אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הרב אברהם יצחק הכהן קוק"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(22 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|הרב קוק}} | |||
{{פעלט מקורות}} | {{פעלט מקורות}} | ||
{{רב | {{רב | ||
|נאמען=הרב אברהם יצחק הכהן קוק | |נאמען=הרב אברהם יצחק הכהן קוק | ||
|באשרייבונג= הרב קוק | |באשרייבונג= הרב קוק | ||
| | |אידישע געבורט דאטום=[[ט"ז אלול]] [[ה'תרכ"ה]] | ||
| | |אידישע טויט דאטום= [[ג' אלול]] [[ה'תרצ"ה]] | ||
|מדינה= {{פאן ישראל}} | |מדינה= {{פאן ישראל}} | ||
}} | }} | ||
שורה 14: | שורה 15: | ||
הרב קוק איז געבוירן אין [[לעטלאנד]] אין יאר תרכ"ה און איז געווען אן אפשטאמיגער פון שטאלצע חסידים און מתנגדים. ער האט געלערנט אין דער [[וואלאזשינער ישיבה]] און האט אנגעקניפט א שטארקע נאנטשאפט מיט דעם [[נצי"ב]]. אין ניסן תרמ"ו האט ער חתונה געהאט מיט אלטע בת-שבע, די טאכטער פון [[פאנעוועזש]]ער רב הרב [[אליהו דוד ראבינאוויטש-תאומים]] דער בעל ה"אדרת", און ער האט נאך דער חתונה געוואוינט אין פאנעוועזש און געלערנט ביים שווער. ער האט געדינט אלס רב אין עטליכע שטעט אין [[ליטא]]. | הרב קוק איז געבוירן אין [[לעטלאנד]] אין יאר תרכ"ה און איז געווען אן אפשטאמיגער פון שטאלצע חסידים און מתנגדים. ער האט געלערנט אין דער [[וואלאזשינער ישיבה]] און האט אנגעקניפט א שטארקע נאנטשאפט מיט דעם [[נצי"ב]]. אין ניסן תרמ"ו האט ער חתונה געהאט מיט אלטע בת-שבע, די טאכטער פון [[פאנעוועזש]]ער רב הרב [[אליהו דוד ראבינאוויטש-תאומים]] דער בעל ה"אדרת", און ער האט נאך דער חתונה געוואוינט אין פאנעוועזש און געלערנט ביים שווער. ער האט געדינט אלס רב אין עטליכע שטעט אין [[ליטא]]. | ||
[[רבי חיים סאלאווייטשיק|רבי חיים בריסקער]] האט דאן ארומגעשיקט צו אלע שטעט אז מען זאל אים נישט אויפנעמען אלס רב, דערזענדיג זיך אן קיין עתיד, איז ער געפארן קיין [[לאנדאן]]. וואו ער האט זיך באקענט מיט די ראשי הציונים, זיי האבן אין אים געטראפן א איש כלבבם, און אים געשיקט אויף [[יפו]], מיט די אויגן אויף [[ירושלים]] ווען די צייט וועט רייף ווערן. | |||
און אין [[תרס"ד]] איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און געווארן רב פון יפו פאר צען יאר. אין די יארן פון דעם [[ערשטן וועלט קריג]] (תרע"ד-תרע"ז) איז ער געווען אין [[אייראפע]]. אין תרע"ט איז ער צוריק געקומען קיין ארץ ישראל און אנגענומען דעם פאסטן פון ''[[רב הראשי לעדת אשכנזים]]'' וואס רב קוק'ס געגנערס האבן גערופן ''[[רב מטעם]]''. אין תרפ"ד האט ער געגרינדעט ''[[ישיבת מרכז הרב]]'' אין [[ירושלים]]. | און אין [[תרס"ד]] איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און געווארן רב פון יפו פאר צען יאר. אין די יארן פון דעם [[ערשטן וועלט קריג]] (תרע"ד-תרע"ז) איז ער געווען אין [[אייראפע]]. אין תרע"ט איז ער צוריק געקומען קיין ארץ ישראל און אנגענומען דעם פאסטן פון ''[[רב הראשי לעדת אשכנזים]]'' וואס רב קוק'ס געגנערס האבן גערופן ''[[רב מטעם]]''. אין תרפ"ד האט ער געגרינדעט ''[[ישיבת מרכז הרב]]'' אין [[ירושלים]]. | ||
הרב קוק איז לויט אלעמען געווען א גאון אין נגלה און נסתר. צוערשט איז ער געווען שטארק בידידות מיט די [[רבנים]] און גאונים פון ירושלים, ווי | הרב קוק איז לויט אלעמען געווען א גאון אין נגלה און נסתר. צוערשט איז ער געווען שטארק בידידות מיט די [[רבנים]] און גאונים פון ירושלים, ווי [[רבי יוסף חיים זאנענפעלד]] און [[רבי יצחק ירוחם דיסקין]]. שפעטער זענען א טייל פון זיי געווארן זיינע שארפע קעגנערס. הרב קוק האט אלע זיינע יארן אנגעהאלטן נאענטע ידידות'שאפט מיט פיל גדולי הרבנים און אדמורי"ם פון [[ארץ ישראל]] און [[אייראפע]], ווי צום ביישפיל. דער אדמו"ר בעל [[רבי אברהם מרדכי אלטער|אמרי אמת]] פון [[גער (חסידות)|גער]], דער אדמו"ר [[רבי מרדכי יוסף ליינער]] פון ראדזין, אדמו"ר [[רבי ישראל פרידמאן (טשארטקאוו)|ישראל פרידמאן]] פון טשארטקאוו, בענדינער רב [[רבי חנוך צבי הכהן לעווין]], און נאך. פיל האבן זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט גאר ווארעמע ווערטער און געלויבט אויף זיין גאונות, חכמה, און צדקות. | ||
הרב קוק האט פרובירט צו גרינדן אן ארגאניזאציע מיטן נאמען ''דגל ירושלים'' וואס וועט דינען אויף צוזאמצוברענגען גאנץ כלל ישראל אונטער דער השפעה און אויטאריטעט פון א וועלטס בית דין, א ישיבה, און אנדערע אינסטיטוציעס. דער פלאן איז געווען א גראנדיעזער, און צו דעם האט ער געלאזט דריקן די ערשטע פון זיינע ספרים אויף מחשבת ישראל מיטן נאמען "אורות". אין דעם קונטרס האט ער ארויסגעברענגט זיינע אידעען אויף דער געהויבנקייט פון דעם קאלעקטיווען זעל פון כלל ישראל און זייער תפקיד, ספעציעל אין דעם ענין פון ישוב ארץ ישראל. | הרב קוק האט פרובירט צו גרינדן אן ארגאניזאציע מיטן נאמען ''דגל ירושלים'' וואס וועט דינען אויף צוזאמצוברענגען גאנץ כלל ישראל אונטער דער השפעה און אויטאריטעט פון א וועלטס בית דין, א ישיבה, און אנדערע אינסטיטוציעס. דער פלאן איז געווען א גראנדיעזער, און צו דעם האט ער געלאזט דריקן די ערשטע פון זיינע ספרים אויף מחשבת ישראל מיטן נאמען "אורות". אין דעם קונטרס האט ער ארויסגעברענגט זיינע אידעען אויף דער געהויבנקייט פון דעם קאלעקטיווען זעל פון כלל ישראל און זייער תפקיד, ספעציעל אין דעם ענין פון ישוב ארץ ישראל. | ||
רב קוק האט געזען אין דעם צוריקקער קיין ארץ ישראל א געשעעניש פון | רב קוק האט געזען אין דעם צוריקקער קיין ארץ ישראל א געשעעניש פון אויסערגעווענליכער היסטארישער און טעאלאגישער מערקווירדיגקייט. ער האט פיל געארבעט מקרב צו זיין אידן צו תורה און שמירת המצוות. ער פלעגט זאגן אויפן מאמר [[חז"ל]] "שמאל דוחה וימין מקרבת", אז עס זענען שוין דא גענוג וואס זענען דוחה און זיין פליכט איז צו טון דאס התקרבות. | ||
== קאנטראווערסיע == | == קאנטראווערסיע == | ||
א טייל פון די רעיונות אין "אורות" האבן געברענגט די אויפמערקזאמקייט פון קנאים אין ירושלים, וואס האבן געהאלטן אז עס זענען געשריבן דארט זאכן וואס זענען נישט לויטן דרך התורה. די קנאים האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיטן נאמען ''[[קול שופר]]''. דער גרעסטער טייל דערפון איז געווען גאר א שארפער בריוו און חרם אויף רב קוק'ס קונטרס "אורות" מיט דער | א טייל פון די רעיונות אין "אורות" האבן געברענגט די אויפמערקזאמקייט פון קנאים אין ירושלים, וואס האבן געהאלטן אז עס זענען געשריבן דארט זאכן וואס זענען נישט לויטן דרך התורה. די קנאים האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיטן נאמען ''[[קול שופר]]''. דער גרעסטער טייל דערפון איז געווען גאר א שארפער בריוו און חרם אויף רב קוק'ס קונטרס "אורות" מיט דער אונטערשריפט פון [[רבי יוסף חיים זאנענפעלד]] און [[רבי יצחק ירוחם דיסקין]]. | ||
אפילו פון די וואס זענען נישט ארויסגעגאנגען קעגן אים האבן געהאלטן אז ער שרייבט א סך רעיונות וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויטן דרך התורה, און אז ער איז פארפארן דורך אפטייטשן ענינים אין [[קבלה]] נישט דעם ריכטיקן וועג. בפרט די ענינים אז אין יעדער זאך איז דא א ניצוץ אלקי, און אז מ'דארף דאס מעלה זיין. | אפילו פון די וואס זענען נישט ארויסגעגאנגען קעגן אים האבן געהאלטן אז ער שרייבט א סך רעיונות וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויטן דרך התורה, און אז ער איז פארפארן דורך אפטייטשן ענינים אין [[קבלה]] נישט דעם ריכטיקן וועג. בפרט די ענינים אז אין יעדער זאך איז דא א ניצוץ אלקי, און אז מ'דארף דאס מעלה זיין. | ||
שורה 32: | שורה 33: | ||
א פייער פון מחלוקת האט אויסגעבראכן, אין וועלכן פיל יקירי ירושלים זענען געווארן אריינגעכאפט. אויך האבן א סך רבנים פון אונגארן, און א טייל רבנים פון ליטא געהאלטן מיט די קנאים פין ירושלים. | א פייער פון מחלוקת האט אויסגעבראכן, אין וועלכן פיל יקירי ירושלים זענען געווארן אריינגעכאפט. אויך האבן א סך רבנים פון אונגארן, און א טייל רבנים פון ליטא געהאלטן מיט די קנאים פין ירושלים. | ||
הרב קוקס ידיד נפש און תלמיד מובהק, | הרב קוקס ידיד נפש און תלמיד מובהק, [[רבי יעקב משה חרל"פ]] (וואס זיין פאטער האט געדינט אויפן בית דין פון הרב דיסקין, און ער אליין איז געווען שטארק צוהילף רב דיסקין צו ווערן אנעגענומען ביי אלע קרייזן אין ירושלים) האט געשריבן א קונטרס "טובים מאורות" וואו ער פרובירט צו דערקלערן און אויפווייזן די ריכטיקייט פון פילע פון די רעיונות וואס זענען געדרוקט אין "אורות". אנדערע חשובע נאכפאלגער פון הרב קוק זענען געווען דער ירושלימער דיין [[רבי צבי פסח פראנק]], [[רבי יחיאל מיכל טוקאטשינסקי]] (אן אור-איידעם פון ירושלימער רב [[רבי שמואל סאלאנט]]), ר' צבי דוד הירשביין (פון די זקני חסידי גער אין ירושלים), ר' ישראל פורת, ר' מנחם מענדל פרוש, ר' אייזיק בן טובים, און נאך. | ||
די מחלוקת איז געווארן אזוי איבערגעהיצט ביז דער אדמו"ר בעל [[אברהם מרדכי אלתר|אמרי אמת]] פון [[גער ( | די מחלוקת איז געווארן אזוי איבערגעהיצט ביז דער אדמו"ר בעל [[אברהם מרדכי אלתר|אמרי אמת]] פון [[גער (חסידות)|גער]] איז פארבעטן געווארן צו קומען קיין ארץ ישראל און פרובירן איינשטעלן שלום. דינסטאג, ד' ניסן תרפ"א, איז דער בעל אמרי אמת אנגעקומען קיין ירושלים. באלד א חודש צייט איז דער אמרי אמת פארבליבן אין ארץ ישראל, און פילע שעות איז ער געזעסן און אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. אויפן שיף פארנדיק צוריק אין דער [[אייראפע]] האט ער אפגעשריבן זיין מסקנא אויף דער נושא. | ||
"רב קוק", האט דער גערער רבי געשריבן, "איז א מאן מיט | "רב קוק", האט דער גערער רבי געשריבן, "איז א מאן מיט פילפאכיגע טאלאנטן אין תורה און אין נאבעלע מדות, און איז א שונא בצע. זיין ליבשאפט צו ציון פליסט איבער די גרעניצן און דאס ברענגט אים צו 'מטהר זיין טמאים און ברענגען אויף דעם ראיות', וואס דערמאנט פון דעם תנא ר' מאיר וואס חז"ל האבן אויף אים געזאגט אז ער איז געווען א יחיד בדורו און דעריבער איז די הלכה נישט ווי אים." | ||
דער אמרי אמת שרייבט ווייטער אז די כוונה פון רב קוק איז ערלעך און לשם שמים. אבער וויבאלד עס קומט ארויס פון געוויסע אויסצוגן א חילול שם שמים האט רב קוק אים געגעבן אן אונטערגעשריבענעם כתב אז ער איז מבטל די אלע זאכן וואס האבן דערצו גורם געווען. ער שרייבט ווייטער אז ער האט דערנאך גערעדט מיט הרב זאנענפעלד און הרב דיסקין, און זיי האבן מסכים געווען צו חתמען אז זיי זענען מבטל דעם "קול שופר" מיט די חרמים און די פילע באליידיגונגען. דערצו האבן די רבנים צוגעגעבן אז די בריוון און חרמים זענען געדרוקט געווארן דורך קנאים שלא בידיעתם, אבער זיי האבן אויף דעם נישט פראטעסטירט ווילאנג די אויסצוגן בלייבן אין דעם ספר. | דער אמרי אמת שרייבט ווייטער אז די כוונה פון רב קוק איז ערלעך און לשם שמים. אבער וויבאלד עס קומט ארויס פון געוויסע אויסצוגן א חילול שם שמים האט רב קוק אים געגעבן אן אונטערגעשריבענעם כתב אז ער איז מבטל די אלע זאכן וואס האבן דערצו גורם געווען. ער שרייבט ווייטער אז ער האט דערנאך גערעדט מיט הרב זאנענפעלד און הרב דיסקין, און זיי האבן מסכים געווען צו חתמען אז זיי זענען מבטל דעם "קול שופר" מיט די חרמים און די פילע באליידיגונגען. דערצו האבן די רבנים צוגעגעבן אז די בריוון און חרמים זענען געדרוקט געווארן דורך קנאים שלא בידיעתם, אבער זיי האבן אויף דעם נישט פראטעסטירט ווילאנג די אויסצוגן בלייבן אין דעם ספר. | ||
שורה 66: | שורה 67: | ||
*ערפילי טוהר | *ערפילי טוהר | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* מיט | * מיט [[רבי יוסף חיים זאנענפעלד]] און [[רבי משה בלוי]] ארויסקומענדיג פון א וויזיט מיט בריטישע באאמטע אין 1918. [http://video.google.com/videoplay?docid=6032547466129767854&q=eretz&pl=true (גוגל ווידיאו קליפ)] | ||
* {{רמבי"ש|226}} | * {{רמבי"ש|226}} | ||
* הרב קוק'ס וויזיע שיטה און לעבן. ביאגראפיע פון ווידעא קליפס פון זיינע תלמידים. [http://www.israelnationalnews.com/news.php3?id=112536 ערוץ 7] | * הרב קוק'ס וויזיע שיטה און לעבן. ביאגראפיע פון ווידעא קליפס פון זיינע תלמידים. [http://www.israelnationalnews.com/news.php3?id=112536 ערוץ 7] | ||
שורה 74: | שורה 75: | ||
{{DEFAULTSORT:קוק, אברהם יצחק הכהן}} | {{DEFAULTSORT:קוק, אברהם יצחק הכהן}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אחרונים]] | [[קאַטעגאָריע:אחרונים]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:הויפט רבנים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות]] | [[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אידישע קאנטראווערסיעס]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע רבנים]] | [[קאַטעגאָריע:ליטווישע רבנים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות אין אייראפע]] | [[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות אין אייראפע]] | ||
שורה 82: | שורה 83: | ||
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין ירושלים]] | [[קאַטעגאָריע:רבנים אין ירושלים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:כהנים]] | [[קאַטעגאָריע:כהנים]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אברהם יצחק הכהן קוק]] | |||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:50, 8 יולי 2024
געבורט | ט"ז אלול ה'תרכ"ה |
---|---|
טויט | ג' אלול ה'תרצ"ה (אלט: 69) |
מדינה | מדינת ישראל |
הרב אברהם יצחק הכהן קוק (ט"ז אלול ה'תרכ"ה - ג' אלול ה'תרצ"ה, 7 סעפטעמבער 1865 רוסלענדישע אימפעריע - 1 סעפטעמבער 1935 ירושלים, בריטישער מאנדאט) איז געווען דער ערשטער הויפט רב פון די אשכנזים אין ירושלים אין דער תקופה פון דעם בריטישן מאנדאט אין ארץ ישראל.
ביאגראפיע
הרב קוק איז געבוירן אין לעטלאנד אין יאר תרכ"ה און איז געווען אן אפשטאמיגער פון שטאלצע חסידים און מתנגדים. ער האט געלערנט אין דער וואלאזשינער ישיבה און האט אנגעקניפט א שטארקע נאנטשאפט מיט דעם נצי"ב. אין ניסן תרמ"ו האט ער חתונה געהאט מיט אלטע בת-שבע, די טאכטער פון פאנעוועזשער רב הרב אליהו דוד ראבינאוויטש-תאומים דער בעל ה"אדרת", און ער האט נאך דער חתונה געוואוינט אין פאנעוועזש און געלערנט ביים שווער. ער האט געדינט אלס רב אין עטליכע שטעט אין ליטא.
רבי חיים בריסקער האט דאן ארומגעשיקט צו אלע שטעט אז מען זאל אים נישט אויפנעמען אלס רב, דערזענדיג זיך אן קיין עתיד, איז ער געפארן קיין לאנדאן. וואו ער האט זיך באקענט מיט די ראשי הציונים, זיי האבן אין אים געטראפן א איש כלבבם, און אים געשיקט אויף יפו, מיט די אויגן אויף ירושלים ווען די צייט וועט רייף ווערן.
און אין תרס"ד איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און געווארן רב פון יפו פאר צען יאר. אין די יארן פון דעם ערשטן וועלט קריג (תרע"ד-תרע"ז) איז ער געווען אין אייראפע. אין תרע"ט איז ער צוריק געקומען קיין ארץ ישראל און אנגענומען דעם פאסטן פון רב הראשי לעדת אשכנזים וואס רב קוק'ס געגנערס האבן גערופן רב מטעם. אין תרפ"ד האט ער געגרינדעט ישיבת מרכז הרב אין ירושלים.
הרב קוק איז לויט אלעמען געווען א גאון אין נגלה און נסתר. צוערשט איז ער געווען שטארק בידידות מיט די רבנים און גאונים פון ירושלים, ווי רבי יוסף חיים זאנענפעלד און רבי יצחק ירוחם דיסקין. שפעטער זענען א טייל פון זיי געווארן זיינע שארפע קעגנערס. הרב קוק האט אלע זיינע יארן אנגעהאלטן נאענטע ידידות'שאפט מיט פיל גדולי הרבנים און אדמורי"ם פון ארץ ישראל און אייראפע, ווי צום ביישפיל. דער אדמו"ר בעל אמרי אמת פון גער, דער אדמו"ר רבי מרדכי יוסף ליינער פון ראדזין, אדמו"ר ישראל פרידמאן פון טשארטקאוו, בענדינער רב רבי חנוך צבי הכהן לעווין, און נאך. פיל האבן זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט גאר ווארעמע ווערטער און געלויבט אויף זיין גאונות, חכמה, און צדקות.
הרב קוק האט פרובירט צו גרינדן אן ארגאניזאציע מיטן נאמען דגל ירושלים וואס וועט דינען אויף צוזאמצוברענגען גאנץ כלל ישראל אונטער דער השפעה און אויטאריטעט פון א וועלטס בית דין, א ישיבה, און אנדערע אינסטיטוציעס. דער פלאן איז געווען א גראנדיעזער, און צו דעם האט ער געלאזט דריקן די ערשטע פון זיינע ספרים אויף מחשבת ישראל מיטן נאמען "אורות". אין דעם קונטרס האט ער ארויסגעברענגט זיינע אידעען אויף דער געהויבנקייט פון דעם קאלעקטיווען זעל פון כלל ישראל און זייער תפקיד, ספעציעל אין דעם ענין פון ישוב ארץ ישראל.
רב קוק האט געזען אין דעם צוריקקער קיין ארץ ישראל א געשעעניש פון אויסערגעווענליכער היסטארישער און טעאלאגישער מערקווירדיגקייט. ער האט פיל געארבעט מקרב צו זיין אידן צו תורה און שמירת המצוות. ער פלעגט זאגן אויפן מאמר חז"ל "שמאל דוחה וימין מקרבת", אז עס זענען שוין דא גענוג וואס זענען דוחה און זיין פליכט איז צו טון דאס התקרבות.
קאנטראווערסיע
א טייל פון די רעיונות אין "אורות" האבן געברענגט די אויפמערקזאמקייט פון קנאים אין ירושלים, וואס האבן געהאלטן אז עס זענען געשריבן דארט זאכן וואס זענען נישט לויטן דרך התורה. די קנאים האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיטן נאמען קול שופר. דער גרעסטער טייל דערפון איז געווען גאר א שארפער בריוו און חרם אויף רב קוק'ס קונטרס "אורות" מיט דער אונטערשריפט פון רבי יוסף חיים זאנענפעלד און רבי יצחק ירוחם דיסקין.
אפילו פון די וואס זענען נישט ארויסגעגאנגען קעגן אים האבן געהאלטן אז ער שרייבט א סך רעיונות וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויטן דרך התורה, און אז ער איז פארפארן דורך אפטייטשן ענינים אין קבלה נישט דעם ריכטיקן וועג. בפרט די ענינים אז אין יעדער זאך איז דא א ניצוץ אלקי, און אז מ'דארף דאס מעלה זיין.
א פייער פון מחלוקת האט אויסגעבראכן, אין וועלכן פיל יקירי ירושלים זענען געווארן אריינגעכאפט. אויך האבן א סך רבנים פון אונגארן, און א טייל רבנים פון ליטא געהאלטן מיט די קנאים פין ירושלים.
הרב קוקס ידיד נפש און תלמיד מובהק, רבי יעקב משה חרל"פ (וואס זיין פאטער האט געדינט אויפן בית דין פון הרב דיסקין, און ער אליין איז געווען שטארק צוהילף רב דיסקין צו ווערן אנעגענומען ביי אלע קרייזן אין ירושלים) האט געשריבן א קונטרס "טובים מאורות" וואו ער פרובירט צו דערקלערן און אויפווייזן די ריכטיקייט פון פילע פון די רעיונות וואס זענען געדרוקט אין "אורות". אנדערע חשובע נאכפאלגער פון הרב קוק זענען געווען דער ירושלימער דיין רבי צבי פסח פראנק, רבי יחיאל מיכל טוקאטשינסקי (אן אור-איידעם פון ירושלימער רב רבי שמואל סאלאנט), ר' צבי דוד הירשביין (פון די זקני חסידי גער אין ירושלים), ר' ישראל פורת, ר' מנחם מענדל פרוש, ר' אייזיק בן טובים, און נאך.
די מחלוקת איז געווארן אזוי איבערגעהיצט ביז דער אדמו"ר בעל אמרי אמת פון גער איז פארבעטן געווארן צו קומען קיין ארץ ישראל און פרובירן איינשטעלן שלום. דינסטאג, ד' ניסן תרפ"א, איז דער בעל אמרי אמת אנגעקומען קיין ירושלים. באלד א חודש צייט איז דער אמרי אמת פארבליבן אין ארץ ישראל, און פילע שעות איז ער געזעסן און אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. אויפן שיף פארנדיק צוריק אין דער אייראפע האט ער אפגעשריבן זיין מסקנא אויף דער נושא.
"רב קוק", האט דער גערער רבי געשריבן, "איז א מאן מיט פילפאכיגע טאלאנטן אין תורה און אין נאבעלע מדות, און איז א שונא בצע. זיין ליבשאפט צו ציון פליסט איבער די גרעניצן און דאס ברענגט אים צו 'מטהר זיין טמאים און ברענגען אויף דעם ראיות', וואס דערמאנט פון דעם תנא ר' מאיר וואס חז"ל האבן אויף אים געזאגט אז ער איז געווען א יחיד בדורו און דעריבער איז די הלכה נישט ווי אים."
דער אמרי אמת שרייבט ווייטער אז די כוונה פון רב קוק איז ערלעך און לשם שמים. אבער וויבאלד עס קומט ארויס פון געוויסע אויסצוגן א חילול שם שמים האט רב קוק אים געגעבן אן אונטערגעשריבענעם כתב אז ער איז מבטל די אלע זאכן וואס האבן דערצו גורם געווען. ער שרייבט ווייטער אז ער האט דערנאך גערעדט מיט הרב זאנענפעלד און הרב דיסקין, און זיי האבן מסכים געווען צו חתמען אז זיי זענען מבטל דעם "קול שופר" מיט די חרמים און די פילע באליידיגונגען. דערצו האבן די רבנים צוגעגעבן אז די בריוון און חרמים זענען געדרוקט געווארן דורך קנאים שלא בידיעתם, אבער זיי האבן אויף דעם נישט פראטעסטירט ווילאנג די אויסצוגן בלייבן אין דעם ספר.
די קנאים האבן שפעטער געטענהט אז דער כתב פון רב קוק איז נישט גענוג, און דער בריוו מצד די קנאים מבטל צו זיין דעם "קול שופר" איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.
זיין פטירה
ספרים
- אורות
- אורות התשובה
- אורות הקודש
- אורות התורה
- אורות מאופל
- אור של גאולה
- איגרות הראי"ה
- עין אי"ה
- מדבר שור
- שבת הארץ
- ראש מילין
- דעת כהן
- חבש פאר
- סידור עולת ראיה
- לנבוכי הדור
- ערפילי טוהר
דרויסנדיגע לינקס
- מיט רבי יוסף חיים זאנענפעלד און רבי משה בלוי ארויסקומענדיג פון א וויזיט מיט בריטישע באאמטע אין 1918. (גוגל ווידיאו קליפ)
- רשימה פון ארטיקלען פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק, אויף רמבי"ש
- הרב קוק'ס וויזיע שיטה און לעבן. ביאגראפיע פון ווידעא קליפס פון זיינע תלמידים. ערוץ 7
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!