אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שאול בוימאן"
ק (מכלוליזאציע) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
שורה 21: | שורה 21: | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* [https://isheiisrael.wordpress.com/2020/01/20/רבי-שאול-בוימאן/ רבי שאול בוימאן], אויף "אישי ישראל" | * [https://isheiisrael.wordpress.com/2020/01/20/רבי-שאול-בוימאן/ רבי שאול בוימאן], אויף "אישי ישראל" | ||
* [https://toratcha.com/?p=15321 ברכישת יסודות חכמת האמת, בעיון והבנה, ניתן לעלות על סולם שראשו מגיע השמימה / הרב שאול בוימאן הי"ד], אויף "תורתך לא שכחתי" | * [https://toratcha.com/?p=15321 ברכישת יסודות חכמת האמת, בעיון והבנה, ניתן לעלות על סולם שראשו מגיע השמימה / הרב שאול בוימאן הי"ד], אויף "תורתך לא שכחתי" |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:31, 8 יולי 2024
רבי שאול בוימאן איז דער מחבר פונעם ספר "מפתחי חכמת אמת" וואס איז א הקדמה צו קבלה און חסידות.
ביאגראפיע
רבי שאול איז געבוירן אין יאר ה'תרע"ד אין שטאט פארצעוו, צו ר' מרדכי און יהודית בוימאן. ער האט געלערנט אין ישיבת תומכי תמימים (ליובאוויטש) אין ווארשע, פוילן, און דערנאך אין דער ישיבת כנסת יצחק אין סלאבאדקע ביי רבי ברוך בער לייבאוויץ, וועלכער האט אים אויך געגעבן סמיכה. שפעטער איז ער אנגעקומען צום ישיבת חכמי לובלין, וואו ער איז געווארן דערנענטערט צו רבי שמעון זעליכאווער.
אין יאר תרצ"ז, נאך זייענדיג א בחור פון 23 יאר, האט ער ארויסגעגעבן זיין ספר "מפתחי חכמת אמת", א הקדמה צו קבלה אויפן גייסט פון חסידות. דער ספר איז געדרוקט געווארן אין דער דרוקעריי פון ר' אברהם מרדכי ראגאווי, פון די רעדאקטארן פון דער אידישער צייטונג דאס יודישע טאגבלאט, און ר' אברהם מרדכי, וועלכער איז באאיינדרוקט געווארן פון דעם מחבר, האט אים גענומען אלס חתן פאר זיין טאכטער.
די חתונה איז פארגעקומען אין יאר ת"ש, אין ברען פון די צווייטע וועלט-מלחמה, ווען בלויז זיין מאמע איז אנוועזנד געווען פון זיין משפחה.
רבי שאול איז אומגעקומען ביים חורבן אייראפע, צוזאמען מיט זיין פרוי. פון זיין נאנטע משפחה איז געבליבן בלויז זיין שוועסטער גיטל, וועמען רבי שאול האט ארויסגעשווערצט קיין רוסלאנד ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן
מפתחי חכמת אמת
דער ספר, וועלכער האט געדארפט צו זיין דער ערשטער חלק אין א סעריע פון אכט, איז געשטעלט צו דינען אלס אריינפיר צו די מושגים און יסודות פון קבלה. עס האט באקומען ווארעמע הסכמות פון [[רבי משה יחיאל אלימלך ראבינאוויטש|רבי אלימלך פון לוברטוב און פון רבי שמעון זעליכאווער, וועלכע שרייבן זעלטענע טיטלען אויף דעם מחבר.
דער ספר איז שפעטער געווען אין צענטער פון א קאנטראווערסיע, ווען עס איז אנגעגעבן געווארן אז דער ספר "שערי רחמים לישראל" (תל אביב תשמ"ח) איז אין גרויסן טייל פלאגיאירט דערפון.
צו ליינען מער
דרויסנדיגע לינקס
- רבי שאול בוימאן, אויף "אישי ישראל"
- ברכישת יסודות חכמת האמת, בעיון והבנה, ניתן לעלות על סולם שראשו מגיע השמימה / הרב שאול בוימאן הי"ד, אויף "תורתך לא שכחתי"
- הספר מפתחי חכמת אמת, אויף פורום "אוצר החכמה"
- שמואל ינאי, השכפול המסתורי של מפתחי חוכמת האמת, אויף הארץ, 4 באוקטובר 2004
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!