אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דעלאטין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 49: שורה 49:
== יידישע געמיינדע ==
== יידישע געמיינדע ==


דעלאטין איז געווען פאר דעם [[צווייטער וועלט קריג|קריג]] אן עיר ואם בישראל, ווי די ארגאניזאציע [[אבותינו]] (וואס גיט זיך אפ מיט איבערבויען בתי חיים אין [[אייראפע]]) איז מעיד, איז דאס די צווייט גרעסטע בית החיים וואס זיי האבן דערווייל געזען מיט אזוי פיל אידישע קברים, ווי צווישען אנדערע ליגט דארט [[רבי נחום מרדכי פרידמאן]], א רעכטער אייניקל פועם [[ישראל פון רוזשין|רוזשינער]] זי"ע, וואס דאס ווארפט א שטיקל בילד וואס פארא חשוב אידיש שטעטל דאס איז געווען בעפארן קריג.
דעלאטין איז געווען פאר דעם [[צווייטער וועלט קריג|קריג]] אן עיר ואם בישראל, ווי די ארגאניזאציע [[אבותינו]] (וואס גיט זיך אפ מיט איבערבויען בתי חיים אין [[אייראפע]]) איז מעיד, איז דאס די צווייט גרעסטע בית החיים וואס זיי האבן דערווייל געזען מיט אזוי פיל אידישע קברים, ווי צווישען אנדערע ליגט דארט [[רבי נחום מרדכי פרידמאן]], א רעכטער אייניקל פועם [[רבי ישראל פון רוזשין|רוזשינער]] זי"ע, וואס דאס ווארפט א שטיקל בילד וואס פארא חשוב אידיש שטעטל דאס איז געווען בעפארן קריג.


דאס שטעטל דעלאטין געפינט זיך אויף א בארג, וואס איז גאנץ לופטיג אין די זומער חדשים וואס אחוץ די אידן וואס האבן געוואוינט דארט א גאנץ יאר, פלעגט דאס ארויסברענגען אידישע משפחות פארוויילן דארט אין דעם זומער.<ref>ווי הרה"ק מקרעטשניף זי"ע פלעגט פארציילן אז זיין פאטער פלעגט ארויספארען יעדן זומער וויילן דארט בערך 6 וואכן.</ref>
דאס שטעטל דעלאטין געפינט זיך אויף א בארג, וואס איז גאנץ לופטיג אין די זומער חדשים וואס אחוץ די אידן וואס האבן געוואוינט דארט א גאנץ יאר, פלעגט דאס ארויסברענגען אידישע משפחות פארוויילן דארט אין דעם זומער.<ref>ווי הרה"ק מקרעטשניף זי"ע פלעגט פארציילן אז זיין פאטער פלעגט ארויספארען יעדן זומער וויילן דארט בערך 6 וואכן.</ref>
שורה 69: שורה 69:
היינט צו טאגס איז דא א קהלה אין דעם [[ספרינג וועלי|ספרינג וואלי]] געגנט אין ניו יארק מיט'ן נאמען 'דעלאטין' וואו עס פירט אן די קהלה אן אייניקל פון דעם אויבן דערמאנטער עטל מערמעלשטיין ע"ה הרב חיים נחום מערמעלשטיין.
היינט צו טאגס איז דא א קהלה אין דעם [[ספרינג וועלי|ספרינג וואלי]] געגנט אין ניו יארק מיט'ן נאמען 'דעלאטין' וואו עס פירט אן די קהלה אן אייניקל פון דעם אויבן דערמאנטער עטל מערמעלשטיין ע"ה הרב חיים נחום מערמעלשטיין.


==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==
* [http://www.shtetlinks.jewishgen.org/delyatin/delatn.htm דעלאטין אין יידישגען]
* [http://www.shtetlinks.jewishgen.org/delyatin/delatn.htm דעלאטין אין יידישגען]


שורה 77: שורה 77:


[[קאַטעגאָריע:שטעטלעך אין אוקראינע]]
[[קאַטעגאָריע:שטעטלעך אין אוקראינע]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע ישובים אין אייראפע]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:נישט שלעכט]]
[[קאַטעגאָריע:נישט שלעכט]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:21, 8 יולי 2024

דעלאַטין
Делятин
POL Delatyn COA.svg
Делятин-2.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
קאָאָרדינאַטן 48°32′N 24°38′E / 48.533°N 24.633°E / 48.533; 24.633 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
אבלאסט סטאניסלאוו
ראַיאָן נאדווארנע
שטח 10.28 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל

8,184‏  (שטייענדיג 2011)

דעלאַטין (אוקראיניש: Делятин) איז א שטעטל אויפן פרוט טייך אין נאדווארנער ראיאן, אוקראינע, 101 ק"מ מערב פון טשערנאוויץ. פון 1772 ביז 1918 איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.

היסטאריע

אין דעם 15טן יארהונדערט איז דעלאטין, מיט גאנץ רויטער רוטעניע, געווארן א טייל פון פוילן. אין 1772 האט עסטרייך גענומען דעם גאנצן ראיאן פון פוילן און געגעבן אים דעם נאמען גאליציע. נאכן ערשטן וועלט קריג איז דעלאטין אריין אין דער צווייטער פוילישער רעפובליק. דעלאטין איז איינגענומען דורך דער רויטער ארמיי סעפטעמבער 1939, אין אנהייב פונעם צווייטן וועלט קריג.

די דייטשן זענען אריינגעקומען אין יאנואר 1941 און אריינגשטעלט אלע יודן אין וואלד, און במשך דריי טעג האבן זיי אלע אויסגעשאסן הי"ד. אן אלטיטשקע פארציילט דארט אז זי האט נאך אלץ שלאפלאזע נעכט ווען די דערמאנט זיך די יאמערליכע קולות וואס מ'האט ארויסגעהערט פון וואלד במשך יענע ביטערע טעג, און די קולות פון די שיסערייען ה"י.

די סאוועטן האבן געשטעלט דאס שטעטל אין דער אוקראינישער סאוועטן רעפובליק. היינט איז דעלאטין אין אוקראינע.

יידישע געמיינדע

דעלאטין איז געווען פאר דעם קריג אן עיר ואם בישראל, ווי די ארגאניזאציע אבותינו (וואס גיט זיך אפ מיט איבערבויען בתי חיים אין אייראפע) איז מעיד, איז דאס די צווייט גרעסטע בית החיים וואס זיי האבן דערווייל געזען מיט אזוי פיל אידישע קברים, ווי צווישען אנדערע ליגט דארט רבי נחום מרדכי פרידמאן, א רעכטער אייניקל פועם רוזשינער זי"ע, וואס דאס ווארפט א שטיקל בילד וואס פארא חשוב אידיש שטעטל דאס איז געווען בעפארן קריג.

דאס שטעטל דעלאטין געפינט זיך אויף א בארג, וואס איז גאנץ לופטיג אין די זומער חדשים וואס אחוץ די אידן וואס האבן געוואוינט דארט א גאנץ יאר, פלעגט דאס ארויסברענגען אידישע משפחות פארוויילן דארט אין דעם זומער.[1]

עס האט זיך געפונען אין דעלאטין אסאך קלויזן פון פארשידענע קרייזן, אבער רוב רובו פון שטעטל זענען געווען זידיטשויווער חסידים, ממילא האבן זיי אויפגענומען פארן שטאטס רב רבי נפתלי עהרליך, וואס ער איז געווען אן אייניקל פונעם עטרת צבי, און ער האט געדינט אלס שטאטס רב פאר כמעט א יובל יארן ביז ממש דעם ביטערן חורבן.

דער דעלאטינער רב זצ"ל איז נסתלק געווארן ה' שבט תש"א, אבער עס איז שוין גרויסע צרות דאן אין שטעטל, האבן די חברה קדישא געמוזט אים באהאלטן אין ביה"ח אינמיטן דער נאכט אין די פינסטערניש, ווי די ימ"ש זאלן נישט מערקן וואס קימט פאר, ווי אויך איז אנוועזענד געווען זיין זון הרה"צ שלמה יעקב זצ"ל, וואס איז צוריקגעקומען נאכן קריג לייגן אן אנדענק פארן גרויסן פאטער, אבער האט זיך בשום אופן נישט געקענט דערמאנען דעם גענויעם מקום מנוחתו.

דעלאטין איז ווי אלע גרעסערע שטעטלעך פארן קריג אנגעהויבן אריינבלאזן פרייע ווינטן, אבער דער רב איז געשטאנען פעלזן פעסט און געקריגט מיט זיי טריט און שריט.

היינט צוטאג איז ליידער נישט געבליבן קיין זכר פון אידישקייט אין שטעטל, אחוץ דער גרויסער אידישער בית החיים ווי אויבן דערמאנט, און א פלא אז די דייטשן האבן דאס נישט חרוב געמאכט.[2]

בערל נחום לינדנבערג פון ארץ ישראל, א יליד דעלאטין און א תלמיד פונעם רב'ס ישיבה אין דעלאטין, איז אהין געפארן מיט יארן צוריק, און פרובירט צו טרעפן עפעס איבערבלעבענישן פון אמאל, און באוויינט ביטער וואס פאר א חורבן ער האט דארט געפונען. זיין זון ווילי לינדווער, א פילם פראדוצירער, איז מיטגעפארן און דאן פארפאסט דעם פילם צוריק אין מיין שטעטל דעלאטין (Return to My Shtetl Delatyn) ווי ער האט פארקויפט הונדערעטער עקזעמפלארן ביז עס איז אויסגעגאנגען.[3]

אין תחילת תש"כ יארן איז פארגעקומען א גרויסע קאנווענטשן פון ילידי דעלאטין, איבערשמועסן זכרונות פון אמאל און זיך ווידער צוזאמענגעקומען, אבער דאס האט זיך נישט אויסגעארבעט.

עס געפונען זיך היינט איבער דער וועלט פילע אייניקלעך פון אידן וואס האבן געוואוינט אין דעלאטין, ווי אויך פונעם רב איז געבליבן אסאך אייניקלעך, פון זיין זון הרה"ק ר' לייבוש פון בערעגסאז זצ"ל איז איבערגעבליבן איין מיידל מרת עטל מערמעלשטיין ע"ה וואס האט וואונדערלעך איבערגעלעבט דעם קריג און דערנאך אויפגעשטעלט א משפחה לשם ולתפארת, און זיין טאכטער הרבנית שרה חנה ראטענבערג איז שוין ארויסגעקומען פארן קריג און זיך באזעצט אין דעם בראנקס צוזאמען מיט איר מאן רבי פנחס שלום מקאסאן זצ"ל.

היינט צו טאגס איז דא א קהלה אין דעם ספרינג וואלי געגנט אין ניו יארק מיט'ן נאמען 'דעלאטין' וואו עס פירט אן די קהלה אן אייניקל פון דעם אויבן דערמאנטער עטל מערמעלשטיין ע"ה הרב חיים נחום מערמעלשטיין.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. ווי הרה"ק מקרעטשניף זי"ע פלעגט פארציילן אז זיין פאטער פלעגט ארויספארען יעדן זומער וויילן דארט בערך 6 וואכן.
  2. קען זיין ווייל עס איז ביים עק פון שטאט אויף א הויכן בארג האבן זיי נישט באמערקט
  3. ווילי לינדווער וועבזייטל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!