אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:היפנאזיע"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = a state of increased receptivity to suggestion and direction|דייטש=Verfahren zum Erreichen und Zustand einer hypnotischen Trance|}} | |||
[[File:Photographic Studies in Hypnosis, Abnormal Psychology (1938).ogv|thumb|thumbtime=7|''Photographic Studies in Hypnosis, Abnormal Psychology'' (1938)]] | [[File:Photographic Studies in Hypnosis, Abnormal Psychology (1938).ogv|thumb|thumbtime=7|''Photographic Studies in Hypnosis, Abnormal Psychology'' (1938)]] | ||
'''היפנאזיע''' איז אויסגעשטעלט מיט צוויי מענטשען איינער ווערט היפנאטיזירט ווען דער אנדערער היפאנאטיזירט אים און דאס ברענגט אריין דעם מענטש און א אנדערע פלאנעט וואס דאס איז די אומבאוויסטזיניגע חלק אין [[מוח]] וואס דאס וואכט אויף די ווילען און צוזאמגענימענקייט מער ווי ער האט אין באוויסטזין, ס'ווערט געטועהן אין א [[פסיכאלאגיע|פסיכאלאגישען]] וועג | '''היפנאזיע''' איז אויסגעשטעלט מיט צוויי מענטשען איינער ווערט היפנאטיזירט ווען דער אנדערער היפאנאטיזירט אים און דאס ברענגט אריין דעם מענטש און א אנדערע פלאנעט וואס דאס איז די אומבאוויסטזיניגע חלק אין [[מוח]] וואס דאס וואכט אויף די ווילען און צוזאמגענימענקייט מער ווי ער האט אין באוויסטזין, ס'ווערט געטועהן אין א [[פסיכאלאגיע|פסיכאלאגישען]] וועג | ||
שורה 35: | שורה 36: | ||
[[קאַטעגאָריע:פסיכאלאגיע]] | [[קאַטעגאָריע:פסיכאלאגיע]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:היפנוזה]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:37, 26 אקטאבער 2023
היפנאזיע איז אויסגעשטעלט מיט צוויי מענטשען איינער ווערט היפנאטיזירט ווען דער אנדערער היפאנאטיזירט אים און דאס ברענגט אריין דעם מענטש און א אנדערע פלאנעט וואס דאס איז די אומבאוויסטזיניגע חלק אין מוח וואס דאס וואכט אויף די ווילען און צוזאמגענימענקייט מער ווי ער האט אין באוויסטזין, ס'ווערט געטועהן אין א פסיכאלאגישען וועג
ווערט געניצט
וואס איז 'היפאנאזיע' ? דער כח המחשבה פון א מענטש איז צוטיילט אויף צוויי טיילן. די ערשטע טייל ווערט באנוצט ווען דער מענטש טראכט אריין, אנאלעזירט, דאס ווערט אנגערופען דער 'באוואוסטזיין', קאנטשע"ס מיינ"ד בלע"ז. דער צווייטער טייל וואס וועט אנגערופן דער 'אונטער-באוואוסטזיין', דער טייל ווערט באנוצט דורכ'ן מענטש ווען מען שלאפט א.ד.ג.
די מחשבה-טייל פון 'אונטערן-באוואוסטזיין', איז אזוי ווי א פאטאגראפיע מאשינדל וואס כאפט בילדער און היט דאס אפ אין די טיפע זכרונות קעמערלעך פון די מחשבה, דאס נעמט כסדר אריין אינפארמאציע, און היט דאס אפ אין אירע מחשבה קעמערלעך, אָן דעם וואס עס זאל דאס אנאלעזירן אדער אדורך טראכטן.
'אונטערן-באוואוסטזיין' ליגט אויך איינגעקריצט די נאטורן און געוואוינהייטן פונעם מענטש, ווי צ.ב.ש. די מידות, און אויך פחדים, א.א.וו. דארט געפונען זיך אוועק געלייגט אלע זכרונות פונעם מענטש. אצינד, ווען א מענטש באשלוסט מיט'ן 'באוואוסטזיין' אז ער וויל טוישן זיין התנהגות, און זיך שטארקן איבער געוויסע שוועריגקייטן/מדות/פחדים/געוואוינהייטן וועלכע שטערן אים צו מצליח זיין אין לעבן, ברוחניות אדער בגשמיות, וועט אבער פיל מאל דער 'אונטער-באוואוסטזיין' נישט זיין גרייט אנצונעמן זיין באשלוס, און אקצעפטירן דעם טויש, צוליב וואס דער 'אונטער-באוואוסטזיין' טראכט נישט דורך און אנאלעזירט נישט די אינפארמאציע, צו פארשטיין די וויכטיגקייט און תועלת פונעם שינוי לטובה וואס דער מענטש וויל מאכן.
ווי אויך איז דער 'אונטער-באוואוסטזיין' פויל, און עס איז גרינגער זיך נישט אנצושטרענגן אויף טוישונגען, וועט דאס דעריבער שטערן דעם מענטשן זיך אפצורייסן פון זיינע אלטע שוועריגקייטן/מדות/פחדים א.ד.ג. און ס'וועט אים נישט לאזן מאכן דעם אזוי וויכטיגן טויש אין לעבן.
וואס טוט 'היפנאזיע' ?
ווען א מענטש טוט זיך באהאנדלן דורך 'היפנאזיע', ארבייט מען מיט ביידע דערמאנטע חלקים פון די מחשבה אויפאמאל, מיט'ן 'אונטער-באוואוסטזיין' צוזאמען מיט'ן 'באוואוסטזיין', און דעריבער דורך 'היפנאזיע' דורך דעם קען דער מענטש יא דעגרייכן זיין ציל און וואונטש צו טוישן אלטגעזעסענע געוואוינהייטן און נאטורן. ווי אויך קען ער זיך דערגיין צו די טיפע זכרון קעמערלעך און ארויסנעמן אלטע זכרונות פון פארשידענע שווערע צייטן וואס דער מענטש איז אריבער. און אצינד ווען ביידע טיילן פונעם מח ארבייטן צוזאמען, העלפט דאס דער מענטש זאל זיך קענען שטארקן אוועקצונעמען די שוועריגקייטן, און בעסער פארשטיין וויאזוי נאכצולאזען אלטע געפילן און הרגשים עמוישאנ"ס וועלכע דרוקן אים.
ווי אזוי ארבייט 'היפנאזיע' ?
ווען דער מענטש שלאפט, שלאפט זיין 'באוואוסטזיין', און ער טוט נישט אנאליזירן אדער דורכטראכטן זאכן אין דער צייט, אבער דער 'אונטער-באוואוסטזיין' איז יא טעטיג אייביג, אפילו ווען מען שלאפט. אזוי אויך ווען דער מענטש איז אין א צושטאנד פון 'היפנאזיע', איז זיין 'באוואוסטזיין' נישט וואך, איז דעריבער דער 'אונטער-באוואוסטזיין' ענדערש גרייט צו אננעמען און אקצעפטירן די פארשלאגן און געוואוינהייטן וואס דער מענטש וויל טוישן.
און ווי דערמאנט איז דארט איינגעקריצט אלע נאטורן און זכרונות פונעם מענטש, און ווער דער מענטש איז, קען ער דעריבער מיט'ן כח פון 'היפנאזיע' זיך העלפן טוישן זיינע נאטורן און געוואונהייטן שנעל און גרינג. וואס פאסירט ווען מען ווערט 'היפנאטיזירט' ?
דער מענטש איז אנגעלעהנט אין א באקוועמען בענקל, און מיט די הילף פון דעם טעראפיסט ווערט ער זייער רוהיג, ביז דער 'באוואוסטזיין' אנאלעזירט מער נישט צופיל און גייט אריין אין כמו-שלאף צושטאנד, נים ולא נים. דער 'היפנאזיע' צושטאנד קען ערקלערט ווערן, אזוי ווי ווען מען ערוועקט זיך פון שלאף און מען וויל נאך אביסעל שלאפען, טראץ וואס דער מענטש האלט זיינע אויגן פארמאכט, הערט ער וואס טוט זיך ארום אים, אדער ווען איינער איז פארטיפט אין א שפאנענדע מעשה ביכעל, און ער פארגעסט זיך וואו ער איז, אזש עס דאכט זיך אים אז ער אויף יענעם ארט איבער וואס ער ליינט יעצט. נאך א וויילע, גייט דער מענטש אריין אין זייער א באקוועמע און געשמאקע רויהיגייט, דער 'באוואוסטזיין' איז מער נישט וואך, און הערט אויף צו אנאלעזירן, אצינד נעמט איבער דער 'אונטער-באוואוסטזיין', און איז שוין גרייט צו אקצעפטירן זיינע פארשלאגן און טוישונגן. אבער, דער 'אונטער-באוואוסטזיין' וועט נאר אננעמען אזעלכע פארשלאגן וועלכע דער מענטש וויל מיט'ן 'באוואוסטזיין', אזוי ווי דעם פריער דערמאנטן צוגלייך, ווען מען ערוועקט זיך פון שלאף און די אויגן זענען נאך פארמאכט, איז מען גענצליך בעל הבית אויף זיך, אזוי אויך ווען דער מענטש איז אין א צושטאנד פון 'היפנאזיע', וועט ער נאר מקבל פארשלאגן און זאכן וואס ער וויל און קען באשטיין צו הערן. איז 'היפנאזיע' סעיף ?
'היפאנזיע' איז אבסאלוט גענצליך סעיף, און דאס האט נישט קיין שום זייטיגע ווירוקנגען סיי"ד עפעקט"ס, ווייל ווי דערמאנט קען דער מענטש נאר ווערן היפנאטיזירט אויב ער וויל, און ער וועט נאר אקצעפטירן און זיך פארנעמן וואס ער וויל. ווי אויך קען מען נישט בלייבן היפנאטיזירט.... די איינציגע סיי"ד עפעק"ט דערפון קען זיין אז דער מענטש וועט זיין אין רוהיגערע שטימונג די קומענדיגע פאר שעה אדער טאג.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!