אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שאפליפטינג"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
ק (הוספת קישור בינוויקי en:Shoplifting)
 
(9 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = theft of various items from usually a retail or supermarket store|דייטש=Straftat|}}
'''שאפליפטינג''' איז גניבות פון פראדוקטן וועלכע געפינען זיך אין ריטעיל געשעפטן. די סארט גניבות איז די נומער איינס פארברעכן אין די [[וועלט]] מיט וועלכע די [[פאליציי]] ספראוועט זיך.
'''שאפליפטינג''' איז גניבות פון פראדוקטן וועלכע געפינען זיך אין ריטעיל געשעפטן. די סארט גניבות איז די נומער איינס פארברעכן אין די [[וועלט]] מיט וועלכע די [[פאליציי]] ספראוועט זיך.

שורה 11: שורה 12:

== ווער גנב'ט? ==
== ווער גנב'ט? ==
שאפליפיטינג איז נישט קיין קינדערישע אקט און טראץ קינדער וועלן גרינגער נעמען עפעס פון א געשעפט, זענען זיי נאך אלץ די קלענסטע פראצענט פון שאפליפטערס. סטאטיסטיקס ווייזן אז דאס גרעסטע פראצענט גניבות אין ריטעיל געשעפטן ווערן דורכגעפירט דורך אינערליכע ארבייטער און דאס איבעריגע ווערט געטאן דורך ערפארענע שאפליפטערס וועלכע גייען כסדר ארום מאכן גניבות און פארקויפן די סחורה צו מאכן א פראפיט. ארימע מענטשן וועלכע גנב'נן ווייל זיי קענען נישט באצאלן און קינדער וועלכע גנב'נן ווייל זייערע עלטערן ווילן זיי נישט געבן קיין געלט זענען נאר א קליינע פראצענט פון שאפליטינג.  
שאפליפיטינג איז נישט קיין קינדערישע אקט און טראץ קינדער וועלן גרינגער נעמען עפעס פון א געשעפט, זענען זיי נאך אלץ די קלענסטע פראצענט פון שאפליפטערס. סטאטיסטיקס ווייזן אז דאס גרעסטע פראצענט גניבות אין ריטעיל געשעפטן ווערן דורכגעפירט דורך אינערליכע ארבייטער און דאס איבריגע ווערט געטאן דורך ערפארענע שאפליפטערס וועלכע גייען כסדר ארום מאכן גניבות און פארקויפן די סחורה צו מאכן א פראפיט. ארימע מענטשן וועלכע גנב'נן ווייל זיי קענען נישט באצאלן און קינדער וועלכע גנב'נן ווייל זייערע עלטערן ווילן זיי נישט געבן קיין געלט זענען נאר א קליינע פראצענט פון שאפליטינג.  

געשעפטן נוצן פארשידענע טעכנאלאגיעס אפצוהאלטן גניבות און דאס האלט צוריק דעם מענטש וואס פאלט אמאל איין צו מאכן א גניבה ווייל ער האט נישט קיין געלט. מענטשן ווייסן אז די געשעפטן קוקן זיי נאך און האבן מורא צו גנב'נן. אבער די ערפארענע שאפליפטערס זענען געוואוינט דערצו און אמאל געלערנטע גנבים וועלכע טוען דאס צו מאכן א לעבן און נוצן פארשידענע טאקטיקן צו קענען דורכפירן זייערע מעשים. די סארט גנבים זענען אדער ארבייטער וועלכע ארבעטען אין גרויסע געשעפטן און רוקן ארויס סחורה אדער גנבים וועלכע דרייען זיך ארום א גאנצן טאג איבער די געשעפטן און באגייען גניבות און פארקויפן די סחורה צו מאכן געלט.

שורה 52: שורה 53:

[[no:Shoplifter (sang)]]
[[no:Shoplifter (sang)]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|13]]
[[en:Shoplifting]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:33, 23 מאי 2024

שאפליפטינג איז גניבות פון פראדוקטן וועלכע געפינען זיך אין ריטעיל געשעפטן. די סארט גניבות איז די נומער איינס פארברעכן אין די וועלט מיט וועלכע די פאליציי ספראוועט זיך.

איז נישט קיין סוד אז גנבים זענען א טייל פון די קאסטומערס וואס דרייען זיך ארום אין די געשעפטן און א דאנק זיי צאלן מיר העכערע פרייזן, נאך אלעם קענען די געשעפטן זיך נישט ערלויבן אוועק צו געבן זאכן בחינם און עס קומט אויס אז מיר זענען די ספאנסערס צו די גנבים. אפיציעלע סטאטיסטיקס צייגן אז גנבים רוקן ארויס חפיצים פון אמעריקאנער געשעפטן אין די ווערט פון 25 ביליאן דאלאר פער יאר.

זינט די קאנקורענט צווישן געשעפטן איז גרויס פרובירן די געשעפטן צו רעדוצירן און עלימינירן די גניבות ווי ווייט מעגליך כדי זיי זאלן קענען אראפלאזן די פרייזן ביליגער פון דעם קאנקורענט. פארשטייט זיך אז יענער וועט נאכטאן דאס זעלבע ווייל קיינער וויל נישט זיין טייער און אלס א רעזולטאט באקומען מיר די פרייזן ביליגער ווי בעסער די טעכנאלאגיע ווערט.

אמאל האבן די אייגענטומער פון געשעפטן געהאט די ברירה פון פערזענליך נאכקוקן די קאסטומער און האלטן קאפ ווער עס גנב'ט. די גרויסע געשפעטן האבן אויפגענומען ספעציעלע מענטשן דערפאר אבער נאך אלץ זענען געווען גניבות אין גרויסן ווייל עס איז פשוט אוממעגליך צו באטראכטן יעדן באזונדער.

היינט איז פאראן פארשידענע טעכנאלאגישע דעווייסעס און סיסטעמען וועלכע ווערן גענוצט צו באקעמפן גניבות און נייע געדאנקן קומען אויף יעדע שטיק צייט. שאפליפטינג זענען אין די לעצטע יארן שטארק רעדוצירט געווארן אבער נאך אלץ זענען פאראן גניבות ווייל אויך די גנבים ווערן מער פארגעשריטן.

ווער גנב'ט?

שאפליפיטינג איז נישט קיין קינדערישע אקט און טראץ קינדער וועלן גרינגער נעמען עפעס פון א געשעפט, זענען זיי נאך אלץ די קלענסטע פראצענט פון שאפליפטערס. סטאטיסטיקס ווייזן אז דאס גרעסטע פראצענט גניבות אין ריטעיל געשעפטן ווערן דורכגעפירט דורך אינערליכע ארבייטער און דאס איבריגע ווערט געטאן דורך ערפארענע שאפליפטערס וועלכע גייען כסדר ארום מאכן גניבות און פארקויפן די סחורה צו מאכן א פראפיט. ארימע מענטשן וועלכע גנב'נן ווייל זיי קענען נישט באצאלן און קינדער וועלכע גנב'נן ווייל זייערע עלטערן ווילן זיי נישט געבן קיין געלט זענען נאר א קליינע פראצענט פון שאפליטינג.

געשעפטן נוצן פארשידענע טעכנאלאגיעס אפצוהאלטן גניבות און דאס האלט צוריק דעם מענטש וואס פאלט אמאל איין צו מאכן א גניבה ווייל ער האט נישט קיין געלט. מענטשן ווייסן אז די געשעפטן קוקן זיי נאך און האבן מורא צו גנב'נן. אבער די ערפארענע שאפליפטערס זענען געוואוינט דערצו און אמאל געלערנטע גנבים וועלכע טוען דאס צו מאכן א לעבן און נוצן פארשידענע טאקטיקן צו קענען דורכפירן זייערע מעשים. די סארט גנבים זענען אדער ארבייטער וועלכע ארבעטען אין גרויסע געשעפטן און רוקן ארויס סחורה אדער גנבים וועלכע דרייען זיך ארום א גאנצן טאג איבער די געשעפטן און באגייען גניבות און פארקויפן די סחורה צו מאכן געלט.

וויאזוי גנב'נן זיי?

אויב מען וואלט געוואוסט אלע וועגן וויאזוי שאפליפטערס באגייען זייערע שריט וואלט מען גרינגער זיי געקענט צוריק האלטן. פראפעסאנאלע שאפליפטערס נוצן פשוט'ע און פארגעריטענע טאקטיקן צו באזייטיגן סחורה פון געשעפטן און וויפיל מען גייט נאך זיי קען מען דאס נישט אויסראטן אינגאנצן.

אט זענען א רייע טאקטיקן וועלכע ווערן אפט גענוצט דורך שאפליפטערס:

אויספאפן דעם פראדוקט – דער גנב וועט אויסליידיגן א שאכטל און אין איר אריינלייגן טייערערע פראדוקטן און נאר באצאלן דעם פרייז וויפיל דער פראדוקט וועלכע וואלט באמת געברויכט ליגן דארט קאסט. דאס איז אן אור-אלטער טאקטיק פון שאפליפטערס וועלכע ווערט נאך היינט דורכגעפירט און עס איז זייער שווער דאס צוריק צו האלטן.

טוישן בעגס – דאס ווערט געטאן דורך צוויי גנבים וועלכע ארבעטן אינאיינעם. דער ערשטער פילט אן א בעג מיט סחורה און רופט אויס פארדאכט ביי די זיכערהייט פערסאנאל. דאן וועט דער צווייטער קומען און טוישן בעגס מיט אים און ווען ער וועט פארגעהאלטן ווערן וועט זיך ארויסשטעלן אז ער האט דארט גארנישט און דער צווייטער וועט אינדערצווישן מאכן פליטה.

פאלשע געלטער – די חברה וואס מאכן פאלשע געלטער וועלן דאס בעיקר נוצן אין ריטעיל געשעפטן און אזוי ארום קענען גרינג פטור ווערן פון די געלט און באקומען סחורה וועלכע זיי וועלן שפעטער פארקויפן צו מאכן עכטע געלט. מיט דעם טוען זיי צוויי פארברעכן אויפאיינמאל און באגנב'נן דעם געשעפט.

טויש צימערן – די גנבים נוצן די טויש צימערן אלס א באהאלטענע פלאץ צו מאכן די ארבעט מיט זייערע גע'גנב'טע פראדוקטן ווי אראפרייסן די טעגס וועלכע קלינגן אדער באהאלטן די סחורה צווישן די קליידער א.ד.ג. די געשעפטן מעגן לעגאל נישט אריישטעלן קיין ווידעא קאמעראס אין די טויש צימערן וועגן פריוואטום און דאס וועט שטענדיג פארבלייבן די איינציגטסע באהאלטענע ווינקל פאר שאפליפטערס.

נאכגעמאכטע מתנה קארטלעך – אלע גרויסע געשעפטן פארקויפן מתנה קארטלעך אין די ווערט פון געלט. די פרפעסיאנאלע גנבים באזייטיגן אזא קארטל וועלכע איז נאך נישט אקטיוויזירט געווארן און מאכן נאך צענדליגער אזעלכע קארטלעך און טראגן זיי צוריק די ארגינעלע קארטל און ווארטן ביז א קאסטומער קויפט עס. דאן וועלן זיי קענען נוצן זייערע נאכגעמאכטע קארטלעך ווייל יעדע קארטל וועט ווערט זיין די סומע געלט וואס דער קאסטומער האט ארויפגעלייגט אויף דעם קארטל. (די מאגנאטישע סטריפ איז נישט מער ווי א קאוד און אויב די קאוד איז נאכגעמאכט וועלן אלע קארטלעך ארבעטן).

כאפ און לויף – גנבים זאגן אז דאס איז די גרינגסטע וועג פאר זיי צו גנבנ'ן. אין אזעלכע פעלער ווייסן זיי גענוי וואס זיי ווילן און מאכן די גאנצע גניבה אין סעקונדן און יאגן ארויס פון געשעפט און נאך איידער דער געשעפט אייגנטומער כאפט זיך וואס האט פאסירט זענען זיי מער נישט דארט. מען קען גאר נישט טאן דערצו ווייל אפילו אויב עס ווערט רעקארדירט אויף ווידעא וועט די פאליציי נישט קיין סאך קענען טאן דערוועגן ווייל זיי האבן וויכטיגער וואס צו טאן מיט די צייט ווי נאכפאלגן שאפליפטערס.

מעטאלענע שאכטלעך אדער אנצוג – די טעגס וועלכע פייפן ווען מען פירט דאס דורך ביים טיר וועלן נישט ארבעטן אויב עס ליגט ארומגענומען מיט אייזן. גנבים האבן קליינע אייזערנע קעסטעלעך אין וועלכע זיי לייגן אריין די גע'גנב'טע סחורה און שפאצירן ארויס כאחד האדם. טייל האבן אפילו ספעציעלע אנצוג אין וועלכע עס איז אריינגענייט אייזן צו פארמישן די פריקווענסיס און די טעגס זאלן נישט ארבעטן.

ריטורן גניבות – גנבים געבן צוריק נאכגעמאכטע פראדוקטן אדער ליידיגע שאכטלעך און אמאל צעבראכענע זאכן וועלכע זיי טוישן אויף מיט די ארגינעלע סחורה און מאכן די געלט פון צוריק געבן. עס זענען פאראן פעלער אין וועלכע דער גנב וועט פשוט נעמען זאכן פון געשעפט און באלד צוגיין און פרובירן דאס צוריק צו געבן אן א רעסיט. די גרויסע געשעפטן שפילן זיך נישט ארום מיט צוריק געגעבענע זאכן און אויב דער קאסטומער הייבט אן פארפירן וועט מען אים באלד נאכגעבן.

טוישן טעגס – פראדוקטן אויף וועלכע עס איז אנגעהאנגן א טעג וועלכע אנטהאלט די באר-קאוד און פרייז ווערן אפטמאל אויפגעטוישט דורך שאפליפטערס צו ביליגערע זאכן וועלכע דער קעשיר וועט נישט אויפכאפן.

שאפינג קארט גניבות – פארשידענע טאקטיקן ווערן גענוצט צו באהאלטן זאכן אין די שאפינג קארט אז דער קעשיר זאל זיי נישט באמערקן ווען מען באצאלט. א פארגעשריטענע וועג איז ווען א גנב קויפט איין א גאנצע וועגעלע מיט סחורה און שפילט ווי ער האט פארגעסן זיין בערזל. אין דער פאל וועט דער קעשיר רוקן די וועגעלע אין א זייט און סערווירן די אנדערע קאסטומער ווילאנג יענער וועט גיין ברענגן זין בערזל פון קאר.

אינדערצווישן קומט א צווייטער גנב וועלכע ארבעט אינאיינעם מיט דעם ערשטן און פירט אוועק די וועגעלע ווען דער קעשיר באמערקט נישט און געווענליך וועט ער אפילו האבן א רעסיט פאר אלעם ווייל דער קעשיר וועט דאס איבערגעבן צום ערשטן אלס א באווייז.

זעט אויך

no:Shoplifter (sang)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!