אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יוסף פאפיערניקאוו"
ק (אראפגענומען קאטעגאריע:פוילישע יידן; צוגעלייגט קאטעגאריע:יידן פון ווארשע מיט HotCat) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(30 מיטלסטע ווערסיעס פון 6 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||העב=סופר ישראלי|}} | |||
{{יתום}} | {{יתום}} | ||
'''יוסף פּאַפּיערניקאָוו''' ([[ | '''יוסף פּאַפּיערניקאָוו''' ([[וואַרשע|וואַרשע]] [דעמלט – אין באַשטאַנד פון דער [[רוסלענדישע אימפּעריע|רוסלענדישער אימפּעריע]]], 1897 אָדער 1899 – תל-אָביב, 1993) איז געווען אַ ייִדישער [[דיכטער]], איינער פון די גרונטלייגער פון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ארץ-ישראל. | ||
==לעבנסגעשיכטע== | ==לעבנסגעשיכטע== | ||
יוסף פּאַפּיערניקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין דער משפּחה פון שמואל פּאַפּיערניקאָוון, אַ משכיל און אַ ציוניסטישן טוער, וועלכער האָט געצויגן | יוסף פּאַפּיערניקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין דער משפּחה פון שמואל פּאַפּיערניקאָוון, אַ משכיל און אַ ציוניסטישן טוער, וועלכער האָט געצויגן זיין חיונה פון אַ יאַטקע. דער קומענדיגער דיכטער האָט זיך געלערנט אין חדר און דערנאָך – אין אַ רוסישער רעאַלער [[גימנאזיע|גימנאַזיע]]. דאָס ייִנגל האָט געהאַט אַ שיינע שטימע און אין דער עלטער פון 8 יאָר איז ער אָנגענומען געוואָרן אינעם באַרימטן כאָר פון דער שול אויף טלאָמאַצקע-גאַס אונטער דער אָנפירונג פונעם חזן [[גרשון סיראטע|גרשון סיראָטע]]. | ||
אַלס דיכטער האָט יוסף פּאַפּיערניקאָוו דעביוטירט אין דער עלטער פון 16 יאָר מיט אַ ליד "דאָס פעלד", וואָס איז | אַלס דיכטער האָט יוסף פּאַפּיערניקאָוו דעביוטירט אין דער עלטער פון 16 יאָר מיט אַ ליד "דאָס פעלד", וואָס איז פאַרעפנטליכט געוואָרן אינעם פערטן באַנד פונעם וואַרשעווער ליטעראַרישן מאָנאַטשריפט "יודישע זאַמעלביכער". שוין אין דער פריִער יוגנט האָט ער זיך דערנעענטערט צום סאָציִאַליסטישן ציוניזם און אין אָנהייב [[1920ער]] יאָרן איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פון דער פּאַרטיי לינקע פּועלי-ציון, וועלכע האָט באַטראַכט די היינטצייטיגע ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ וויכטיגן און אפילו צענטראַלן עלעמענט אין דער ייִדישער זעלבסט-אידענטיפיקאַציע. | ||
אין 1924 איז פּאַפּיערניקאָוו עולה געווען קיין [[ארץ ישראל|ארץ-ישראל]]. ער האָט געאַרבעט אויפן דורכלייגן שאָסייען און בויען | אין 1924 איז פּאַפּיערניקאָוו עולה געווען קיין [[ארץ ישראל|ארץ-ישראל]]. ער האָט געאַרבעט אויפן דורכלייגן שאָסייען און בויען הייזער אין [[ראשון לציון|ראשון-לציון]] און אין [[תל אביב-יפו|תל-אָביב]]. אין 1929 איז ער אַוועקגעפאָרן קיין [[פוילן]] און ער האָט געלעבט דאָרט ביז 1933, ווען ער האָט זיך ענדלעך אומגעקערט קיין ארץ-ישראל. ביי דעם [[חורבן אייראפע|ייִדן-חורבן]] זענען אין פּוילן אומגעקומען דעם דיכטערס מוטער, פיר פון פינף זיינע ברידער, ווי אויך זיינע פעטערס, מומעס און שוועסטערקינדער. | ||
==זיין ארבעט אלס דיכטער== | ==זיין ארבעט אלס דיכטער== | ||
זינט 1918 האָט יוסף פּאַפּיערניקאָווס דיכטונג זוכה געווען צו אַ פּאָפּולערקייט. | זינט 1918 האָט יוסף פּאַפּיערניקאָווס דיכטונג זוכה געווען צו אַ פּאָפּולערקייט. זענען לידער פלעגן זיך באַווייזן אין ייִדישע צייטשריפטן און צייטונגען פון פּוילן, ארץ-ישראל, פאראייניגטע שטאַטן און אַנדערע לענדער ("ליטעראַרישע בלעטער", "צוקונפט", "מאָרגן-ישראל", "פּראָלעטאַרישער געדאַנק" (די צייטונג פון דער פּאַרטיי "פּועלי-ציון"). אין 1927 איז אין וואַרשע דערשינען זיין ערשטע לידער-זאַמלונג "אין זוניקן לאַנד: פּאַלעסטינער לידער". ביז דער צוויטער וועלט-מלחמה זענען דערשינען נאָך 8 זיינע לידער-זאַמלונגען. זינט ישראל איז אומאָפּהענגיק געוואָרן האָט ער רעגולער געשריבן אין דער תל-אָביבער צייטונג "לעצטע נייעס" און פאַרעפנטליכט זיינע לידער אין דער צייטשריפט "די גאָלדענע קייט". יוסף פּאַפּיערניקאָוו האָט אויך פאַרפאַסט ניגונים פאַר זיינע לידער. באַזונדער פּאָפלער איז געוואָרן זיין זינגליד "זאָל זיין אַז איך בוי אין דער לופט מיינע שלעסער". | ||
יוסף פאַפּיערנינקאָוו לידער האָבן איבערגעזעצט אין העברעאיש אַזעלכע באַרימטע ישראלדיק דיכטער ווי יעקב פיכמאַן, נתן אַלטערמאַן, אלכסנדר פּען, ווי אויך אַנדערע. אין 1988 איז אים צוגעייניקט געוואָרן דער ערן-טיטל "יקיר העיר תל-אָביב-יפו". | |||
===אין יוסף פּאַפּיערניקאָווס איבערזעצונג=== | ===אין יוסף פּאַפּיערניקאָווס איבערזעצונג=== | ||
שורה 58: | שורה 20: | ||
==וועגן יוסף פּאַפּיערניקאָוון== | ==וועגן יוסף פּאַפּיערניקאָוון== | ||
* "יוסף פּאַפּיערניקאָוו", אין: לעקסיקאָן | * "יוסף פּאַפּיערניקאָוו", אין: לעקסיקאָן פון דער נייער ייִדישער ליטעראַטור, באַנד 7, ניו-יאָרק, 1968, ז. 105–107. | ||
* דב סדן, היימישע כתבים: שרייבער, ביכער, פּראָבלעמען, תל-אָביב, "המנורה", תשל"ג 1972, באַנד 1, ז. 133–139. | * דב סדן, היימישע כתבים: שרייבער, ביכער, פּראָבלעמען, תל-אָביב, "המנורה", תשל"ג 1972, באַנד 1, ז. 133–139. | ||
* [[אברהם ליס]], 'יוסף פּאַפּיערניקאָוו', | * [[אברהם ליס]], 'יוסף פּאַפּיערניקאָוו', ביי זיך 22 (תשמ"ג), ז. 64–70. | ||
* דוד ספרד, 'י. פּאַפּיערניקאָוו', | * דוד ספרד, 'י. פּאַפּיערניקאָוו', פאָלק, וועלט און מדינה 57 (1979), ז. 13–14. | ||
* Emanuel S. Goldsmith, 'Yiddish Bard of Israel’s Rebirth: On the 90th Birthday of Joseph Papiernikov,' Jewish Book Annual 47 (1989), 170-181 | * Emanuel S. Goldsmith, 'Yiddish Bard of Israel’s Rebirth: On the 90th Birthday of Joseph Papiernikov,' Jewish Book Annual 47 (1989), 170-181 | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* [http://www.leyvik.org.il/MembersYid.aspx?MemberID=71 וועגן יוסף פּאַפּערניקאָוון] אויפן | * [http://www.leyvik.org.il/MembersYid.aspx?MemberID=71 וועגן יוסף פּאַפּערניקאָוון] אויפן וועבזייטל פון "לייוויק-הויז" | ||
* [http://www.tidhar.tourolib.org/tidhar/view/4/1601 וועגן יוסף פּאַפּיערניקאָוון] אויפן | * [http://www.tidhar.tourolib.org/tidhar/view/4/1601 וועגן יוסף פּאַפּיערניקאָוון] אויפן וועבזייטל "אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ובוניו" (אויף העברעיש) | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:אידן פון ווארשע]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:אידישע דיכטער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך שרייבערס]] | [[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך שרייבערס]] | ||
{{DEFAULTSORT:פאפיערניקאוו, יוסף}} | {{DEFAULTSORT:פאפיערניקאוו, יוסף}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | |||
[[he:יוסף פפירניקוב]] | |||
[[קאַטעגאָריע:יידיש-שפראך שרייבער]] | |||
[[קאַטעגאָריע:יידיש-שפראך דיכטער]] | |||
[[קאַטעגאָריע:מדינת ישראל דיכטער]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:07, 8 יולי 2024
יוסף פּאַפּיערניקאָוו (וואַרשע [דעמלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע], 1897 אָדער 1899 – תל-אָביב, 1993) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער, איינער פון די גרונטלייגער פון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ארץ-ישראל.
לעבנסגעשיכטע
יוסף פּאַפּיערניקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין דער משפּחה פון שמואל פּאַפּיערניקאָוון, אַ משכיל און אַ ציוניסטישן טוער, וועלכער האָט געצויגן זיין חיונה פון אַ יאַטקע. דער קומענדיגער דיכטער האָט זיך געלערנט אין חדר און דערנאָך – אין אַ רוסישער רעאַלער גימנאַזיע. דאָס ייִנגל האָט געהאַט אַ שיינע שטימע און אין דער עלטער פון 8 יאָר איז ער אָנגענומען געוואָרן אינעם באַרימטן כאָר פון דער שול אויף טלאָמאַצקע-גאַס אונטער דער אָנפירונג פונעם חזן גרשון סיראָטע.
אַלס דיכטער האָט יוסף פּאַפּיערניקאָוו דעביוטירט אין דער עלטער פון 16 יאָר מיט אַ ליד "דאָס פעלד", וואָס איז פאַרעפנטליכט געוואָרן אינעם פערטן באַנד פונעם וואַרשעווער ליטעראַרישן מאָנאַטשריפט "יודישע זאַמעלביכער". שוין אין דער פריִער יוגנט האָט ער זיך דערנעענטערט צום סאָציִאַליסטישן ציוניזם און אין אָנהייב 1920ער יאָרן איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פון דער פּאַרטיי לינקע פּועלי-ציון, וועלכע האָט באַטראַכט די היינטצייטיגע ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ וויכטיגן און אפילו צענטראַלן עלעמענט אין דער ייִדישער זעלבסט-אידענטיפיקאַציע.
אין 1924 איז פּאַפּיערניקאָוו עולה געווען קיין ארץ-ישראל. ער האָט געאַרבעט אויפן דורכלייגן שאָסייען און בויען הייזער אין ראשון-לציון און אין תל-אָביב. אין 1929 איז ער אַוועקגעפאָרן קיין פוילן און ער האָט געלעבט דאָרט ביז 1933, ווען ער האָט זיך ענדלעך אומגעקערט קיין ארץ-ישראל. ביי דעם ייִדן-חורבן זענען אין פּוילן אומגעקומען דעם דיכטערס מוטער, פיר פון פינף זיינע ברידער, ווי אויך זיינע פעטערס, מומעס און שוועסטערקינדער.
זיין ארבעט אלס דיכטער
זינט 1918 האָט יוסף פּאַפּיערניקאָווס דיכטונג זוכה געווען צו אַ פּאָפּולערקייט. זענען לידער פלעגן זיך באַווייזן אין ייִדישע צייטשריפטן און צייטונגען פון פּוילן, ארץ-ישראל, פאראייניגטע שטאַטן און אַנדערע לענדער ("ליטעראַרישע בלעטער", "צוקונפט", "מאָרגן-ישראל", "פּראָלעטאַרישער געדאַנק" (די צייטונג פון דער פּאַרטיי "פּועלי-ציון"). אין 1927 איז אין וואַרשע דערשינען זיין ערשטע לידער-זאַמלונג "אין זוניקן לאַנד: פּאַלעסטינער לידער". ביז דער צוויטער וועלט-מלחמה זענען דערשינען נאָך 8 זיינע לידער-זאַמלונגען. זינט ישראל איז אומאָפּהענגיק געוואָרן האָט ער רעגולער געשריבן אין דער תל-אָביבער צייטונג "לעצטע נייעס" און פאַרעפנטליכט זיינע לידער אין דער צייטשריפט "די גאָלדענע קייט". יוסף פּאַפּיערניקאָוו האָט אויך פאַרפאַסט ניגונים פאַר זיינע לידער. באַזונדער פּאָפלער איז געוואָרן זיין זינגליד "זאָל זיין אַז איך בוי אין דער לופט מיינע שלעסער".
יוסף פאַפּיערנינקאָוו לידער האָבן איבערגעזעצט אין העברעאיש אַזעלכע באַרימטע ישראלדיק דיכטער ווי יעקב פיכמאַן, נתן אַלטערמאַן, אלכסנדר פּען, ווי אויך אַנדערע. אין 1988 איז אים צוגעייניקט געוואָרן דער ערן-טיטל "יקיר העיר תל-אָביב-יפו".
אין יוסף פּאַפּיערניקאָווס איבערזעצונג
- סערגיי אַלעקסאַנדראָוויטש יעסענין, געקליבענע לידער; (פון רוסיש) וואַרשע, "אייגנס", 1933. (די צווייטע אויפלאַגע: תל-אָביב, "המנורה", תש"ל.)
וועגן יוסף פּאַפּיערניקאָוון
- "יוסף פּאַפּיערניקאָוו", אין: לעקסיקאָן פון דער נייער ייִדישער ליטעראַטור, באַנד 7, ניו-יאָרק, 1968, ז. 105–107.
- דב סדן, היימישע כתבים: שרייבער, ביכער, פּראָבלעמען, תל-אָביב, "המנורה", תשל"ג 1972, באַנד 1, ז. 133–139.
- אברהם ליס, 'יוסף פּאַפּיערניקאָוו', ביי זיך 22 (תשמ"ג), ז. 64–70.
- דוד ספרד, 'י. פּאַפּיערניקאָוו', פאָלק, וועלט און מדינה 57 (1979), ז. 13–14.
- Emanuel S. Goldsmith, 'Yiddish Bard of Israel’s Rebirth: On the 90th Birthday of Joseph Papiernikov,' Jewish Book Annual 47 (1989), 170-181
דרויסנדיגע לינקס
- וועגן יוסף פּאַפּערניקאָוון אויפן וועבזייטל פון "לייוויק-הויז"
- וועגן יוסף פּאַפּיערניקאָוון אויפן וועבזייטל "אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ובוניו" (אויף העברעיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!