אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באגאזש באהאנדלונג"
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
ק (הוספת קישור בינוויקי en:Baggage handling system) |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=Airport Baggage handling system|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = Airport Baggage handling system|}} | ||
'''באגאזש באהאנדלונג''' איז א מייסטערהאפטיגע ארגאניזאציע סיסטעם וועלכע גיבט זיך אפ מיט די מיליאנען באגאזשן וועלכע קומען און גייען אין די [[לופטפעלד]]ער. | '''באגאזש באהאנדלונג''' איז א מייסטערהאפטיגע ארגאניזאציע סיסטעם וועלכע גיבט זיך אפ מיט די מיליאנען באגאזשן וועלכע קומען און גייען אין די [[לופטפעלד]]ער. | ||
שורה 50: | שורה 50: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|10]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|10]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|10]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|10]] | ||
[[en:Baggage handling system]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:20, 23 מאי 2024
באגאזש באהאנדלונג איז א מייסטערהאפטיגע ארגאניזאציע סיסטעם וועלכע גיבט זיך אפ מיט די מיליאנען באגאזשן וועלכע קומען און גייען אין די לופטפעלדער.
באגאזש באהאנדלונג סיסטעם אין די לופטפעלדער איז זייער א וויכטיגער טייל פון די לופטפעלד און עירליין סיסטעם וועלכע טוט צופרידנשטעלן די פאסאזשירן ווען זיי קומען אן צו זייערע דעסטינאציעס און טרעפן זייערע פעקלעך אויפ'ן דרייעדיגן מאשין ביז עטליכע מינוט. די באגאזש באהאנדלונג סיסטעם באשטייט פון דריי באזונדערע אפעראציעס וועלכע מאכן איר ארבעטן: צום ערשט ווערן די באגאזשן געטראגן פון די טשעק-אין ביז די געיט וואו עס דארף גיין. אויב עס דארף טראנספערירט ווערן צו אן אנדערער פליגער וועט עס באזונדער אראפגענומען ווערן און גיין וואו עס באלאנגט. און צום לעצט קומען אלע באגאזשן ארויס צו די באגאזש אפנעם ארט (בעגעדזש קלעים). די וואונדערליכע ארבעט פון די באגאזש באהאנדלונג סיסטעם איז אז אלע פעקלעך דארפן גיין אויפ'ן זעלבן שנעלקייט ווי די פאסאזשירן גייען. אויב די פעקלעך ווערן פארלאנגזאמט וועלן די מענטשן דארפן ווארטן לאנג אז דער פליגער זאל אוועקפארן און וועלן נאך לענגער ווארטן ביים אפנעמען די פעקלעך אינעם לופטפעלד.
ספעציעל מוז די סיסטעם זיין אויסגערעכנט ווען עס קומט צו קאנעקטינג פלייטס וואו נאר טייל פעקלעך גייען ווייטער און די איבריגע פארן ארויס צום אפנעם ארט. אויב א פעקל ווערט אביסל פארלאנגזאמט וועט עס פארפאסן די קאנעקטינג פלייט און דער פאסאזשיר וועט מוזן ווארטן ביז דער נעקסטער פליגער קומט אן צו זיין דעסטינאציע מיט זיין פעקל. דאס זעלבע איז אויב די פעקלעך לויפן צו שנעל וועט עס מעגליך ארויפגיין אויף די ערשטע פליגער וועלכע פארט צו די אנגעגעבענע דעסטינאציע אבער די פאסאזשירן וועלן ערשט נעמען די נעקסטע פלייט און דאן איז פאראן שאנסן אז פעקלעך זאלן זיך פארלירן ווייל עס וועט ליגן צו לאנג אינעם לופטפעלד.
יעדע לופטפעלד האט זיינע אייגענע פארלאנגן ווי שנעל די באגאזשן זאלן ווערן טראנספערירט. אין געוויסע לופטפעלדער דארפן די פאסאזשירן גיין א קורצע שטרעקע ביז די געיט און אין אנדערע דארפן זיי נעמען א שאטעל ווייל עס וואלט געדויערט צו לאנג צו גיין צופיסענס. די באגאזשן מוזן מיטשפילן מיט די פאסאזשירן און ביי אזעלכע לופטפעלדער וואו די מענטשן קומען אן זייער שנעל צו די געיט מוזן אויך די פעקלעך דארט זיין זייער שנעל ווייל די פאסאזשירן פארלאזן זיך צו קומען זייער שפעט. רוב פון די גרויסע לופטפעלדער האבן היינט פולע אויטאמאטישע סיסטעמען וועלכע טראגן אלע באגאזשן פון די טשעק-אין ביז די געיטס און סקענט אלעס אליינס און צעטיילט זיי אלע אויך אליינס מיט די אנוועזנהייט פון ארבייטער וועלכע אבזערווירן און העלפן צו די מאשינען. די סיסטעמען ווערן איינגעשטעלט דורך פריוואטע פירמעס וועלכע נעמען אן קאנטראקטן מיט די לופטפעלדער און געבן זיי טעגליכע סערוויס ווען עס פעלט זיך אויס. (דער ביישפיל פאר דעם ארטיקל איז דענווער אינטערנאציאנאל עירפארט און צום מערסטן איז דאס באצויגן איבער די טערמינאל פון יונייטעד עירליינס וועלכע נוצט די לופטפעלד אלס א האב).
די יסודות פונעם סיסטעם
א פארגעשריטענע באגאזש באהאנדלונג סיסטעם ארבעט ווי א ראוד סיסטעם אין א גרויסע שטאט. עס זענען פאראן גרויסע הייעוועיס וועלכע ווערן אנגערופן די-סי-ווי שינעס, דערנאך זענען פאראן די קלענערע שינעס וועלכע ווערן אנגערופן קאנוויארס וועלכע זענען ענליך צו לאקאלע ראודס, און אלע פעקלעך זענען ווי די אויטאס וועלכע פארן דערויף.
יעדעס פעקל וועט ערשט ארויפגיין אויף א קאנוויאר און דערנאך וועט עס נעמען די די-סי-ווי שינעס און צום לעצט וועט עס צוריק אראפגיין אויף אן אנדערע קאנוויאר וואו עס וועט דעגרייכן זיין דעסטינאציע. דאס איז גענוי ווי א ראוד סיסטעם וואו די אויטאס מוזן נוצן די לאקאלע ראוד אנצוקומען צו די הייעוועי און דערנאך וועלן זיי ווייטער נעמען די לאקאלע ראודס אראפ פון די הייעוועיס. די די-סי-ווי שינעס שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ גענוי ווי א הייעוועי האט נישט קיין סטאפ סיינס אדער רויטע ליכט. אבער וואס עס מאכט זיך יא איז טראפיק וועלכע וועט פארלאנגזאמען די שינעס און אלעס וועט געדויערן פיל לענגער.
מיט איין זאך איז די סיסטעם אנדערש ווי א ראוד סיסטעם און דאס איז די אביעקטן וואס פארן דערויף. אין אן אויטא מאכט דער דרייווער די באשלוסן וואו צו פארן אבער ביי די באגאזש סיסטעם ווערן אלע פעקלעך קאנטראלירט דורך א פארצווייגטע קאמפיוטער סיסטעם וועלכע האלט חשבון אויף יעדעס פעקל צו וועלכע געיט עס דארף גיין און ווען זיין פלייט פארט. ספעציעלע סוויטשעס נעמען אראפ די באשטימטע פעקלעך צו יעדע קאנוויאר.
דער פראצעדור
ווען איר טשעקט אריין פעקלעך ביים טשעק-אין טאמבאנק וועט דער אגענט וואס שטייט דארט ארויספרינטן עטליכע צעטלן (טעגס) און דאס ארויפקלעבן אויף די באגאזשן. די צעטלעך פארמאגן אלע אינפארמאציע פון אייער פלייט, אריינגערעכנט אייער דעסטינאציע און אויך די עירפארטס וואו איר וועט זיך אפשטעלן. יעדעס צעטל פארמאגט אויך א באר-קאוד פון 10 נומערן וועלכע די קאמפיוטערס פון אלע לופטפעלדער קענען אפליינען.
באלד נאכדעם וואס די באגאזשן פארן אוועק פון אייערע אויגן ווערן זיי דורכגעפירט א ספעציעלע סקענער וועלכע ליינט אפ די אינפארמאציע און שיקט דאס פאר די הויפט סיסטעם פארזיכערנדיג אז דאס פעקל איז אינעם סיסטעם. די סקענער וועלכע ליינט די צעטלן פארמאגט סענסארס פון אלע 4 זייטן און איבער 90 פראצענט באגאזשן ווערן אויטאמאטיש געסקענט. די באגאזשן וואס די סקענער קען נישט אויפכאפן ווערן אויטאמאטיש געפירט צו א באזונדערע ארט וואו ארבייטער סקענען דאס מיט א האנט סקענער און שיקן דאס ווייטער אפ מיט אלע באגאזשן.
איינמאל די באגאזשן זענען געסקענט וועט די סיסטעם וויסן די גאנצע צייט וואו יעדעס פעקל געפינט זיך ווייל עס ווערט איבערגעסקענט עטליכע מאל אויפ'ן וועג צו זיין דעסטינאציע. די קאנוויארס פירן ארום די פעקלעך און שיקן אויך די וואס גייען ארויס פון לאנד צו די קאסטומס אפטיילונג וועלכע אונטערזוכן די באגאזשן מיט עקס-רעי מאשינען און אנדערע זיכערהייט דיווייסעס. די קאנוויאר סיסטעם איז וואונדערליך צוזאמענגעשטעלט און מאכט ווייניג טעותים. יעדע גרויסע לופטפעלד פארמאגט א קאנוויאר סיסטעם פון הונדערטער און אפילו טויזענטער קאוויארס וועלכע פירן ארום די באגאזשן און טיילן זיי אליינס אפ לויט די דעסטינאציעס וואו זיי דארפן גיין. ביי די ענדע פון יעדע קאנוויאר איז פאראן א סקענער וועלכע כאפט אויף וועלכע פעקל דארף יעצט ארפגיין פון די קאנוויאר און גיין צו אן אנדערע דעסטינאציע. די ארבעט ווערט געטאן דורך א ספעציעלע מאשין וועלכע זיי רופן א שטופער. די שטופערס עפענען זיך ווען עס דארף אדורכלאזן א פעקל אדער וועלן זיי ארויסשטופן א פעקל צווישן אלע אנדערע צו אן אנדערע קאנוויאר.
אויסער די קאנוויארס איז פאראן די הויפט הייעוועי וועלכע ווערט גערופן א די-סי-ווי. ווען א פעקל דארף גיין זייער ווייט וועלן די קאנוויארס דאס ארויפשטופן אויפ'ן די-סי-ווי און עס וועט שנעל אנקומען צו אן אנדער'ן עק פון די לופטפעלד וואו עס וועט ווידער אראפגעשטופט ווערן צו א לאקאלע קאנוויאר און אנקומען צו זיין דעסטינאציע. דאס זעלבע איז ווען א פליגער קומט אן צו א געיט וועלכע איז זייער ווייט פון די הויפט טערמינאל וועלן אלע באגאזשן באלד ארויפגעשטעלט ווערן אויפ'ן די-סי-ווי און זיי וועלן פארן צו די הויפט טערמינאל אזוי שנעל ווי 20 מייל פער שטונדע.
א די-סי-ווי זעט נישט אויס צופיל אנדערש ווי א ראלער קאוסטער. עס פארמאגט אייזערנע שינעס צו וועלכע עס איז באהאפטן קליינע שאכטלעך וועלכע אנטהאלטן די באגאזשן. יעדע שאכטל ליגט אביסל אנגעלאנט צו איין זייט אז די באגאזשן זאלן נישט קענען ארויספאלן ביי א שנעלן דריי. ווען א שאכטל ווערט ליידיג וועט עס ווייטער פארן צו די נעקסטע קאנוויאר וואו עס וועט אויטאמטיש אראפגענומען ווערן פון די שינעס און זיך אויסגראדן מיט'ן קאנוויאר אז די באגאזשן זאל גרינג קענען אריינפאלן. איינמאל עס איז פיל פאלט עס צוריק ארויף אויף די שינעס און פארט ווייטער.
ווען א פילע די-סי-ווי שאכטל דעגרייכט איר דעסטינאציע ווערט עס איבערגעדרייעט דורך א ספעציעלע מאכאניזם און אלע פעקלעך פאלן ארויף אויף די קאנוויארס. איינמאל עס איז ליידיג הייבט זיך עס צוריק אויף אויטאמאטיש און עס גייט ווייטער.
טראץ וואס די גאנצע סיסטעם ארבעט אויטאמאטיש זענען פאראן מענטשליכע אבזערווירער וועלכע שטייען ביי יעדע פונקט און מאכן זיכער אז אלעס פארט נארמאל. אויב עפעס פאלט אראפ אדער פארפאסט א קאנוויאר וועלן די אבזערווירער דאס צוריקשטעלן אויפ'ן פלאץ.
ווען די באגאזשן צו א געוויסע דעסטינאציע קומען אן נעבן די געיט ווערט עס אפגעווארטעט דורך געיט ארבייטער וועלכע צעטיילן די באגאזשן און טיילן אפ די באגאזשן וועלכע דארפן גיין צו א קאנעקטינג פלייט. איינמאל אלעס איז גרייט פירט מען אלע באגאזשן צום פליגער דורך ספעציעלע טרעקלעך און מען לאדענט אן דעם פליגער דורך א קאנוויאר וועלכע ליגט אויף א טראק און היבט זיך אויף ביז'ן עפענונג פונעם פליגער. טייל פליגער ווערן אנגעלאדענט מיט גרויסע שאכטלעך אין וועלכע אלע באגאזשן ווערן אריינגעשטעלט און קלענערע פליגער נעמען ארויף יעדע באגאזש זעלבסט וואס אין אזא פאל וועלן די ארבייטער מוזן זיכער מאכן אז די באגאזשן מיט ספעציעלע באדינונגן ווערן אריינגעשטעלט אפגעטיילט פון אלע אנדערע באגאזשן.
וויבאלד רוב גרויסע לופטפעלדער זענען א האב פאר געוויסע עירליינס קומט אויס אז א ריזיגע פראצענט פון פאסאזשירן וועלכע קומען אן אין די עירפארט מאכן טראנספערס. א טראנספער קען אמאל געדויערן זייער לאנג און אמאל וועט דער נעקסטער פליגער פארן ביז ווייניגער ווי א שטונדע. די באגאזש באהאנדלונג סיסטעם מוז קענען נאכיאגן די סקעדזשועל און גרייכן די נעקסטע פליגער אזוי שנעל ווי דער פאסאזשיר. יעדעס פעקל וואס דארף ווערן געטראנספערט ווערט ארויפגעלייגט אויף א טראנספער קאנוויאר וועלכע סקענט יעדע פעקל און פירט אלעס אריין צום הויפט סיסטעם און עס ווערט געשיקט צו זיין דעסטינאציע אויפ'ן זעלבן סיסטעם.
אלע פעקלעך וואס דארפן נישט געטראנספערט ווערן גייען ארויף אויף אן אנדערע קאנוויאר וועלכע פירט זיי צום הויפט טערמינאל און פאלט אראפ צו די באשטימטע באגאזש אפווארט ארט וואו די פאסאזשירן קומען אפנעמען זייערע באגאזשן. טייל מאל דארפן די פאסאזשירן ווארטן עטליכע מינוט ווילאנג די פעקלעך גרייכן די אפווארט ארט אבער זייער אסאך מאל וועלן שוין אלע פעקלעך זיין גרייט בעפאר די פאסאזשירן קענען גרייכן די אפנעם ערטער, ספעציעל ווען מען קומט אן אין אן אנדער לאנד און מען ווארט נאך אויפגעהאלטן ביי קאסטומס.
אין קליינע לופטפעלדער, און ספעציעל אין לופטפעלדער אין פארשטופטע אומפארנומענע ערטער, איז נישט פאראן קיין אויטאמאטישע סיסטעמען און אלעס ווערט געטאן מיט די האנט וועלכע פארלאנגט א גרויסע צאל ארבייטער. די אויטאמאטישע סיסטעם האט געשפארט די לופטפעלדער א גרויסע צאל ארבייטער און האט אריינגענומען די מעלות אז אלעס איז פונקטליכער און ארבעט שנעלער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!