נפתלי חיים האט געהייראט מרת מלכה א טאכטער פון הרב אלטער זאב הורוויץ רב אין סטריזשעוו. זייערע קינדער:
- מרת טויבא רייצא די ווייב פון הרב טוביה טייטלבוים פון טארנא
- מרת פעסיל די ווייב פון הרב שמואל טייטלבוים (מטשענסקאוויץ) (ה'תר"פ - ז' אדר ה'תש"ע), רב דקהל ישועות חיים טשענסקאוויץ אין פלעטבוש, פריער רב דקהל יראים אין קראון הייטס, א זון פון הרב יהושע חיים טייטלבוים אב"ד טשענסקאוויץ, ובסוף ימיו בבראנקס, סגן נשיא התאחדות הרבנים.
- מרת ראכיל די ווייב פון רבי אברהם גן-צבי.
- הרב אלטער זאב האלבערשטאם, גבאי פון כולל חיבת ירושלים גאליציע אין ברוקלין, ניו יארק
- מרת יהודית די ווייב פון הרב ישראל ליבער (דער אייגינטימער פון ליבער'ס שאקאלאד).
- רבי משה ליבער פון מאנסי
- רבי נפתלי חיים ליבער (ער האט געהייראט מרת חיה רבקה א טאכטער פון הרב שלום הורוויץ, בייטשער רבי אין ניו יארק, א זון פון רבי אברהם צבי הירש הורוויץ (ה'תרמ"ז - י"ז אדר ה'תשכ"א), דער בייטשער רבי. בן הרב אהרן הורוויץ, רב אין בייטש, א זון פון הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם,
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ 1.0 1.1 יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור (ירושלים, תשנ"ח)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!