אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מים אחרונים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
אין תקציר עריכה
 
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 17: שורה 17:
[[קאטעגאריע:מצוות און מנהגים]]
[[קאטעגאריע:מצוות און מנהגים]]
[[en:Birkat_Hamazon#Mayim_Acharonim]]
[[en:Birkat_Hamazon#Mayim_Acharonim]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[HE:מים אחרונים]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 14:06, 23 מאי 2024

טעקע:Mayim Achronim.jpg
א טראדיציאנאלע שיסל פאר מים אחרונים

מים אחרונים איז די פליכט וואס חז"ל האבן געהייסן זיך צו אפ-וואשן די הענט ווען מ'ענדיגט א סעודה פון ברויט, איידער מ'זאגט די ברכת המזון.

עס רופט זיך מים "אחרונים", וואס מיינט "לעצטע" וואסער, וויבאלד עס זענען די מים "ראשונים", וואס איז נטילת ידים איידער די סעודה, און אויך מים "אמצעים", צווישן פיש און פלייש, וואס איז בלויז וואלונטירליך (א רשות).

עס זענען דא צוויי טעמים דערפאר, איינס ווייל די חז"ל זאגן אין מסכת ברכות אז ווען מ'עסט ברויט, זאל מען איינטינקען די ברויט אין זאלץ, אין די צייטן פון די גמרא איז די מערהייט פון זאלץ געקומען פון סדום ביים ים המלח, אט די זאלץ הייסט "מלח סדומית", די זאלץ האט א שעדליכקייט אז אויב עס רירט אן די אויגן קען מען בלינד ווערן דערפון, כאטשיג די שאנסן זענען ווינציג, ווייל די שעדליכע חלק איז נאר א ברעקל און א הויפן, איז עס פארט א ריזיקע, דעריבער כדי צו פארמיידן א סכנה מוז מען אפוואשן די שעדליכע זאלץ.

די צווייטע טעם איז ווייל נאכן עסן זענען די הענט פארשמירט, דאס רופט זיך אין גמרא "זוהמא", דעריבער אלס כבוד צו גאט איידער מ'בענטשט זאל מען זיין זויבער רייניגט מען זיך אפ די הענט.

תוספות זאגט אז אין זיינע ערטער האט מען זיך נישט געוואשן מים אחרונים ווייל עס האט זיך נישט געפונען די שעדליכע מלח סדומית.

אויך די טעם פון זויבערע הענט איז נישט נוגע ווייל מ'עסט דאך מיט א לעפל אדער גאפל, א זאך וואס איז נישט געווען איינגעפירט בימי התלמוד.

אבער עס שטייט אין שלחן ערוך אז עס זענען דא נאך טעמים ע"פ קבלה דעריבער זאל מען מקפיד זיין זיך יא צו וואשן.

היינטיגע צייטן פירן זיך יעדער זיך צו וואשן מים אחרונים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!