אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אלימלך שפירא"
ק (החלפת טקסט – "[[ישראל האפשטיין" ב־"[[רבי ישראל האפשטיין") |
ק (החלפת טקסט – "ליזשענסק" ב־"ליזענסק") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
רבי '''אלימלך שפירא פון [[גראדזשיסק]]''' ([[ה'תקפ"ד]] – [[א' ניסן]] [[ה'תרנ"ב]], [[1892]]), אן אוראייניקל פון דעם [[רבי אלימלך פון | רבי '''אלימלך שפירא פון [[גראדזשיסק]]''' ([[ה'תקפ"ד]] – [[א' ניסן]] [[ה'תרנ"ב]], [[1892]]), אן אוראייניקל פון דעם [[רבי אלימלך פון ליזענסק|רבי ר' מיילעך]] און דעם [[רבי ישראל האפשטיין|קאזשניצער מגיד]], איז געווען פון די חשובע [[אדמו"ר]]ים פון זיין דור און דער גרינדער פונעם [[גראדזשיסק (חסידות)|גראדזשיסקער הויף]]. | ||
==לעבנסגעשיכטע== | ==לעבנסגעשיכטע== | ||
רבי אלימלך איז געבוירן געווארן אין תקפ"ד צו זיין פאטער, [[רבי חיים מאיר יחיאל שפירא]], אן אייניקל פונעם [[רבי ישראל האפשטיין|קאזשניצער מגיד]] און א רבי פון טויזנטער חסידים, באוואוסט ווי דער "שרף פון מאגלניצא", און צו זיין מוטער גיטל, א טאכטער פון רבי אלעזר פון | רבי אלימלך איז געבוירן געווארן אין תקפ"ד צו זיין פאטער, [[רבי חיים מאיר יחיאל שפירא]], אן אייניקל פונעם [[רבי ישראל האפשטיין|קאזשניצער מגיד]] און א רבי פון טויזנטער חסידים, באוואוסט ווי דער "שרף פון מאגלניצא", און צו זיין מוטער גיטל, א טאכטער פון רבי אלעזר פון ליזענסק, א זון פון [[רבי אלימלך פון ליזענסק]], וועמענס נאמען ער האט געטראגן. | ||
רבי אלימלך שפירא האט מקבל געווען אין חסידות פון די גרויסע צדיקים פון זיין דור: זיין פאטער, [[רבי ישכר בער באראן|ישכר בער פון ראדאשיץ]], [[רבי נתן דוד ראבינאוויטש|נתן דוד פון שידלאווצע]] און אויך פון [[רבי ישראל פון רוזשין]], צו וועמען ער פלעג פארן נאכאלץ ווען ער איז שוין געווען א רבי. | רבי אלימלך שפירא האט מקבל געווען אין חסידות פון די גרויסע צדיקים פון זיין דור: זיין פאטער, [[רבי ישכר בער באראן|ישכר בער פון ראדאשיץ]], [[רבי נתן דוד ראבינאוויטש|נתן דוד פון שידלאווצע]] און אויך פון [[רבי ישראל פון רוזשין]], צו וועמען ער פלעג פארן נאכאלץ ווען ער איז שוין געווען א רבי. |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 07:43, 8 פעברואר 2024
רבי אלימלך שפירא פון גראדזשיסק (ה'תקפ"ד – א' ניסן ה'תרנ"ב, 1892), אן אוראייניקל פון דעם רבי ר' מיילעך און דעם קאזשניצער מגיד, איז געווען פון די חשובע אדמו"רים פון זיין דור און דער גרינדער פונעם גראדזשיסקער הויף.
לעבנסגעשיכטע
רבי אלימלך איז געבוירן געווארן אין תקפ"ד צו זיין פאטער, רבי חיים מאיר יחיאל שפירא, אן אייניקל פונעם קאזשניצער מגיד און א רבי פון טויזנטער חסידים, באוואוסט ווי דער "שרף פון מאגלניצא", און צו זיין מוטער גיטל, א טאכטער פון רבי אלעזר פון ליזענסק, א זון פון רבי אלימלך פון ליזענסק, וועמענס נאמען ער האט געטראגן.
רבי אלימלך שפירא האט מקבל געווען אין חסידות פון די גרויסע צדיקים פון זיין דור: זיין פאטער, ישכר בער פון ראדאשיץ, נתן דוד פון שידלאווצע און אויך פון רבי ישראל פון רוזשין, צו וועמען ער פלעג פארן נאכאלץ ווען ער איז שוין געווען א רבי.
נאך זיין פאטערס פטירה ט"ו אייר ה'תר"ט (1849) האט זיין חסידות צעשפאלטן צווישן זיינע פינף זין, וואס האבן געפירט רביסטעוועס אין פארשידענע שטעט. רבי אלימלך שפירא האט אנגעהויבן פירן אין גראדזשיסק וואס איז דערפאר געווארן א חשובער צענטער פאר חסידים. רבי אלימלך איז געווען א באוואוסטער עסקן און האט גענומען א חשובן טייל אין דער הנהגה פון פוילישן אידנטום אין די אנהייב ת"ר יארן. בסוף ימיו האט מען אים גערעכנט דעם "זקן האדמו"רים" אין פוילן.
רבי אלימלך שפירא איז נפטר געווארן א' ניסן תרנ"ב (1892) און מען האט אים קובר געווען אין דעם גראדזשיסקער בית עולם. אזוי ווי זיין זון איז נפטר געווארן אין זיין לעבן, זענען א שיינער טייל פון זיינע חסידים אריבער צו זיין תלמיד, רבי מאיר יחיאל האלשטאק, דער אסטראווצער רב, וואס האט אנגעהויבן צו פירן. אין גראדזשיסק האט מען אויפגענומען פאר רבי'ן זיין אייניקל, ישראל שפירא, וואס איז דעמאלסט געווען אלט נאר 18 יאר.
רבי אלימלך שפירא האט חתונה געהאט צוויי מאל.
זיין ערשטע ווייב איז געווען חיה מאשא ראבינאוויטש, א טאכטער פון ירחמיאל פון פשיסכע, א זון פון דעם "ייד הקדוש" יעקב יצחק פון פרשיסחא ("היהודי הקדוש"). זיינע זין פון דעם זיווג זענען געשטארבן ביי זיין לעבן, און ער האט חושש געווען פאר זיינע אייניקלעך און האט זיי געשיקט אוועק. זייער טאכטער שרה דבורה האט חתונה געהאט מיט רבי יחיאל יעקב האפשטיין, קאזשניצער רבי; ווען ער איז נפטר געווארן יונגערהייט האט זי חתונה געהאט בזיווג שני מיט רבי אשר פערלאוו, דער סטאלינער רבי.
אין זיינע לעצטע יארן האט ער חתונה געהאט בזיווג שני די אלמנה חנה ברכה, א טאכטער פונעם כענטשינער רבי'ן רבי חיים שמואל הורוויץ. זיי האבן געהאט צוויי קינדער, רבי קלונימוס קלמיש שפירא, דער פיאסעצנער רב (דערמארדעט ד' מרחשון תש"ד, 1943) און רבי ישעיהו שפירא (תרנ"א, 1891 - תש"ה, 1945). די רביצין חנה ברכה שפירא האט מאריך ימים נאך איר מאן איז נפטר געווארן בשיבה טובה ז' חשון ה'ת"ש (1939). זי איז געווען באוואוסט ווי א געלערנטער (זי האט געשריבן א פירוש אויפן ספר "בית אהרן" פון אהרן קארלינער און א צדיקת, זי פלעג ליינען קוויטלעך פון חסידים און זי איז געגאנגען א טלית קטן.
די תורות פון רבי אלימלך גראדזשיסקער אויף תורה און מועדים האט מען געדרוקט שוין ביי זיין לעבן אין די ספרים "אמרי אלימלך" (ווארשע תרל"ו) און "דברי אלימלך" - צוויי חלקים (ווארשע, תר"נ-תרנ"א).
משפחה
פון זיין ערשטער ווייב, די טאכטער פון ירחמיאל פון פרשיסכע האט ער געהאט די קינדער:
- אבי עזרי זעליג (נפטר ביי זיין פאטערס לעבן)
- שרה דבורה, האט חתונה געהאט מיט רבי יחיאל יעקב האפשטיין פון קאזשניץ (ה'תר"ו – ל' סיון ה'תרכ"ו), א זון פון רבי אלעזר האפשטיין, קאזשניצער רבי, וואס איז נפטר געווארן יונגערהייט ווען ער איז דערטרונקען געווארן ווען ער האט זיך געטובל'ט אין א טייך.
- מאיר יחיאל (נפטר ביי זיין פאטערס לעבן)
נאך דער פטירה יונגערהייט פון רבי יחיאל יעקב פון קאזשניץ, האט מרת שרה דבורה חתונה געהאט מיט רבי אשר פערלאוו פון סטאלין (בזיווג שלישי). זייער זון ישראל, דער "ינוקא" פון סטאלין, איז געווען קארלינער רבי 50 יאר.
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!