אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ערמאנט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – " זשערסי" ב־" דזשערסי")
ק (הוספת קישור בינוויקי en:Airmont, New York)
 
שורה 13: שורה 13:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|24]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|24]]
[[en:Airmont, New York]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:28, 23 מאי 2024

ערמאנט איז א דערפל אין ראמאפא, ראקלענד קאונטי, ניו יארק. דאס דערפל איז געגרינדעט און באזירט געווארן אין יאר 1991. עס געפונט זיך צפון פון ניו דזשערסי, מזרח פון סאפערן, דרום פון מאנסי און מאנטעבעלא און מערב פון טשעסנאט רידזש. דער פאראייניגטע שטאטן צענזוס ביורא שאצט אפ די באפעלקערונג 8,628 (2010).

דורך די פארלויפענע יארן האבן פיל אידן זיך באזירט דארט און היינט צו טאגס ציילט אפ די יידישע געמיינדע אין ערמאנט הונדערטער משפחות. אין יאר 2005 האט די ישיבה "משכנות לאביר יעקב" (טאהש-מאנסי) געוואלט זיך אריבערציען אהין, און אויכעט אויפצובויען אן אינטערנאט, און זיי האבן שוין געהאט געקויפט א שטח, אבער זייער פארלאנג איז אפגעלייגט געווארן דורך דער אדמיניסטראציע פונעם דערפל צוליב פארשידענע סיבות. די הויפט טענה פון דער אדמיניסטראציע איז געווען אז איינע פון די תקנות פונעם דערפל איז נישט צו האבן אדער בויען סיי וועלכע רעליגיעזע מוסדות. נאכדעם האט די ישיבה איינגעגעבן א אנקלאג אין אויבערגעריכט אז מען האט זיי דיסקרימינירט אויפן גרונד פון רעליגיע (א זאך וואס רעכנט זיך גאר הארב און שטרענג פארבאטן אין אמעריקע). אין 2011 האט דער אויבערגעריכט געפסק'נט אז די תקנות פונעם דערפל מוזן ווערן געטוישט זאפארט, און דערצו האט דער ריכטער באשטראפט די ערמאנט אדמיניסטראציע מיט א סומע פון $10,000 און געגעבן ערלויבעניש פאר דער ישיבה אויפצושטעלן אן אינטערנאט דארט.


Terrestrial globe.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!