אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מענדעלע מוכר ספרים"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
|||
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 27: | שורה 27: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מנדלי מוכר ספרים]] | [[he:מנדלי מוכר ספרים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:יידיש-שפראך שרייבער]] | |||
[[קאַטעגאָריע:אידן פון בעלארוס]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:17, 5 יולי 2024
מענדעלע מוכר ספרים איז געווען דער פסעוודאנים פון שלום יעקב אַבראַמאָוויטש, א שרייבער אויף העברעאיש און אידיש וועלכער האט געלעבט און געשאפן פון 1839 ביז 1917.
דער גרויסער יידישער שריפטשטעלער, שלום עליכם, האט אים גערופן דער "זיידע" פון יידישער ליטעראטור, צוליב דעם וואס ער איז געווען דער סאמע ערשטער ראמאניסט פון דער יידישיסטישער באוועגונג, וואס איז געבוירן געווארן פון דער השכלה-באוועגונג. זיין אויפטו האט געבוירן א שפראך, וואס איז ביז דאן נאר געווען צוריקגעשטאנען און ארים, און האט גענוצט נאר צו רעדן און כמעט נישט צו שרייבן אדער ליינען ליטערארישע ביכער פון הויכער קוואליטעט.
ביז דאן האט די יודישע אינטעליגענציע געקוקט אויף יודיש מיט א גרינגשעצונג. אונטער דער השפעה פון דעם יידישיסט יהושע מרדכי ליפשיץ האט טראנספארמירט דעם אזויגערופענעם זשאַרגאָן און אים געשטעלט אויף די פיס אלס א מאדערנער כלי צו חינוך און לעבן.
צו זיין ערשטער יודישער ווערק, דאס קליינע מענטשעלע, וועלכער ער האט אריינגעשיקט צום קול מבשר, האט ער זיך אונטערגעשריבן סענדערל מוכר ספרים נאך א לעבעדיגן פארשוין וועמען ער האט געקענט, נאר דער רעדאקטאר אלעקסאנדער צעדערבוים האט זיך דערשראקן, אפשר מיינט מען איםם אליין, האט ער דאס געטוישט צו מענדעלע.
ביאגראפיע
דערויסענדע לינקס
- מענדעלע איז א אידישיסטישע וועב סייט לעילוי נשמתו [1]
- אַלע ווערק באַנד 1 די עהרשטע באַנד פון "אלע ווערק מענדעלע מוכר ספרים", צווייטע אויסגאבע, ווארשע 1928
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!