אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טייך"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
ק (החלפת טקסט – "דעלטע" ב־"דעלטא") |
||
שורה 25: | שורה 25: | ||
רוב טייכן פליסן אויפן אייבערפלאך פון דער ערד. טייל טייכן אבער פליסן אין היילן אונטער דער ערד; דאס פאסירט מערסטנס אין [[קאלכשטיין]] בערג. | רוב טייכן פליסן אויפן אייבערפלאך פון דער ערד. טייל טייכן אבער פליסן אין היילן אונטער דער ערד; דאס פאסירט מערסטנס אין [[קאלכשטיין]] בערג. | ||
א טייך וואס פליסט אין זיין קאנאל איז א קוואל פון ענערגיע וואס שאפט אויפן טייך־קאנאל צו ענדערן זיין פארעם. אין 1757, האט דער דייטשער הידראלאג [[אלבערט בראמס]] באמערקט עמפיריש אז די אונטערגעטונקענע וואָג פון זאכן וואס א טייך פירט אוועק איז פראפארציאנעל צום זעקסטן [[פאטענץ|כח]] פון דער טייכגאס-גיך.<ref name="Garde, 1995, 14"/> די פארמולאציע ווערט אויך טיילמאל גערופן ערי'ס געזעץ.<ref name="Garde, 1995, 19"/> קומט אויס, ווען די גיך פונעם גאס ווערט געטאפלט, קען דער גאס באוועגן אביעקטן מיט 64 מאל אזויפיל אונטערגעטונקענער וואָג.. אין בערגישע פלייץ־זאנעס קען מען זען דאס ווי אונטערשווענקונג קאנאלן אדורך הארטע פעלדזן, און עס ווערט געשאפן זאמדן און שווירן פון דער פארטיליגונג פון גרעסערע פעלדזן. דארט וואו א טייך פליסט איבער א פלאכערן באדן, קען דער טייך זיך שלענדערן דורך אפשווענקונג פון די ברעגן פונעם טייך און אפזעצונג אינעווייניג פון די בייגן. אמאל קען א טייך אפשניידן א שלייף, מיט דעם פארקורצערן דעם קאנאל און שאפן אן אלטאזערע. טייכן וואס טראגן גרויסע קוואנטיטען פון [[אפזעץ]] קענען אנטוויקלען [[ | א טייך וואס פליסט אין זיין קאנאל איז א קוואל פון ענערגיע וואס שאפט אויפן טייך־קאנאל צו ענדערן זיין פארעם. אין 1757, האט דער דייטשער הידראלאג [[אלבערט בראמס]] באמערקט עמפיריש אז די אונטערגעטונקענע וואָג פון זאכן וואס א טייך פירט אוועק איז פראפארציאנעל צום זעקסטן [[פאטענץ|כח]] פון דער טייכגאס-גיך.<ref name="Garde, 1995, 14"/> די פארמולאציע ווערט אויך טיילמאל גערופן ערי'ס געזעץ.<ref name="Garde, 1995, 19"/> קומט אויס, ווען די גיך פונעם גאס ווערט געטאפלט, קען דער גאס באוועגן אביעקטן מיט 64 מאל אזויפיל אונטערגעטונקענער וואָג.. אין בערגישע פלייץ־זאנעס קען מען זען דאס ווי אונטערשווענקונג קאנאלן אדורך הארטע פעלדזן, און עס ווערט געשאפן זאמדן און שווירן פון דער פארטיליגונג פון גרעסערע פעלדזן. דארט וואו א טייך פליסט איבער א פלאכערן באדן, קען דער טייך זיך שלענדערן דורך אפשווענקונג פון די ברעגן פונעם טייך און אפזעצונג אינעווייניג פון די בייגן. אמאל קען א טייך אפשניידן א שלייף, מיט דעם פארקורצערן דעם קאנאל און שאפן אן אלטאזערע. טייכן וואס טראגן גרויסע קוואנטיטען פון [[אפזעץ]] קענען אנטוויקלען [[דעלטא]]ס ביי זייערע מיילער. ווען א טייך האט זיין מויל אין פארזאלצענע פלייצוואסערן קען געשאפן ווערן א [[לעפצונג]]. | ||
== שטראמונג פון א טייך == | == שטראמונג פון א טייך == |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 20:40, 30 יולי 2024
א טייך איז א נאטורליכער וואסער וועג, וואס רוקט פריש וואסער אריבער א לאנד אפשניט פון העכער צו נידעריגער שטאפלס, און איז א וויכטיגער באשטאנדטייל פון דער וואסער צירקולאציע. דאס וואסער אין א טייך קען זיין פון קוואלן אדער וואס רינט אפ פון די ברעגן אדער וואס צעלאזט זיך פון א גלעטשער.
ע"פ רוב דאס וואסער אין דעם טייך פליסט אין א ים, אקעאן אדער אן אזערע.
אין דער היסטאריע פון דער וועלט האבן מענטשן זיך באזעצט א יישוב ביי די ברעגן פון א טייך. די גרויסע וועלט ציוויליזאציעס האבן זיך אנטוויקלט אין די טאלן פון טייכן: מעסאפאטאמיע (טאל פון פרת און חידקל), אינדוס טאל, טאל פונעם געלן טייך און טאל פון נילוס.
דער טייך פארזארגט די איינוואוינער מיט וואסער צו טרינקען און פאר באוואסערונג, פיש צו עסן, אן ארט זיך צו וואשן און צו וואשן וועש, זאמד פאר בויען, א פרוכבארן ערדשיכט, קראפט צו באוועגן וואסערמילן, א באקוועמען וועג פאר פארקער און טראנספארט. היינטיגע צייטן ניצט מען אויס גיכע טייך פאר הידראעלעקטרישער ענערגיע און אויך א וועג אוועקצונעמען די פאמויעס און פאבריקן אפפאל.
אפטמאל ווערט א טייך באשטימט דער גרעניץ צווישן צוויי לענדער (וואס מ'רופט א נאטירליכן גרעניץ). למשל, דער פרוט איז דער גרעניץ צווישן רומעניע און מאלדאווע, טייל פונעם דוניי איז א גרעניץ צווישן רומעניע מיט סערביע און בולגאריע. אין אוראלטע צייטן איז דער דוניי געווען דער גרעניץ פון דער רוימישער אימפעריע.
א קליינער טייך ווערט גערופן א טייכל אדער א וואסער-שטראם.
טייכן זענען א טייל פונעם וואסער-ציקל. אין אלגעמעיין זאמעלט זיך וואסער פון אפזעץ דורך א דרענאזש בעקן וואס באקומט וואסער פונעם אייבערפלאך און אנדערע מקורות ווי ערד-וואסער, קוואלן און אויך וואסער באפרייט פון אייז און גלעטשערס. די וויסנשאפטליכע שטודיע פון טייכן הייסט פאטאמאלאגיע.
טאפאגראפיע
א טייך הייבט אן ביי א קוואל (אדער אפטמאל עטליכע קוואלן), פאלגט א לויף, און ענדיגט ביי א מויל (אדער עטליכע מיילער). געווענליך פליסט דאס וואסער פון א טייך אין א קאנאל, וואס איז א טייכגעלעגער צווישן צוויי ברעגן.
טייכן קענען פליסן אראפ בערג, אדורך טאָלן אדער לענגאויס פלוינען, און קענען שאפן בארגשפאלטן.
דער רעכטער ברעג פון א טייך באדייט דעם ברעג צורעכטס ווען מען קוקט אין דער ריכטונג וואו דער טייך פליסט, און דער לינקער ברעג דעם ברעג צולינקס.
רוב טייכן פליסן אויפן אייבערפלאך פון דער ערד. טייל טייכן אבער פליסן אין היילן אונטער דער ערד; דאס פאסירט מערסטנס אין קאלכשטיין בערג.
א טייך וואס פליסט אין זיין קאנאל איז א קוואל פון ענערגיע וואס שאפט אויפן טייך־קאנאל צו ענדערן זיין פארעם. אין 1757, האט דער דייטשער הידראלאג אלבערט בראמס באמערקט עמפיריש אז די אונטערגעטונקענע וואָג פון זאכן וואס א טייך פירט אוועק איז פראפארציאנעל צום זעקסטן כח פון דער טייכגאס-גיך.[1] די פארמולאציע ווערט אויך טיילמאל גערופן ערי'ס געזעץ.[2] קומט אויס, ווען די גיך פונעם גאס ווערט געטאפלט, קען דער גאס באוועגן אביעקטן מיט 64 מאל אזויפיל אונטערגעטונקענער וואָג.. אין בערגישע פלייץ־זאנעס קען מען זען דאס ווי אונטערשווענקונג קאנאלן אדורך הארטע פעלדזן, און עס ווערט געשאפן זאמדן און שווירן פון דער פארטיליגונג פון גרעסערע פעלדזן. דארט וואו א טייך פליסט איבער א פלאכערן באדן, קען דער טייך זיך שלענדערן דורך אפשווענקונג פון די ברעגן פונעם טייך און אפזעצונג אינעווייניג פון די בייגן. אמאל קען א טייך אפשניידן א שלייף, מיט דעם פארקורצערן דעם קאנאל און שאפן אן אלטאזערע. טייכן וואס טראגן גרויסע קוואנטיטען פון אפזעץ קענען אנטוויקלען דעלטאס ביי זייערע מיילער. ווען א טייך האט זיין מויל אין פארזאלצענע פלייצוואסערן קען געשאפן ווערן א לעפצונג.
שטראמונג פון א טייך
דאס וואסער וואס שטראמט אין א טייך קומט פון צוויי עיקר מקורות:
- וואסער וואס פליסט איבער דעם אייבערפלאך פון דער ערד, וואס קען זיין סיי רעגנוואסער סיי וואסער פון שניי וואס רינט איבער דער ערד, אדער ווייל די ערד איז אינגאנצן איינגעזאפט מיט וואסער אדער ווייל דאס רעגן קומט אראפ צו גיך און די ערד קען נישט איינזאפן דאס וואסער אזוי גיך.
- קוואלוואסער, וואס האט דורכגעדרינגען די ערד און געטראפן אן ארט וואו ארויסצוקומען.
מען מעסט די שטראמונג פון א טייך מיט צוויי מאָסן: גיכקייט און אויסגאס.
אונטערעדישע שטראמען
געווענליך פליסן טייכן אויפן אייבערפלאך, אבער נישט אלעמאל. עס זענען פאראן אונטערעדישע טייכן וואס פליסן אונטער דער ערד אין היילן. דאס געפינט זיך אפט אין געגנטן מיט קאלכשטיין געאלאגישע פארמאציעס. אויך זענען פאראן אונטער-גלעטשער שטראמען וואס פליסן ביי די געלעגערן פון גלעטשערס און אייז-פלאכן, וואס ערלויבט שמעלץ-וואסער ארויסצוקומען ביי דער ענדע פונעם גלעטשער. אמאל מאכט זיך אז דער דרוק פון דער געוויכט פונעם גלעטשער איז אזוי גרויס אז די שטראמען קענען פליסן אפילו בארג-ארויף.
דרענאזש בעקן
דער דרענאזש בעקן פון א טייך איז דער גאנצער שטח וואו דאס וואסער ווערט דרענירט דורכן טייך. די ליניע וואס שיידט צווישן צוויי דרענאזש בעקנס ווערט גערופן דער וואסערשייד. פיל דרענאזש בעקנס ווערן צוטיילט אויף קלענערע דרענאזש בעקנס, וואס יעדער איינער דרענירט וואסער אין איין בייטייך פונעם טייך.
באניצן
טייכן ניצט מען ווי א מקור פון וואסער, צו באקומען עסן, פאר טראנספארט, אלס שוץ, ווי א מקור פון קראפט צו אפערירן מילן און אנדערע מאשינען, צו שאפן עלעקרטריע, צו שווימען, און אויך אלס מיטל פטור צו ווערן פון אפפאַל.
שוין טויזנטער יארן וואס מען ניצט טייכן פאר נאוויגאציע. דאס ערשטע עדות פון ניצן א טייך פאר נאוויגאציע האט מען געטראפן אינעם אינדוס טאל, אין צפון־מערב אינדיע. טייך נאוויגאציע קען זיין ביליג, און ווערט נאך געניצט היינט אויף רוב פון די גרויסע טייכן, ווי דער אמאזאנאס, דער גאנגעס, דער נילוס, די מיסיסיפי און דער אינדוס.
אין ראיאנען מיט גרויסע וועלדער ווי סקאנדינאוויע און קאנאדע ניצן האלצהעקער דעם טייך צו לאזן שווימען אראפגעהאקטע ביימער שטראם-אראפ צו געהילץ לאגערן וואו מען פראצעסירט דעם האלץ. אזוי שפארט מען איין א סאך מי און געלט אז מען טראנספארטירט גאר גרויסע און שווערע קלעצער דורך נאטורליכע מיטלען. מען פלעג אמאל ניצן דעם ווייסל אין פוילן פאר דעם צוועק צו טראנספארטירן די קלעצער קיין דאנציג.
טייכן זענען אלעמאל געווען וויכטיג צו שאפן פאליטישע גרעניצן און צו פארטיידיקן לענדער. צו ביישפיל, דער דוניי איז געווען א לאנגיעריגער גרעניץ פון דער רוימישער אימפעריע, און אויך היינט איז ער כמעט דער גרעניץ צווישן בולגאריע און ראמעניע. דער מיסיסיפי טייך אין צפון אמעריקע און דער ריין אין אייראפע זענען הויפט מזרח־מערב גרעניצן. אין דרום אפריקע זענען די אראנזש און לימפאפא טייכן זענען די גרעניצן פון לענדער און פראווינצן לעגאויס זייערע רוטעס.
די לענגסטע טייכן אין דער וועלט
דאס איז א ליסטע פון די לענגסטע טייכן אין דער וועלט וואס גיסן אריין אין א ים (און נישט אין אן אנדער טייך).
|
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ Garde, R. J. (1995). History of fluvial hydraulics. New Age Publishers. p. 14. ISBN 81-224-0815-X. OCLC 34628134.
- ↑ Garde, R. J. (1995). History of fluvial hydraulics. New Age Publishers. p. 19. ISBN 81-224-0815-X. OCLC 34628134.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!