אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הערש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "טלאען" ב־"קלאען")
 
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=genus of mammals|העב=סוג של יונק בתת-משפחת הצבאיים שבמשפחת הפריים|דייטש=Gattung der Familie Hornträger (Bovidae)|}}
{{דעסקריפציע||ענגליש = genus of mammals|העב=סוג של יונק בתת-משפחת הצבאיים שבמשפחת הפריים|דייטש=Gattung der Familie Hornträger (Bovidae)|}}
[[טעקע:Speke's Gazell.jpg|קליין|249x249פיקס|הערש]]
[[טעקע:Speke's Gazell.jpg|קליין|249x249פיקס|הערש]]
דער '''הערש''' איז א [[חיה]], עס אנטהאלט אין זיך עטליכע מינים, די נאטור–פאָרשער רעכענען אויס ארום צוואנציג סארט הערשן. איר טבע איז זי לעבט צוזאמען אין סטאדעס מיט אנדערע הערשן, דעריבער ווען מען זעט א הערש, זאָל מען וויסן אז בדרך כּלל קומט נאָך נאָך איינער.
דער '''הערש''' איז א [[חיה]], עס אנטהאלט אין זיך עטליכע מינים, די נאטור–פאָרשער רעכענען אויס ארום צוואנציג סארט הערשן. איר טבע איז זי לעבט צוזאמען אין סטאדעס מיט אנדערע הערשן, דעריבער ווען מען זעט א הערש, זאָל מען וויסן אז בדרך כּלל קומט נאָך נאָך איינער.
שורה 21: שורה 21:


[[קאַטעגאָריע:חיות]]
[[קאַטעגאָריע:חיות]]
[[קאַטעגאָריע:בעלי חיים מיט טלאען]]
[[קאַטעגאָריע:בעלי חיים מיט קלאען]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:צבי]]
[[he:צבי]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:01, 11 פעברואר 2024

הערש

דער הערש איז א חיה, עס אנטהאלט אין זיך עטליכע מינים, די נאטור–פאָרשער רעכענען אויס ארום צוואנציג סארט הערשן. איר טבע איז זי לעבט צוזאמען אין סטאדעס מיט אנדערע הערשן, דעריבער ווען מען זעט א הערש, זאָל מען וויסן אז בדרך כּלל קומט נאָך נאָך איינער.

דער הערש האָט גרויסע אויסגעשפּיצטע הערנער, וואָס דערמיט באשיצט ער זיך פון די ווילדע חיות וואָס שפּרינגען אויף אים. די פארב פונעם הערש איז גרוי און געל אָדער גרוי און ברוין, און אזוי באשיצט ער זיך אין מדבר, ווען מען דערקענט אים נישט פון דער ווייטנס, מען מיינט אז דאָס איז זאמד.

דער הערש האָט א שטארקן חוש השמיעה, ער קען זייער גוט הערן, ביי יעדע פארדעכטיקע זאך שטעלט ער זיך גלייך אפּ און שפּיצט אָן זיינע אויערן צו הערן מען קען דאָס זען ווי זיינע אויערן שטעלן זיך אויף. אויב זעט ער א געפאר לויפט ער גאָר שנעל, וואָס דער הערש איז באקאנט מיט שנעלע שפּרינגען.

ער הייסט אן איידעלע חיה, ער איז איינער פון די שענסטע חיות מיט חן, זיינע צוויי הערנער און זיינע גרויסע אויגן דריקן אויס באשיידנהייט און ליבליכקייט,

די הערשן עסן דערנער, זיי קענען זיך אויפהאלטן א לאנגע צייט אָן וואסער וויבאלד זיי ציען ארויס וואסער פון גראָז און פון אנדערע סאָרט געוויקסן.


הניח מעותיו על קרן הצבי

דער הערש האָט א טבע אז עס פאלן אראָפּ זיינע הערנער און ער לייגט זיי אין איינער פון די גריבער, און זיי וואקסן שפּעטער צוריק פרישע, דעריבער איינער וואָס ריזיקירט מיט געלט רופט מען אים אָן "ער האָט עס ארויפגעלייגט אויף הערנער פון א הירש", ווייל ער וועט עס ערגעץ אנידער לייגן און מער נישט געפינען.


הערשן אין די יידישע מקורות

הערשן פארנעמען אן אָרט אלס סימבאל פון געשיקטקייט, צוליב זייער נאטור פון לויפן שנעל, אזוי ווי דער תנא יהודא בן תימא זאָגט אין די משנה: רץ כצבי... לעשות רצון אביך שבשמים. אזוי אויך געפינען מיר אין שלחן ערוך הלכות שבת אז אויב א הערש געפינט זיך אין אן ארומגעצוימט פּלאץ, איז מען עובר אויף דעם איסור צידה ווען מען פאנגט אים שבת, וויל צוליב זיין געשיקטקייט קען ער נאָך אנטלויפן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!