אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אידישע גראמאטיק"
צייכן: רויע רעדאגירונג |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
שורה 131: | שורה 131: | ||
*זי איז '''אונזערס''' א לערערין. | *זי איז '''אונזערס''' א לערערין. | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* [http://www.yiddishdictionaryonline.com/Grammar.htm אידיש גראמאטיק] | * [http://www.yiddishdictionaryonline.com/Grammar.htm אידיש גראמאטיק] | ||
* [http://www.babylon.com/dictionary/42945/English--to-Yiddish.html דא קענט איר אראפנעמען א באבילאן יידישער-ווערטערבוך פראגראם] | * [http://www.babylon.com/dictionary/42945/English--to-Yiddish.html דא קענט איר אראפנעמען א באבילאן יידישער-ווערטערבוך פראגראם] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:44, 8 יולי 2024
כללים
- פונקטירונג - נקודות
- אפשטעל צייכנס - פסיקים און נקודות
- סובסטאנטיוו (זאכווארט) העברעאיש: שם עצם
- אדיעקטיוו - ווארט וואס ערקלערט א סובסטאנטיוו העברעאיש: שם תואר
- צייטווארט/ווערב העברעאיש: פועל
- אדווערב - ווארט וואס ערקלערט א צייטווארט. העברעאיש: תואר הפועל
- פרעפּאָזיציע - העברעאיש: מילת יחס
- זאץ- העברעאיש: משפט
- וואקאבולאר - העברעאיש: אוצר מילים
- פארבינדענע אידיאם
- ארטיקל (גראמאטיק)
- פרעפיקסן העברעאיש: מוספית
- איינער איינע איינס
- יידישער אויסלייג פון ענגליש
- קירצונגען אין דער יידישער שפראך
פערזענליכע פראנאמען
נאָמינאַטיוו | אַקוזאַטיוו | דאַטיוו | |
1 יחיד (איינצאל) | איך | מיך | מיר |
2 יחיד (איינצאל היימיש) | דו | דיך | דיר |
3 יחיד זכר (איינצאל מענליך) | ער | אים | אים |
3 יחיד נקבה (איינצאל ווייבלעך) | זי | זי | איר |
3 יחיד סתם (איינצאל נייטראל) | עס/ס'/סע | עס | אים |
1 רבים (מערצאל) | מיר | אונז | אונז |
2 רבים (מערצאל, אויך איינצאל פארמאל) | איר | אייך | אייך |
3 רבים (מערצאל) | זיי | זיי | זיי |
לויט דעם דאַרף מען אַזוי זאָגן און שרייבן:
- איך האָב דיך ליב
- איך קום צו דיר
- ברענג מיר אַ גלעזל טיי
- איך נעם דיך אַהיים.
אקוזאטיוו און דאטיוו
רוב ווערבן גייען מיטן אקוזאטיוו. למשל:
- דו זעסט דעם מענטש, איך עס די פרוכט, ער שניידט דאס ברויט.
אבער טייל ווערבן גייען סיי מיט אקוזאטיוו סיי מיט דאטיוו, לויט דעם ענין:
- געבן - ווען מען גיט א מענטש א זאך, איז די זאך אקוזאטיוו און דער מענטש דאטיוו, ווייל מען גיט די זאך צו דעם מענטש.
- שיקן - איך שיק דיר (דאטיוו) א גאלדענעם זייגער (אקוזאטיוו)
- שרייבן - ער שרייבט זיין חבר (דאטיוו) א בריוו (אקוזאטיוו)
נאך ווערבן וואס גייען מיטן דאטיוו: גלייבן, דערציילן, ווייזן, זאגן, טעלעפאנירן, ענטפערן [1]
אבער לערנען און פרעגן גייען מיטן אקוזאטיוו אחוץ ווען מען ניצט א פרעפאזיציע.
אקטיוו און פאסיוו
עס זענען דא 2 סארטן זאצן: אַקטיוו און פאַסיוו.
- אַקטיוו וואָקאַבולאַר איז א זאץ וואס באשרייבט דער טוער אדער די טוערס וו.צ.ב. דער זאץ: "זיי שרייבן ביכער".
- פאַסיוו וואָקאַבולאַר איז א זאץ וואס באשרייבט דאס געשעהעניש וו.צ.ב. דער זאץ: "די ביכער ווערן געשריבן".
טאפל לשון
ווען א לאזונג טוט איבערחזרן צוויי מאל א זאך. א שטייגער:
- קריאת שמע ליינען
- מים אחרונים וואסער
- א גוט יום טוב
וו קעגן ב
אנדערשט ווי אין לשון הקודש נוצט מען דעם ב' בלויז ביי ב מיט א פינטל ווי B אבער ביי ב' אן א פינטל ווי V נוצט מען צוויי וו'ס.
אַ געגליכן צו אַן
פאַר אַן "איינצאל זאך-ווארט", ווען דאס זאך-ווארט הייבט זיך אָן מיט אַ קאָנסאָנאַט, זאגט מען און שרייבט מען אַ (אָן אַ נו"ן), און ווען עס הייבט זיך אן מיט א וואקאל, זאגט מען און שרייבט מען אַן (ענליך ווי ביי ענגליש).
מעגן געגליכן צו טארן
מען ניצט מעגן ביי א פאזיטיוון זאץ און נישט טארן ביי א נעגאטיוון זאץ.
קורצטע ווערטער
- אויף דעם - אויפן
- אונטער דעם - אונטערן
- איבער דעם - איבערן
- אין דעם - אינעם
- ביז דעם - ביזן
- ביי דעם - ביים
- נאך דעם - נאכן
- פאר דעם - פארן
- פון דעם - פונעם
- צו דעם - צום
איינער איינע איינס
אין אידישע גראמאטיק ווערט דער נומער איינס געבייגט אזוי (ווען גענוצט אלס א פראנאם)[2]:
- איינער אין א מענליכע מין: ער איז איינער פון מיינע פריינט; איך גיב איינעם א שליסל.
- איינע אין א ווייבליכע מין: זי איז איינע פון מיינע פריינדין.
- איינס אין א נייטראלער מין: דאס איז איינס פון מיינע קינדער.
מען בייגט מען די פאסעסיווע פראנאמען מיין, דיין, אונ(ד)זער, אייער, זייער אויך אזוי אין געוויסע פאלן:
- ער איז מיינער א פריינד.
- זי איז מיינע א שוועסטער.
- דאס איז מיינס א קינד.
- דאס איז דיינס א קינד.
- ער איז אייערס א רעבע.
- זי איז אונזערס א לערערין.
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענץ
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!