אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:איסור גיורא"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||}}" ב־"") |
(וויקיפּעדיע אנטיק) |
||
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 10: | שורה 10: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי| | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] | ||
[[he:איסור גיורא]] | [[he:איסור גיורא]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:וויקיפּעדיע אנטיק]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:34, 14 יאנואר 2024
איסור גיורא ווערט דערמאנט אין דער גמרא עטליכע מאל. ער איז קודם געווען א גוי, ווען שמואל'ס טאכטער רחל איז געפאנגען געווארן (מסכת כתובות כג) האט ער חתונה געהאט מיט איר אלס גוי אין געפענגעניש, זי איז נתעבר געווארן פון אים אלס גוי, שפטעטר האט ער זיך מגייר געווען, און האט חתונה געהאט מיט איר נאכאמאל ווי די הלכה איז. דאס קינד וואס איז געבוירן איז געווען רב מארי בר רחל.
די גמרא זאגט אז רבא [אדער רב, ווי תוס' איז גורס] האט אים מכשיר געווען ער מעג האבן א שטעלע ביי אידן, כאטש א גר טאר נישט, אבער אים האט מען יא געליינט "מקרב אחיך" עיי"ש.
אין עבודה זרה (ע.) שטייט אז איסור גיורא האט געזאגט פאר רבא "ווען איך בין געווען א גוי האב איך געמיינט אז די אידן זענען מחלל שבת, ווייל איך האב געזען זיי טרעפן א בייטל געלט, און נעמען עס, שפעטער ווען איך בין געווארן א איד, האט איך פארשטאנען אז זיי זענען עס מטלטל אום שבת ווייניגער ווי פיר איילן, און דאס איז מותר".
די גמרא פארציילט (ב"ב קמט) אז איידער ער איז געשטארבן האט ער געהאט דרייצן טויזנט רענדלך און האט עס געוואלט איבערלאזן א ירושה פאר זיין זון רב מארי בר רחל, אבער ער איז דאך געווען א גר, און די הלכה איז א גר קען נישט יורש זיין פאר זיין קינד, האט ער געלאזט שרייבן א שטר אז דעס געלט געהערט זיין זון.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!