אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמשון אסטראפאליער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (החלפת טקסט – "ריע:פוילישע רבנים]]" ב־"ריע:פוילישע רבנים|װ]]")
 
(7 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 23: שורה 23:
==משפחה==
==משפחה==
צווישן זיינע אייניקלעך זענען:
צווישן זיינע אייניקלעך זענען:
* רבי [[יעקב יוסף פון פולנאה]]
* [[רבי יעקב יוסף פון פולנאה]]
* רבי [[משולם פייוויש העלער]] פון זבארזש
* [[רבי משולם פייוויש העלער]] פון זבארזש
* רבי [[ליבער הגדול פון בארדיטשעוו]]
* [[רבי ליבער הגדול פון בארדיטשעוו]]


[[קאַטעגאָריע:פוילישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:פוילישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:מקובלים]]
[[קאַטעגאָריע:מקובלים]]
[[קאַטעגאָריע:קדושים]]
[[קאַטעגאָריע:קדושים]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:שמשון מאוסטרופולי]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:52, 27 אויגוסט 2023

רבי שמשון פון אסטראפאליע (ה'ש"ס ג' אב ה'ת"ח) איז געווען א מקובל אין די ה'ש' - ה'ת' יארן. ער איז אומגעקומען על קידוש השם ביי די גזירות ת"ח ות"ט.

ביאגראפיע

ר' שמשון איז געבוירן געווארן אין יאר ה'ש"ס אין דער שטאט קארעץ וואס איז אין וואהלין, דעמאלסט אין פוילן, צו זיין פאטער ר' פסח, אן איידעם פון ר' שמשון, זון פון ר' בצלאל, א ברודער פונעם מהר"ל פון פראג.

ער איז געווען א גרויסער מחדש אין קבלה דורך גימטריאות. באקאנט פון אים זענען זיין מאמר וועגן די מ"ב מסעות און איבערהויפט דער בריוו וועגן די עשר מכות וועלכער איז א וואונדערליכער פירוש אויף א מאמר פונעם ארי הק' און איז אנגענומען אלס סגולה צו לערנען אום ערב פסח אדער פסח אויפדערנאכט. אין פילע הגדות איז עס אריינגעדרוקט ביים אנהויב.

ער האט געהאט א מגיד מיט וועם ער פלעגט לערנען סתרי תורה יעדן טאג. זיין תלמיד ר' נתן האנאווער האט געשריבן:

והיה בתוכם איש אחד חכם ונבון ומקובל האלקי ושמו מוהר"ר שמשון מ "ק אוסטרופולי. ובא מלאך המגיד אליו בכל יום ולמד עמו סתרי תורה. ועשה המקובל הנ"ל פירוש על הזוהר על פי קבלת מהאר"י ז"ל ולא זכינו שיבא להדפוס. ואמר לו המגיד לפי הגזיר' שיעשו תשובה גדולה שלא יבא כך הגזירה רעה. ודרש כמה פעמים בבית הכנסת והזהיר לעם שיעשו תשובה על הצרה שלא תבא, וכן עשו תשובה גדולה בכל הקהילות ולא הועילה כי כבר נחתם הגזירה רעה. וכאשר באו האויבים וצרים על העיר נכנס המקובל הנ"ל לבית הכנסת ושלש מאות בעלי בתים עמו, כולם חכמים גדולים וכולם מלובשים בתכריכין ובטליתו' על ראשיהם ועסקו בתפילה גדולה עד שבאו האויבים לעיר ונהרגו שם כולם בבית הכנסת על אדמת קדש הי"ד.

ער איז גע'הרג'עט געווארן ביי די שוידערליכע גזירות ת"ח ות"ט אין טאג פון ג' אב אין דער שטאט פאלאנע. מען דערציילט אז ווען די קאזאקן האבן אים גע'הרג'עט, האבן זיי אריינגעשטאכן אין זיין קערפער א שפיציגער אויסגעשארפטער האלץ, און ממש איידער ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה האט מען אים געפרעגט אויב ער שפירט יסורים, האט ער געזאגט אז ביז יעצט האט ער גארנישט געשפירט, נאר יעצט בשעת ווען מען האט אים געפרעגט האט ער געפילט א קליינער ווייטאג.

זיינע חיבורים

  • דן ידין א פירוש אויפן ספר הקרניים
  • מחנה דן (נשרף).
  • ליקוטי שושנים.
  • בן מנוח
  • מנחה שלוחה
  • נזר אלקים
  • שמש ומגן
  • שמש נוגה
  • יזרח שמש

משפחה

צווישן זיינע אייניקלעך זענען:

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!