אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אויטא אלארם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הגהה)
(שיריים)
 
שורה 5: שורה 5:


== הינטערגרונט ==
== הינטערגרונט ==
{{להשלים|די טענות אז אלארמען זענען נישט אפעקטיוו, און אפילו קאנטער-פראדוקטיוו, זע ענגלישע וויקי}}
אויטאס זענען איינע פון די הויפט צילן פאר גנבים שוין פאר עטליכע דורות. כאטש די זיכערהייט מאסנאמען ווערן אלץ בעסער, ווערן אבער די גנבים אויך מער פארגעשריטן. אן אויטא איז א גאנגבארע ציל ווייל עס איז א ווערדפולע חפץ וועלכע ליגט אויפ'ן גאס, פארקויפט זיך זייער גרינג, און פארמאגט אן איינגעבויטע אנטלויף סיסטעם.
אויטאס זענען איינע פון די הויפט צילן פאר גנבים שוין פאר עטליכע דורות. כאטש די זיכערהייט מאסנאמען ווערן אלץ בעסער, ווערן אבער די גנבים אויך מער פארגעשריטן. אן אויטא איז א גאנגבארע ציל ווייל עס איז א ווערדפולע חפץ וועלכע ליגט אויפ'ן גאס, פארקויפט זיך זייער גרינג, און פארמאגט אן איינגעבויטע אנטלויף סיסטעם.


שורה 12: שורה 13:


== דער אלארם סיסטעם ==
== דער אלארם סיסטעם ==
[[טעקע:Car broken window break in 4492.JPG|קליין|לינקס|אן אויטא מיט אן אויסגעשאסענע פענסטער, א פאפולערע מעטאד ביי קאר-גנבים.]]
א פשוט'ער אלארם באשטייט פון עטליכע דראטן וועלכע זענען באהאפטן צו א [[סירענע (אלארם)|סירענע]]. עס פארמאגט א קנעפל ביים דרייווער'ס טיר וועלכע אקטיוויזירט דעם אלארם און אויב איינער עפנט איינע פון די טירן וועט דער אלארם אנהייבן קלינגען. אזא אלארם פארלאנגט נישט מער ווי א קנעפל, אביסל דראטן און א סירענע.
א פשוט'ער אלארם באשטייט פון עטליכע דראטן וועלכע זענען באהאפטן צו א [[סירענע (אלארם)|סירענע]]. עס פארמאגט א קנעפל ביים דרייווער'ס טיר וועלכע אקטיוויזירט דעם אלארם און אויב איינער עפנט איינע פון די טירן וועט דער אלארם אנהייבן קלינגען. אזא אלארם פארלאנגט נישט מער ווי א קנעפל, אביסל דראטן און א סירענע.


שורה 46: שורה 48:
טייל אלארם פירמעס האבן זיך אן עצה געגעבן אויך מיט דעם, און האבן אנטוויקלט א רעמאוט סיסטעם וועלכע פארמאגט צענדליגער קאודס און עס טוישט זיך אליין פון צייט צו צייט, וואס מאכט פיל שווערער פאר די גנבים עס אויסצוגעפינען.
טייל אלארם פירמעס האבן זיך אן עצה געגעבן אויך מיט דעם, און האבן אנטוויקלט א רעמאוט סיסטעם וועלכע פארמאגט צענדליגער קאודס און עס טוישט זיך אליין פון צייט צו צייט, וואס מאכט פיל שווערער פאר די גנבים עס אויסצוגעפינען.


==אנדערע זיכערהייט סיסטעמען==
זינט די 1990'גער יארן זענען אלארמס געווארן זייער פאפולער, און די פירמעס וועלכע מאכן זיי האבן אנגעהויבן א פארמעסט ווער עס קען מאכן בעסערע און מער פארגעשריטענע סיסטעמען. יעדע שטיק צייט קומט ארויס א נייע אלארם סיסטעם וועלכע פארמאגט עפעס מער ווי די פריערדיגע, און די מענטשן וואס קויפן זיך טייערע אויטאס זענען וויליג צו באצאלן אסאך געלט פאר א גוטע אלארם צו שפארן די עגמת נפש פון א גניבה. היינט, ווען רוב טייערע אויטאס פארמאגן שוין אויך נאוויגאציע סיסטעמען וועלכע נוצן די [[דזשי-פי-עס]] טעכנאלאגיע, איז פארהאן א מעגליכקייט צו באהעפטן די דזשי-פי-עס רעסיווער צום אלארם סיסטעם און מיט דעם וועט דער אייגנטימער קענען שטענדיג זען וואו זיין אויטא געפינט זיך, אזוי אז אפילו אויב עס וועט פאר איינעם יא געלונגען צו גנב'ענען זיין אויטא וועט ער דאס נישט האבן פאר לאנג, ווייל דער אייגנטימער וועט אנרופן די פאליציי און איבערגעבן וואו די אויטא געפינט זיך אויפ'ן מאמענט.
זינט די 1990'גער יארן זענען אלארמס געווארן זייער פאפולער, און די פירמעס וועלכע מאכן זיי האבן אנגעהויבן א פארמעסט ווער עס קען מאכן בעסערע און מער פארגעשריטענע סיסטעמען. יעדע שטיק צייט קומט ארויס א נייע אלארם סיסטעם וועלכע פארמאגט עפעס מער ווי די פריערדיגע, און די מענטשן וואס קויפן זיך טייערע אויטאס זענען וויליג צו באצאלן אסאך געלט פאר א גוטע אלארם צו שפארן די עגמת נפש פון א גניבה. היינט, ווען רוב טייערע אויטאס פארמאגן שוין אויך נאוויגאציע סיסטעמען וועלכע נוצן די [[דזשי-פי-עס]] טעכנאלאגיע, איז פארהאן א מעגליכקייט צו באהעפטן די דזשי-פי-עס רעסיווער צום אלארם סיסטעם און מיט דעם וועט דער אייגנטימער קענען שטענדיג זען וואו זיין אויטא געפינט זיך, אזוי אז אפילו אויב עס וועט פאר איינעם יא געלונגען צו גנב'ענען זיין אויטא וועט ער דאס נישט האבן פאר לאנג, ווייל דער אייגנטימער וועט אנרופן די פאליציי און איבערגעבן וואו די אויטא געפינט זיך אויפ'ן מאמענט.



יעצטיגע רעוויזיע זינט 19:25, 5 פעברואר 2024

סירענע פון אן אויטא אלארם

אן אויטא אלארם (אדער קאר אלארם) איז אן עלעקטראנישער אלארם סיסטעם ספעציעל פאר אן אויטא וועלכע פייפט אויב איינער פרובירט איינברעכן און אוועקפארן מיט דעם אויטא.

הינטערגרונט

אויטאס זענען איינע פון די הויפט צילן פאר גנבים שוין פאר עטליכע דורות. כאטש די זיכערהייט מאסנאמען ווערן אלץ בעסער, ווערן אבער די גנבים אויך מער פארגעשריטן. אן אויטא איז א גאנגבארע ציל ווייל עס איז א ווערדפולע חפץ וועלכע ליגט אויפ'ן גאס, פארקויפט זיך זייער גרינג, און פארמאגט אן איינגעבויטע אנטלויף סיסטעם.

די ערשטע אויטא גניבה וועלכע איז געווארן רעקארדירט ביי די פאליציי איז געווען אין יאר 1896, צען יאר נאכדעם וואס די גאזאלין אויטאס זענען פארגעשטעלט געווארן פאר די וועלט. היינט צוטאגס מיט אזויפיל אויטאס אויף די גאסן זענען פארהאן טויזנטער אויטא גניבות וועלכע ווערט געשאצט צו איין אויטא פאר יעדע 20 סעקונדעס אין די פאראייניגטע שטאטן אליין. וויפיל מען פרובירט זיך צו פארזיכערן פון אן אויטא גניבה איז מען אבער קיינמאל נישט פארזיכערט. די עגמת נפש נאך א גניבה איז גרויס, כאטש יעדער מוז לעגאל האבן אינשורענס.

עס איז דעריבער נישט קיין וואונדער אז מיליאנען אמעריקאנער אינוועסטירן אסאך געלט פאר טייערע פארגעשריטענע אלארמען, מיט וועלכע זיי האפן צו ברענגען די רפואה פאר די מכה. היינטיגע אלארמען פארמאגן פארגעשריטענע סענסארס, דונערדיגע קלאנגען, און רעמאוט אקטיוויזירטע סיסטעמען. שטודיעס ווייזן אז די אויטאס וועלכע האבן גוטע אלארמען האבן ווייניגער שאנסן גע'גנב'ט צו ווערן ווייל די גנבים וועלן ענדערש אויסוועלן אן אויטא אן אלארם ווי מיט[מקור פארלאנגט].

דער אלארם סיסטעם

אן אויטא מיט אן אויסגעשאסענע פענסטער, א פאפולערע מעטאד ביי קאר-גנבים.

א פשוט'ער אלארם באשטייט פון עטליכע דראטן וועלכע זענען באהאפטן צו א סירענע. עס פארמאגט א קנעפל ביים דרייווער'ס טיר וועלכע אקטיוויזירט דעם אלארם און אויב איינער עפנט איינע פון די טירן וועט דער אלארם אנהייבן קלינגען. אזא אלארם פארלאנגט נישט מער ווי א קנעפל, אביסל דראטן און א סירענע.

היינטיגע אלארמס זענען אבער פיל מער פארגעשריטן און באשטייען פון 5 טיילן: 1) א גרופע פון סענסארס, עס קען זיין דרוק סענסארס, באוועגונג אויפכאפער, און געווייערטע קנעפלעך וועלכע אקטיוויזירן דאס. 2) א סירענע פון עטליכע קלאנגען וועלכע מען קען אליין אנשטעלן. 3) א ראדיא רעסיווער וועלכע לאזט דעם רעמאוט אקטיוויזירן און דע-אקטיוויזירן דעם סיסטעם. 4) א באזונדערע באטערי וועלכע זאל העלפן די סירענע פייפן אפילו אויב די הויפט אויטא באטערי איז אויסגעגאנגען. 5) א קאמפיוטער קאנטראל טייל וועלכע קאנטראלירט דעם גאנצן סיסטעם און שפירט ווען די סענסארס ווערן גערירט און צינדט אן די אלארם.

אזא אלארם באשטייט פון א קאמפיוטער, א סירענע, און א רייע סענסארס וועלכע אקטיוויזירן דעם אלארם. עס זענען פארהאן עטליכע ערליי סענסארס וועלכע כאפן אויף פארשידענע ערליי זאכן וועלכע קען נאר פאסירן אויב איינער האט איינגעבראכן אינעם אויטא.

די ערשטע סארט סענסאר זענען די טירן סענסארס וועלכע אקטיוויזירן דעם אלארם אויב איינע פון די טירן, טראנק, אדער הוד ווערט געעפנט. די טירן פארמאגן פשוט'ע דראטן וועלכע זענען באהאפטן צו די קנעפלעך וועלכע אקטיוויזירן די לעקטער אינעם אויטא. אויב מען עפנט א טיר וועלן ביידע זאכן אקטיוויזירט ווערן. די לעקטער וועט זיך אנצינדן און די אלארם וועט זיך אויך אנצינדן.

אבער עס זענען פארהאן אנדערע וועגן וויאזוי מען קען גנב'ענען אן אויטא, אן עפענען די טירן. גנבים קענען זיך אויך אריינכאפן דורך אויפברעכן די פענסטער, אדער קענען זיי אוועקנעמען דעם גאנצן אויטא מיט א שלעפער טראק צו וועלכע די טיר סענסארס זענען גארנישט ווערט. צוליב דעם זענען פארהאן שאק סענסארס וועלכע שפירן אויב איינער רירט דעם אויטא און עס אקטיוויזירט דעם אלארם. ביליגע שאק סענסארס מאכן אבער אסאך פאלשע אלארמס, וויבאלד דער סענסאר פארשטייט נישט קיין חילוק פון א שטערקערע אדער שוואכערע שאקל, און וועט צו ביידע האבן אן אייניגע רעאקציע. אזא סענסאר איז א שאכטל מיט א חלל אינדערמיט וועלכע אנטהאלט אן אייזערנעם באל וואס שאקלט זיך ווען מען רירט דעם אויטא, און אויב עס רירט עטליכע אייזערנע טיילן אינעם שאכטל וועט עס אויטאמאטיש אקטיוויזירן דעם אלארם. עס זענען אבער פארהאן מער פארגעשריטענע שאק סענסארס וועלכע שפירן וויפיל ליניעס זענען אנגערירט געווארן, און לויט דעם מאכט דער קאמפיוטער זיינע באשלוסן. אויב איינער וועט געבן א מילדע שטופ דעם אויטא וועט עס ווארענען, געבן א פייף, אדער בלינקן מיט די העדלייטס צו דערמאנען יענעם ער זאל שטיין ווייט פון דעם אויטא. אויב די אויטא ווערט שטערקער געשאקלט וועט די באל אינעם סענסאר אנרירן מער ליניעס, און די סירענע וועט זיך אקטיוויזירן און אלארמירן די גאס אז אן אויטא ווערט גע'גנב'עט.

אויסער די שאק סענסארס האבן רוב פארגעשריטענע סיסטעמען א פענסטער סענסאר, וועלכע שפירט אויב א פענסטער ווערט אויסגעשאסן - א מיטל וועלכע רוב גנבים נוצן פאר די שנעלסטע ארבעט. די סארט סענסארס זענען מיקראפאנען וועלכע כאפן אויף די קול פון די גלאז און סיגנאליזירן דעם קאמפיוטער וועלכע מאכט די סירענע פייפן. אן אנדערע סארט פענסטער סענסאר איז באזירט אויף די טויש אין לופט דרוק וועלכע ווערט געשאפן דורך עפענען א פענסטער, אפילו ווען די טעמפעראטור איז אייניג אינעווייניג און אינדרויסן. די סארט סענסאר איז א פשוט'ער הויכהילכער וועלכע געבט ארויס א קול נאכדעם וואס די ניי געשאפענע לופט דרוק מאכט אז די מיטלסטע טייל פונעם הויכהילכער (ספיקער) זאל זיך רירן און די עלעקטראמאגנעט וועלכע ליגט אונטער דעם כאפט אויף דעם קול. (א הויכהילכער איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי טיילן: אן עלעקטראמאגנעט און א ספעציעלע סחורה'נע מאטעריאל וועלכע ליגט אינדערמיט. ווען די הויכהילכער באקומט די עלעקטראנישע סיגנאלן, וועלכע ווערן געשיקט דורך די מוזיק סיסטעמען, מאכט עס די מיטלסטע טייל טאנצן ארויף און אראפ און די עלעקטראמאגנעט אונטער דעם שפילט דאס אויף הויך לויט די שטארקייט פון די סיגנאלן). טייל פון די אלארם סיסטעמען נוצן דעם אויטא'ס הויכהילכער צו טאן די ארבעט און אנדערע פארמאגן באזונדערע הויכהילכער דערפאר.

געוויסע גנבים דארפן נישט דעם גאנצן אויטא נאר זוכן געוויסע טיילן דערפון וועלכע זיי פארקויפן פאר געלט. די סארט גנבים קענען מאכן אסאך שאדנס אן דארפן אויפברעכן די טירן אדער פענסטער. און גנבים וועלכע זענען אויסגעשטאט מיט שלעפער טראקס קענען אוועקפירן דעם גאנצן אויטא אן דארפן צורירן צו די אינעווייניגסטע טיילן. עס זענען דעריבער פארהאן עטליכע סארט סענסארס וועלכע באוואכן אויך דעם דרויסנדיגן טייל פון אן אויטא. עס איז פארהאן א ספעציעלע ראדאר סיסטעם וועלכע דערשפירט די בארירונגען ארום דעם אויטא, און אויב עס טוט זיך צופיל אקטיוויטעטן זייער נאנט צום אויטא וועט דאס סיגנאליזירן די אלארם סיסטעם. אנדערע אויטאס פארמאגן א טילט (נייגונג) סענסאר וועלכע פארמאגט אין זיך צוויי דראטן וועלכע ליגן אין א שאכטל פון מערקור פליסיגקייט. ווען דער אויטא ווערט געבויגן אויף איין וועג וועט די פליסיגע מערקור שווימען צו די אנדערע זייט און מאכן קאנטאקט מיט ביידע דראטן אויפאמאל, וואס וועט סיגנאליזירן די אלארם. גוטע אלארם סיסטעמען פארמאגן עטליכע אזעלכע טילט סענסארס וועלכע ליגן אויסגעלייגט אויף געוויסע פונקטן אונטער דעם אויטא.

די גערודער

א גנב וועט געווענליך אנטלויפן אויב ער באווייזט נישט אויסצולעשן די אלארם אין געציילטע סעקונדעס[מקור פארלאנגט], ווייל דער גערודער מאכט אים אומבאקוועם און לייגט אים אין צענטער פון די סצענע אויף די גאס, און אויך ווייסט ער אז דער בעל הבית אדער עמיצער אנדערש וואס וועט הערן די גערודער וועט רופן די פאליציי.

פארגעשריטענע גנבים קענען שנעל אויסלעשן די אלארמס דורך איבערשניידן די נויטיגע דראטן, און די פירמעס קומען כסדר אויף מיט נייע עצות וויאזוי צו באהאלטן די ווייערינג מען זאל זיי נישט קענען טרעפן. עס זענען אבער פארהאן גנבים אויך אין די פירמעס וועלכע זענען גרייט ארויסצוגעבן די אינפארמאציע פאר אביסל געלט.

רוב אלארמס, איינמאל עס ווערט אקטיוויזירט, וועט עס מאכן דעם פייפער פון די אויטא פייפן און די לעקטערס בלינקן. טייל אלארמס פארמאגן נאך א הארן וועלכע ליגט אונטער'ן הוד וועלכע העלפט מאכן משונה'דיגע קולות וואס קלינגט אפ ווייט אוועק. טייל אלארמס קענען אפילו אנגעשטעלט ווערן צו געוויסע קולות כדי צו מאכן איינעמ'ס אויטא קלינגען אנדערש ווי דעם חבר'ס. געוויסע סיסטעמען זענען מער פארגעשריטן פון דעם און וועלן טאן עפעס א מעכאנישע שטיקל וועלכע וועט נישט לאזן דעם גנב אוועקפארן מיט'ן אויטא, ווי אויסשאלטערן די איגנישן סטארטער אדער אפהאקן די גאזאלין סופליי צו די מאטאר, אדער אנדערע מעטאדן.

געוויסע אויטאס שפילן א רעקארדירטע מעסעדזש ווען איינער רירט צו צום אויטא און ווארנט יענעם צו שטיין ווייט פון דעם אויטא. דאס קען ווייזן דעם גנב אז דאס איז א פארגעשריטענער אלארם סיסטעם פון וועלכע ער זאל זיך באלד אפשאקלען.

דער רעמאוט קאנטראל

דער הויפט נוצן פון א רעמאוט קאנטראל איז צו אקטיוויזירן און אומאקטיוויזירן די אלארם סיסטעם מיט איין דרוק אויף א קנעפל. אמאל, ווען עס זענען נאך נישט געווען קיין רעמאוט קאנטראלס, האבן די אלארמס געארבעט מיט א צייט אפגעשטופטע סיסטעם וועלכע האט געגעבן דעם דרייווער 30 ביז 60 סעקונדעס פון ווען דער דרייווער האט אים אקטיוויזירט ביז ער מאכט צו אלע שלעסער. דאס זעלבע איז געווען פארקערט, ווען מען האט געהאט 30 סעקונדעס צו אומאקטיוויזירן פון ווען מען האט געעפנט דעם אויטא ביז מען האט אריינגעדרוקט אדער געניצט די ריכטיגע ציפערן אדער שליסל. עס האט געארבעט ענליך ווי די היים און אפיס אלארם סיסטעמען, וועלכע גיבן אויך א געוויסע צייט ביז מען קען אריינדרוקן די ציפערן.

די סארט סיסטעם איז אבער נישט ווערד געווען קיין סאך, ווייל די גנבים האבן זיך שנעל אויסגעלערנט וויאזוי צו מסדר זיין אן אויטא אין ווייניגער פון 30 סעקונדעס. זינט דער רעמאוט קאנטראל איז געווארן א טייל פון די סיסטעם האט מען דאס געטוישט אז עס צעקלינגט זיך באלד און דער גנב ווערט דערשראקן און לויפט אוועק.

מען קען פראגראמירן אויפ'ן רעמאוט מערערע זאכן ווי עפענען די טיר שלעסער, עפענען די טראנק, אנצינדן די סירענע. עס זענען פארהאן רעמאוט סיסטעמען וואס ארבעטן מיט א קאמפיוטער אינעם אויטא וועלכע לאזט עפענען די פענסטער, אנצינדן געוויסע זאכן, און די אויטא שיקט צוריק א מעסעדזש פאר'ן רעמאוט אויב עס האט ווירקליך געטון די ארבעט. די וואס האבן די פארגעשריטענע רעמאוטס וועט דער אויטא איר אלארמירן ווען די אלארם הייבט אן פייפן, און אויך די רעמאוט אויפ'ן פעקל שליסלען וועט זיך נעמען פייפן.

פארגעשריטענע גנבים געבן זיך אבער אן עצה מיט די פארגעשריטענע רעמאוטס, דורך צוטרעפן די ריכטיגע קאוד וועלכע די רעמאוט סיסטעם נוצט צו קאמוניקירן מיט'ן אויטא. זיי פארמאגן ספעציעלע מאשינקעס וועלכע גייען דורך הונדערטער קאודס ביז ווילאנג עס טרעפט צו די ריכטיגע און דעמאלט גנב'ענען זיי די אויטא.

טייל אלארם פירמעס האבן זיך אן עצה געגעבן אויך מיט דעם, און האבן אנטוויקלט א רעמאוט סיסטעם וועלכע פארמאגט צענדליגער קאודס און עס טוישט זיך אליין פון צייט צו צייט, וואס מאכט פיל שווערער פאר די גנבים עס אויסצוגעפינען.

אנדערע זיכערהייט סיסטעמען

זינט די 1990'גער יארן זענען אלארמס געווארן זייער פאפולער, און די פירמעס וועלכע מאכן זיי האבן אנגעהויבן א פארמעסט ווער עס קען מאכן בעסערע און מער פארגעשריטענע סיסטעמען. יעדע שטיק צייט קומט ארויס א נייע אלארם סיסטעם וועלכע פארמאגט עפעס מער ווי די פריערדיגע, און די מענטשן וואס קויפן זיך טייערע אויטאס זענען וויליג צו באצאלן אסאך געלט פאר א גוטע אלארם צו שפארן די עגמת נפש פון א גניבה. היינט, ווען רוב טייערע אויטאס פארמאגן שוין אויך נאוויגאציע סיסטעמען וועלכע נוצן די דזשי-פי-עס טעכנאלאגיע, איז פארהאן א מעגליכקייט צו באהעפטן די דזשי-פי-עס רעסיווער צום אלארם סיסטעם און מיט דעם וועט דער אייגנטימער קענען שטענדיג זען וואו זיין אויטא געפינט זיך, אזוי אז אפילו אויב עס וועט פאר איינעם יא געלונגען צו גנב'ענען זיין אויטא וועט ער דאס נישט האבן פאר לאנג, ווייל דער אייגנטימער וועט אנרופן די פאליציי און איבערגעבן וואו די אויטא געפינט זיך אויפ'ן מאמענט.

עס זענען פארהאן נאך פארשידענע זיכערהייט פראדוקטן קעגן אויטא גניבות ווי די קלאב, א מעטאלענע שלאס וועלכע מען שטעלט ארויף אויפ'ן סטירינג וויל, און פארשידענע עלעקטראנישע טשיפס וועלכע שיקן סיגנאלן אויב דער אויטא ווערט גע'גנב'עט און מען קען כסדר נאכזוכן וואו דער אויטא געפינט זיך דורך אריינרופן די פירמע. אין די לעצטע יארן[אויסקלארונג פארלאנגט] איז אויפגעקומען די "אן סטאר" פראגראם וועלכע געפינט זיך אין א גרויסע טייל פון דזשי.עם. אויטאס, וועלכע איז אויך א גרויסע הילף קעגן גניבות. פראפעסיאנעלע גנבים קענען אבער אויסמיידן די אלע זאכן: א קלאב באשיצט נישט קעגן גניבות מיט א שלעפער טראק; די אלע סארט טשיפס קענען די גנבים וויסן וויאזוי דאס צו באזייטיגן, און אפילו ווען נישט האבן זיי ספעציעלע ערטער וואו זיי פירן די אויטאס אראפ אונטער די ערד, וואו דזשי-פי-עס און אן סטאר טוען נישט ארבעטן.

פארגעשריטענע אויטא אלארמס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די מערסטע עפעקטיוו קעגן גניבות, ווייל די סיסטעמען זענען זייער סענסיטיוו און צעקלינגען זיך ווי נאר מען רירט צו. ווי דערמאנט געבן זיך די גנבים נאך אלץ אן עצה, אבער אויך די פירמעס ארבעטן פלייסיג און קומען כסדר ארויס מיט נייע סיסטעמען וועלכע זענען שווערער אויסצושפילן.

אויף פארנומענע גאסן, וואו עס איז פארהאן אסאך גערודער, זענען אויטא אלארמס נישט ווערד קיין סאך. אן אויטא אלארם איז דעזיינט פאר דעם דורכשניטליכן איינוואוינער, וועלכער וואוינט אויף א שטילע געסל אין א געגנט וואס רוישט נישט ביינאכט. אויף אזא ארט איז אן אלארם זייער עפעקטיוו.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!