אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאו'ס געזעץ"
ק (Bot: Migrating 9 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q622190 (translate me)) |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
(7 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = adage of Internet culture that, without a clear indicator of intent, one can’t parody extreme views such that some can’t mistake it for a sincere expression of the parodied views|העב=קושי להבחין בין עמדה קיצונית לבין פרודיה|דייטש=Beobachtung aus der Welt der netzwerkbasierten Kommunikation|}} | |||
'''פא'ס געזעץ''', על שם דעם ערפינדער פון דעם קאנצפעט נתן פא, לויטעט אז א [[פאראדיע]] פון עקסטרעמיזם וואס פארמאגט נישט קיין שום אנדייטונג אז דאס איז א פאראדיע (ווי א [[סמיילי]] צייכן וכדומה) קען פאררעכנט ווערן אלץ אמת'ע עקסטרעמיזם. | '''פא'ס געזעץ''', על שם דעם ערפינדער פון דעם קאנצפעט נתן פא, לויטעט אז א [[פאראדיע]] פון עקסטרעמיזם וואס פארמאגט נישט קיין שום אנדייטונג אז דאס איז א פאראדיע (ווי א [[סמיילי]] צייכן וכדומה) קען פאררעכנט ווערן אלץ אמת'ע עקסטרעמיזם. | ||
שורה 17: | שורה 18: | ||
[[קאַטעגאָריע:טערמינאלאגיע]] | [[קאַטעגאָריע:טערמינאלאגיע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויסדרוקן]] | [[קאַטעגאָריע:אויסדרוקן]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | |||
[[he:חוק פו]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 20:46, 26 אקטאבער 2023
פא'ס געזעץ, על שם דעם ערפינדער פון דעם קאנצפעט נתן פא, לויטעט אז א פאראדיע פון עקסטרעמיזם וואס פארמאגט נישט קיין שום אנדייטונג אז דאס איז א פאראדיע (ווי א סמיילי צייכן וכדומה) קען פאררעכנט ווערן אלץ אמת'ע עקסטרעמיזם.
דער געזעץ גייט אויף פארקערט אויך. אמת'ע פונדאמענטאליזם אדער עקסטרעמיזם קען ווערן בטעות אויסגעטייטשט ווי א פאראדיע פון דעם פונדאמענטאליזם.
פאו'ס געזעץ איז באשאפן געווארן אין 2005 אויפן וועבזייטל christianforum.com דורך נתן פאו און א שמועס איבער קרעאציאניזם (בריאת העולם ווי פארציילט אין דער תורה). פאו'ס אריגענעלר זאץ ליינט ווי פאלגנד (אין יידשער איבערזעצונג):
"עס איז אוממעגליך צו מאכן א פאראדיע פון א קרעאציאניסט וועלכער איינער וועט נישט נעמען פאר ערנסט, אן א ווינקעדיגער סמיילי אדער סיי וועלכע אנדערע אפענע צייכן פון הומאר"
די סענטימענטן וועלכער פאו האט אויסגעדרוקט גייען צוריק אסאך פריער, לכל הפחות צו 1983 ווען דזשערי שווארץ האט אין א פאסט אויף יוזנעט געשריבן (אין יידשער איבערזעצונג):
"פארמיידט סארקאזם און קאמישע קאמענטארן - אן די פאסיגע שטימע און באוועגונגען, ווערן די דאזיגע [סארקאזם און קאמישע קאמענטארן] שלעכט אויסגעטייטשט. די זייטיגע שמייכל :-), איז געווארן ברייט אנגענומען אויפן אינטערנעט אלץ א וועג וויאזוי צו זאגן אז "איך מאך אן הלצה". אויב שרייבט איר א סאטיריש ארטיקל אן דעם סימבאל, נישט קיין חילוק ווי קלאר ס'איז פאר אייך אז דאס איז סאטיר, זייט ניטש ערשטוינט אויב מענטשן נעמען דאס אן ערנסט."
נאך א פרעצעדענט צו פאו'ס לאו איז געשריבן געווארן אויף יוזנעט אין 2001 דורך עלען מארגען:
"א גענוג גוטע פאראדיע וועט זיין אומדערקענבאר פון א אמת'ער kook".
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!