אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ספר מיכה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(דערווייל)
צייכנס: נייע ווייטערפירונג רוי-לינק
 
(פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
צייכנס: אויס ווייטערפירונג רויע רעדאגירונג
 
שורה 1: שורה 1:
#ווייטערפירן [[רוי:תרי עשר]]
{{דעסקריפציע|זעקסטער ספר אין תרי עשר}}
'''ספר מיכה''' איז דער זעקסטער ספר אין [[תרי עשר]], וואס אנטהאלט די נבואות פון [[נביא]] '''מיכה המורשתי'''.
 
מיכה האט געשטאמט פון מרשה, צוליב וואס ער האט געהייסן "מיכה המרשתי", און נבואות-געזאגט אין דער צייט פון די
[[מלכות יהודה|מלכים]] [[יותם]], [[אחז]], [[חזקיהו]]{{הערה|{{תנ"ך|מיכה|א}}}}. ער ווערט אויך דערמאנט אין [[ספר ירמיהו]]{{הערה|{{תנ"ך|ירמיהו|כו}}}}.
 
ספר מיכה האט זיבן קאפיטלען, און זיי זענען דער שארפער און דערהאבענער אויסדרוק פון דער אידישער נבואה; ער שטראפט דאס פאלק, וואס מיינט, אז מען קען אפטון אלדאס בייז, און ברענגען [[קרבנות]] און דורך דעם וועלן די [[זינד]] פארגעבן ווערן; ער זאגט{{הערה|{{תנ"ך|מיכה|ו}}}}: "הירצה ה' באלפי אלים ברבבות נחלי שמן -- ומה ה' דורש ממך כי אם עשות משפט ואהבת חסד והצנע לכת עם ה' אלקיך" (צי וויל גאט די טויזנטער קרבות, די צענדליגער טויזנטער טייכן בוימל? וואס פארלאנגט דען גאט פון דיר, אויב נישט טון גערעכטיגקייט, ליב האבן צו טאן טובות פאר מענטשן און גיין באשיידן מיט גאט); ער האט נבואות-געזאגט{{הערה|{{תנ"ך|מיכה|ג}}}} אז צוליב דער זינד פון פאלק וועלן [[חורבן בית המקדש|חרוב]] ווערן [[ירושלים]] און דאס [[בית המקדש]].
 
דאס קאפיטל {{תנ"ך|מיכה|ד|אן=ספר}} איז מערקווירדיג דערמיט, וואס עס איז אויך פארהאן אין {{תנ"ך|ישעיהו|ב}}. דאס איז די וויזיע פון דער צוקונפט, דער "והיה באחרית הימים", ווען פעלקער וועלן מער נישט פירן צווישן זיך קיין [[מלחמות]] און וועלן צעברעכן זייערע [[שווערד]]ן צו אקער-אייזנס; די געלערנטע [[תנ"ך]]-פארשער מיינען, אז עס איז פארהאן א שייכות צווישן די צוויי נבואות פון מיכה און ישעיה.
 
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
[[קאַטעגאָריע:ספרי נביאים]]
[[קאַטעגאָריע:פרשת בלק]]
[[HE:ספר מיכה]]
{{קרד/פאלקס-ענצ}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 07:55, 16 יולי 2024

ספר מיכה איז דער זעקסטער ספר אין תרי עשר, וואס אנטהאלט די נבואות פון נביא מיכה המורשתי.

מיכה האט געשטאמט פון מרשה, צוליב וואס ער האט געהייסן "מיכה המרשתי", און נבואות-געזאגט אין דער צייט פון די מלכים יותם, אחז, חזקיהו[1]. ער ווערט אויך דערמאנט אין ספר ירמיהו[2].

ספר מיכה האט זיבן קאפיטלען, און זיי זענען דער שארפער און דערהאבענער אויסדרוק פון דער אידישער נבואה; ער שטראפט דאס פאלק, וואס מיינט, אז מען קען אפטון אלדאס בייז, און ברענגען קרבנות און דורך דעם וועלן די זינד פארגעבן ווערן; ער זאגט[3]: "הירצה ה' באלפי אלים ברבבות נחלי שמן -- ומה ה' דורש ממך כי אם עשות משפט ואהבת חסד והצנע לכת עם ה' אלקיך" (צי וויל גאט די טויזנטער קרבות, די צענדליגער טויזנטער טייכן בוימל? וואס פארלאנגט דען גאט פון דיר, אויב נישט טון גערעכטיגקייט, ליב האבן צו טאן טובות פאר מענטשן און גיין באשיידן מיט גאט); ער האט נבואות-געזאגט[4] אז צוליב דער זינד פון פאלק וועלן חרוב ווערן ירושלים און דאס בית המקדש.

דאס קאפיטל ד איז מערקווירדיג דערמיט, וואס עס איז אויך פארהאן אין ישעיהו ב. דאס איז די וויזיע פון דער צוקונפט, דער "והיה באחרית הימים", ווען פעלקער וועלן מער נישט פירן צווישן זיך קיין מלחמות און וועלן צעברעכן זייערע שווערדן צו אקער-אייזנס; די געלערנטע תנ"ך-פארשער מיינען, אז עס איז פארהאן א שייכות צווישן די צוויי נבואות פון מיכה און ישעיה.

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!