אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מסירת נפש"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
ק (צולייגן לינק צו גילוי עריות) |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 8: | שורה 8: | ||
=== אין הלכה === | === אין הלכה === | ||
לויט די [[הלכה]] זענען דא דריי הארבע עבירות וואס מען טאר אויף קיין פאל נישט עובר זיין אפילו עס וועט אים קאסטן דאס לעבן. דאס איז: עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים. מען טאר נישט עובר זיין דערויף סיי אין א געפאר פון ווערן געהארגעט דורך א צווייטן און סיי אין א געפאר פון פארלירן דערביי דאס לעבן דורך סיי וועלכע אנדערע מיטל. | לויט די [[הלכה]] זענען דא דריי הארבע עבירות וואס מען טאר אויף קיין פאל נישט עובר זיין אפילו עס וועט אים קאסטן דאס לעבן. דאס איז: עבודה זרה, [[גילוי עריות]] און שפיכת דמים. מען טאר נישט עובר זיין דערויף סיי אין א געפאר פון ווערן געהארגעט דורך א צווייטן און סיי אין א געפאר פון פארלירן דערביי דאס לעבן דורך סיי וועלכע אנדערע מיטל. | ||
אויב צווינגט מען אים פארנט פון צען מענטשן און די כוונה איז דווקא כדי אים צו מאכן זינדיגן, דאן טאר מען אויך נישט עובר זיין אויף אלע אנדערע עבירות אפילו מען סטראשעט אים מיטן לעבן. נאכמער טאמער עס איז אין א צייט פון שמד, וואס עס איז דא גזירות אנטקעגן [[אידישקייט]] און מען פרובירט צו נויטן אלע [[אידן]] צו זינדיגן בלויז כדי אויסצורייסן זייער אידישקייט, דעמאלטס מוז מען זיך לאזן הארגענען און מען טאר אויף גארנישט עובר זיין, נישט קיין חילוק וועלכע עבירה און נישט קיין חילוק אין וועלכע אומשטענדן. אויב ווערט ער דאן געהארגעט, האט ער מקיים געווען די מצווה פון קידוש השם. | אויב צווינגט מען אים פארנט פון צען מענטשן און די כוונה איז דווקא כדי אים צו מאכן זינדיגן, דאן טאר מען אויך נישט עובר זיין אויף אלע אנדערע עבירות אפילו מען סטראשעט אים מיטן לעבן. נאכמער טאמער עס איז אין א צייט פון שמד, וואס עס איז דא גזירות אנטקעגן [[אידישקייט]] און מען פרובירט צו נויטן אלע [[אידן]] צו זינדיגן בלויז כדי אויסצורייסן זייער אידישקייט, דעמאלטס מוז מען זיך לאזן הארגענען און מען טאר אויף גארנישט עובר זיין, נישט קיין חילוק וועלכע עבירה און נישט קיין חילוק אין וועלכע אומשטענדן. אויב ווערט ער דאן געהארגעט, האט ער מקיים געווען די מצווה פון קידוש השם. | ||
שורה 35: | שורה 35: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מסירות נפש ביהדות]] | [[he:מסירות נפש ביהדות]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע היסטאריע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:59, 11 יולי 2024
מסירת נפש איז א יידישער באגריף וואס באדייט זיך אינגאנצן איבערצוגעבן צום רצון השם, אריינגערעכנט דאס אייגן לעבן אין געוויסע אומשטענדן.
כאטש אז דער הויכפונקט פון מסירת נפש און דער גרעסטער אויסדריק דערפון איז אוועקצוגעבן דאס אייגן לעבן פאר גאטס וועגן, דאך איז אבער דער פונדאמענט פון מסירת נפש פשוט איבערגעגעבנהייט און געטריישאפט, געמאסטן אין פילע שטאפלען געוואנדן אין דעם מענטשנס געטריישאפט צום אייבערשטן אין זיין טאג טעגליכן לעבן. ארגינעל נוצט מען דעם טערמין ווען איינער איז איבערגעגעבן און געטריי צו גאט, אבער מען נוצט עס אויך אין אלגעמיין אלס אן אויסדריק פון א געטריישאפט און איבערגעגעבנהייט צום ציל.
קידוש השם דורך מסירת נפש
ווען איינער איז זיך מוסר נפש און געבט אוועק זיין לעבן פארן רצון השם, איז ער מקיים די מצווה פון דער תורה פון קידוש השם. אזוי אויך א איד וואס ווערט געהארגעט בלויז ווייל ער איז איד, אפילו ער היט נישט קיין אידישקייט, הייסט עס אויך אז ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם. אזעלכע אידן ווערן אנגערופן "קדושים".
אין הלכה
לויט די הלכה זענען דא דריי הארבע עבירות וואס מען טאר אויף קיין פאל נישט עובר זיין אפילו עס וועט אים קאסטן דאס לעבן. דאס איז: עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים. מען טאר נישט עובר זיין דערויף סיי אין א געפאר פון ווערן געהארגעט דורך א צווייטן און סיי אין א געפאר פון פארלירן דערביי דאס לעבן דורך סיי וועלכע אנדערע מיטל.
אויב צווינגט מען אים פארנט פון צען מענטשן און די כוונה איז דווקא כדי אים צו מאכן זינדיגן, דאן טאר מען אויך נישט עובר זיין אויף אלע אנדערע עבירות אפילו מען סטראשעט אים מיטן לעבן. נאכמער טאמער עס איז אין א צייט פון שמד, וואס עס איז דא גזירות אנטקעגן אידישקייט און מען פרובירט צו נויטן אלע אידן צו זינדיגן בלויז כדי אויסצורייסן זייער אידישקייט, דעמאלטס מוז מען זיך לאזן הארגענען און מען טאר אויף גארנישט עובר זיין, נישט קיין חילוק וועלכע עבירה און נישט קיין חילוק אין וועלכע אומשטענדן. אויב ווערט ער דאן געהארגעט, האט ער מקיים געווען די מצווה פון קידוש השם.
די ברכה
עס איז דא א מיינונגס פארשידנהייט אויב מען דארף מאכן די ברכה פון "המקדש שמו ברבים" מיט שם ומלכות ווען איינער לאזט זיך הארגענען און איז מקיים די מצווה פון קידוש השם. עס זענען דא וואס זאגן אז מען זאל עס נישט זאגן מיט שם ומלכות, ווייל ביזן לעצטן מינוט קען ער נאך געראטעוועט ווערן, וועט אויסקומען אז ער האט געזאגט א ברכה לבטלה.
ביים חורבן אייראפע איז די שאלה געווען שטארק אקטועל און רבנים האבן פיל ארומגערעדט איבער דעם.
אומריכטיגע מסירת נפש
איינער וואס לאזט זיך הארגענען ווען מען טאר נישט, אפילו ער טוט דאס כדי צוריקצוהאלטן פון הארבע עבירות ווי צום ביישפיל חילול שבת, האט ער די הלכה פון א זעלבסטמערדער וואס איז איינס פון די הארבסטע עבירות אין דער תורה, ער איז עובר אויף "וחי בהם", אנשטאט קידוש השם איז ער עובר אויף חילול השם, און דאס איז פונקט פארקערט פון מסירת נפש, וויבאלד דא איז גאטס ווילן אז ער זאל זיך דווקא יא האלטן ביים לעבן, איז די ריכטיגע מסירת נפש צו מבטל זיין די אייגענע ווילן און פארשטאנד כדי אויסצופירן די ווילן פון גאט יא צו בלייבן ביים לעבן.
עס איז דא פארשידענע הלכות וויאזוי צו פארמינערן די כבוד פון א זעלבסטמערדער ביים באערדיגן זיין קערפער.
מסירות נפש אין אידישע היסטאריע
זעט אויך
מידות אין אידישקייט | ||
---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!