אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הארי מוליש"
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
|||
שורה 18: | שורה 18: | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
{{קאמאנסקאט|Harry Mulisch}} | {{קאמאנסקאט|Harry Mulisch}} | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:25, 8 יולי 2024
האַרי קורט וויקטאר מוליש (האלענדיש: Harry Kurt Victor Mulisch; 29סטן יולי 1927, הארלעם – 30סטן אקטאבער 2010, אמסטערדאם) איז געווען א האלענדישער שרייבער פון א אידישער אפשטאמונג, וואס האט געשריבן מער ווי 30 ראמאנען, דראמעס, און לידער. טייל זענען געווארן פארטייטשט אין מער ווי 20 שפראכן.
מוליש ווערט פאררעכנט איינער פון די דריי גרעסטע שרייבער אין האלאנד נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.
ביאגראפיע
הארי מוליש איז געבוירן אין הארלעם. פון 1958 האט ער געוואוינט אין אמסטערדאם, נאך זיין פאטער'ס טויט אין 1957. זיין פאטער האט אימיגרירט אין האלאנד פון דער עסטרייך-אונגארישער אימפעריע נאך דער ערשטער וועלט מלחמה.
אין דער צווייטער וועלט מלחמה האט זיין פאטער געארבעט אין א דייטשן באנק וואס האט געהאנדלט מיט די פארמעגן וואס מען האט קאנפיסקירט פון אידן. מוליש מיט זיין יידישער מוטער זענען געראטעוועט געווארן פון ווערן געשיקט אין די קאצעטן א דאנק זיין פאטערס ארבעט מיט די נאציס.
מוליש איז געשטארבן אין 2010 אין אמסטערדאם.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: הארי מוליש |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!