אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באכאטניץ"
(אוועקגענומען 'בעבודה') |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 57: | שורה 57: | ||
דער [[שלאס]] אין באכאטניץ איז מסתמא געבויט געווארן אין יאר 1340. אינעם [[15טער יארהונדערט|15טן יארהונדערט]], האט עס געהערט צום קוראווסקי פאמיליע. ביים סוף [[16'טער יארהונדערט]] האט עס אנגעהויבן צו ווערן א [[חורבה]]. | דער [[שלאס]] אין באכאטניץ איז מסתמא געבויט געווארן אין יאר 1340. אינעם [[15טער יארהונדערט|15טן יארהונדערט]], האט עס געהערט צום קוראווסקי פאמיליע. ביים סוף [[16'טער יארהונדערט]] האט עס אנגעהויבן צו ווערן א [[חורבה]]. | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
[[קאַטעגאָריע:דערפער אין פוילן]] | [[קאַטעגאָריע:דערפער אין פוילן]] | ||
שורה 63: | שורה 63: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | [[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | ||
[[en:Bochotnica]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:00, 8 יולי 2024
|
באָכאָטניץ (פּויליש: Bochotnica) איז א דארף אין דער לובלינער וואיעוואדעשאפט אין מזרח פוילן, וואס איז שוין דערמאנט געווארן אין 1317. באכאטניץ ליגט אינעם היסטארישן פראווינץ קליין פוילן, אויפ'ן טייך ווייסל, אויפ'ן וועג צווישן פילעוו און קאזמיר, בערך 3 קילאמעטער (2 מייל) צפון־מזרח פון קאזמיר, 10 קילאמעטער (6 מייל) דרום פון פילעוו און 42 קילאמעטער (26 מייל) מערב פון לובלין.
באכאטניץ געפינט זיך ביי א לאקאלע פרשת דרכים וואו דריי וועגן קומען זיך צוזאמען. דאס דארף פארמאגט נישט א באן סטאנציע. די נענסטע באן סטאנציע געפינט זיך אין פילעוו.
היינט צוטאגס איז באכאטניץ א לאקאלע טוריסט צענטער. עס האט א באפעלקערונג פון 1500 (ריכטיג פאר 2010).
היסטאריע
באכאטניץ איז איינע פון די עלטסטע ישובים אין קליין פוילן. כאטש עס זענען נישטא דאקומענטן דאס צו באווייזן, איז עס שוין געווען באוואוינט אינעם זעקסטן יארהונדערט. דאס איז באשטעטיגט געווארן דורך ארכעאלאגן וועלכע האבן דארט אין 1993 געפונען אן אוראלטע בית הקברות, געצייג פון בראנדז און פון אייזן, גאלדענע מטבעות, א שווערד פונעם 10טן יארהונדערט, און נאך.
דער שלאס אין באכאטניץ איז מסתמא געבויט געווארן אין יאר 1340. אינעם 15טן יארהונדערט, האט עס געהערט צום קוראווסקי פאמיליע. ביים סוף 16'טער יארהונדערט האט עס אנגעהויבן צו ווערן א חורבה.
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!