אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קרעדיט פונקטן"
ק (דעסקריפציע) |
ק (הוספת קישור בינוויקי en:Credit score) |
||
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=numerical expression representing a person's creditworthiness, commonly based on a credit report with information typically sourced from credit bureaus|דייטש=numerischer Wert, welcher die Kreditwürdigkeit repräsentiert|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = numerical expression representing a person's creditworthiness, commonly based on a credit report with information typically sourced from credit bureaus|דייטש=numerischer Wert, welcher die Kreditwürdigkeit repräsentiert|}} | ||
'''קרעדיט פונקטן''' איז א נומער וועלכע איז אויסגערעכנט געבויט אויף א קרעדיט היסטאריע צו געבן פינאנציעלע פירמעס א גרינגע אנאליז אויף יעדנ'ס פינאנציעלע לעבן פון וועלכע זיי וועלן וויסן אויב זיי זאלן יא אדער נישט בארגן. | '''קרעדיט פונקטן''' איז א נומער וועלכע איז אויסגערעכנט געבויט אויף א קרעדיט היסטאריע צו געבן פינאנציעלע פירמעס א גרינגע אנאליז אויף יעדנ'ס פינאנציעלע לעבן פון וועלכע זיי וועלן וויסן אויב זיי זאלן יא אדער נישט בארגן. | ||
שורה 75: | שורה 75: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|17]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|17]] | ||
[[ | [[en:Credit score]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:29, 23 מאי 2024
קרעדיט פונקטן איז א נומער וועלכע איז אויסגערעכנט געבויט אויף א קרעדיט היסטאריע צו געבן פינאנציעלע פירמעס א גרינגע אנאליז אויף יעדנ'ס פינאנציעלע לעבן פון וועלכע זיי וועלן וויסן אויב זיי זאלן יא אדער נישט בארגן.
יעדנ'ס קרעדיט היסטאריע ליגט באהאלטן אין די קרעדיט ביוראען קאמפיוטערס און איז געבויט לויט די קרעדיט באריכטן וועלכע די בענק, אינשורענס פירמעס, יוטיליטי פירמעס, און פינאנציעלע פירמעס גיבן אריין סיסטעמאטיש.
די קרעדיט באריכט איז א לאנגע באריכט מיט אסאך דעטאלן און מיט'ן מאכן די קרעדיט פונקטן האט מען דאס געגעבן אן איבערבליק אפשאצונג וועלכע באשטייט פון דריי נומערן און פון דעם ווייסט די באנק אדער פינאנציעלע פירמע אויב יענער איז א פארלעסליכע מענטשן וועלכע באצאלט זיינע בילס און פארדינט גענוג געלט דאס צו קענען ערלויבן.
סיסטעם
עס זענען פאראן מער ווי איין קרעדיט פונקט סיסטעם אבער רוב פירמעס נוצן די אזויגערופענע פיקאו (FICO) סיסטעם וועלכע איז נאמינירט געווארן נאך די פעיר אייסעק ענד קאמפאני וועלכע איז געווען די ערשטע פירמע וועלכע איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק. בעפאר דעם האבן בענק און פינאנציעלע פירמעס געהאט אייגענע קרעדיט אפשאצונג סיסטעמען און יעדער האט גענוצט זייערע אייגענע מעטאדן צו מעסטן קרעדיט. היינט זענען פאראן דריי גרויסע קרעדיט ביוראען אין אמעריקע (עקספיריען, איקוויפעקס, און טרענסיוניאן) און טויזענטער קלענערע וועלכע נוצן אלע די פיקאו קרעדיט סיסטעם. די דריי קרעדיט ביוראען ארבעטן נאך אלץ אביסל אנדערש איינע פון די אנדערע און יעדער נוצט אנדערע נעמען פאר זייער קרעדיט אפשאצונג סיסטעם אבער אלע זענען געבויט אויף די פעיר אייסעק סיסטעם וואס מיינט אז יעדנ'ס קרעדיט פונקטן זענען כמעט אייניג ביי יעדע פירמע.
בענק און פינאנציעלע פירמעס קענען צולייגן אייגענע רעגולאציעס ווי צום ביישפיל וויפיל געלט מען פארדינט א יאר אדער ווילאנג מען ארבעט אויף די זעלבע פלאץ וועלכע גוט זיי אן אפשאצונג וויפיל יענער וועט ווארשיינליך פארדינען דעם קומענדיגן יאר. די בענק זענען נישט געצווינגן צו באשליסן לויט די קרעדיט ביורא און אפילו ווען די נומערן זענען גוט מעג די באנק דאס אפזאגן אויב ער האט אייגענע אנווייזונגן אין זיין סיסטעם וועלכע זאגט אים אנדערש.
ארגינעל האט פעיר אייסעק אפגעהאלטן די קרעדיט פונקטן פון די פובליק און נאר בענק און פינאנציעלע פירמעס האבן געהאט צוטריט דערצו. די פירמע האט געהאלטן אז אויב מענטשן וועלן דאס קענען זען וועט דאס זיי צעמישן ווייל זיי וועלן סייווי נישט וויסן וואס די נומערן מיינען און וואס די בענק זוכן אין די נומערן.
דאס האט זיך אבער געטוישט אין 01' נאך נאכאנאנדיגע דרוק פון קאנגרעס וועלכע האט פארלאנגט מען זאל עפענען די אינפארמאציע פאר די פובליק. היינט קען יעדער פארלאנגן זיין קרעדיט פונקטן באריכט ביי די דריי קרעדיט ביוראען אדער ביי די פעיר אייסעק פירמע.
די קאלקולאציע אונטער די דריי נומערן
גענוי ווי א לערערין רעכנט אויס די אויסצייכענונג נומערן פאר די סטודענטן לויט די טעסטן און וויפיל פון זיי מען האט געקענט ענטפערן און די וויכטיגסטע פארנעמען די גרעסטע טייל פון דעם רעזולטאט, דאס זעלבע וועט די קרעדיט ביורא מאכן רעזולטאט נומערן געוואנדן לויט די קרעדיט באריכטן וועלכע זי באקומט און פארשטייט זיך אז די מער וויכטיגע אנווייזונגן פארנעמען דאס גרעסטע טייל פון דעם רעזולטאט נומער.
די דריי נומערן קענען זיין צווישן 300 אלס די נידעריגסטע און 900 אלס די העכסטע. גענוי וויאזוי די רעזולטאט נומערן ווערן צוזאמנגעשטעלט איז געהיימע אינפארמאציע פון די פעיר אייסעק פירמע אבער מיט די יארן האבן פינאנציעלע עקספערטן אליינס צוזאמענגעשטעלט די בערך'דיגע חשבון און וויפיל מאל מען האט דאס שטודירט האט עס געוויזן זייער פאזיטיוו.
אט איז דער חשבון:
35 פראצענט פון דעם חשבון איז געבויט לויט א מענטש'נס באצאלן היסטאריע וויבאלד דאס איז דער עיקר זאך וואס פינאנציעלע פירמעס ווילן וויסן בעפאר זיי בארגן ארויס געלט. איינער קען זיין רייך אבער וויבאלד ער איז א פארשלעפטער וועלכע באצאלט נישט אין צייט וועט מען אים שווער וועלן בארגן. פארקערט קען זיין איינער וואס איז א שוואכע פארדינער אבער זינט ער צאלט זיינע בילס אין צייט באקומט ער א גוטע קרעדיט היסטאריע אויף 35 פראצענט. דער חשבון נעמט אריין וויפיל בילס מען האט באצאלט שפעט און וויפיל פון דעם זענען אינגאנצן נישט באצאלט געווארן און איז געשיקט געווארן פאר א קאלעקשן אגענטור. ווי שפעטער דאס איז געשען אלס ערגער איז דאס פאר די קרעדיט ווייל מיט דער צייט ווערן אלטע פראבלעמען פארדעקט אויב מען צאלט אין צייט פאר לאנגע מאנאטן.
אנדערע 30 פראצענט פון דעם חשבון איז געבויט לויט וויפיל חובות מען האט נאך צו באצאלן. דער חשבון איז זייער פשוט ווייל אפילו אויב איר זענט א גוטע באצאלער וועט קיינער נישט וועלן געבן קיין קרעדיט אויב איר האט שוין אסאך קרעדיט און אלע זענען אפען וואס מיינט אז איר האט אסאך צו באצאלן. ווען א שיינע טייל פון די מארטגעדזש וועט זיך אויסצאלן וועט די חוב זיין פיל ווייניגער און דעמאלט וועט די קרעדיט פונקטן ווידער ארויפגיין און די באנק וועט זיין גרייט צו בארגן נאך אויפ'ן חשבון אז איר זענט א גוטע באצאלער.
דאס זעלבע איז מיט קרעדיט קארדס. ווי מער קרעדיט קארדס אלס בעסער פאר די קרעדיט אבער אויב די קרעדיט קארדס זענען אנגעפילט מיינט עס אז די חובות זענען גרויס און קיינער וועט מער נישט וועלן געבן קיין קרעדיט ווילאנג א טייל דערפון וועט ווערן אויסגעצאלט. די וועלט זאגט אז דאס בעסטע איז צו האלטן די קרעדיט קארד באלאנס ביי 25 פראצענט.
15 פראצענט איז געבויט לויט ווילאנג מען פארמאגט שוין קרעדיט. דאס איז נישט ווייל מען איז עלטער נאר פשוט ווייל ווי לענגער מען האט קרעדיט אלס א פונקטליכערע קרעדיט היסטאריע איז פאראן וואס מיינט אז די קרעדיט פונקטן זענען מער פונקטליך.
10 פראצענט פון דעם חשבון איז געבויט לויט וויפיל מאל מען פארלאנגט פאר קרעדיט. דער חשבון דערפון איז אז אויב איינער האט פארלאנגט צופיל קרעדיט אין די לעצטע מאנאטן איז א סימן אז ער איז מעגליך אריינגעפאלן אין פינאנציעלע פראבלעמען און קיינער וויל נישט זיין דער קרבן אים צו בארגן געלט מיט די שטארקע מעגליכקייט אז ער וועט דאס נישט קענען באצאלן. רוב קרעדיט ביוראען רעכנען נאר אריין די פארלאנגן וועלכע מען האט געמאכט אין די לעצטע 12 מאנאטן.
די לעצטע 10 פראצענט פון די קרעדיט פונקטן איז געבויט לויט וואספארא סארט קרעדיט מען פארמאגט. גענוי וואס די קרעדיט פירמעס זוכן ווייסט מען נישט און טייל ווילן זאגן אז דאס איז נאר געמאכט אין פאל ווען איינער האט א שוואכע קרעדיט וויל די קרעדיט ביורא וויסן וואספארא סארט קרעדיט ער האט צי איז דאס א מארטגעדזש אדער 10 קרעדיט קארדס. א מארטגעדזש איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם ווייל א מענטש וועט געווענליך זיך פארלייגן צו באצאלן זיין מארטגעדזש פעימענט וויבאלד עס האט צעטאן מיט זיין הויז און זיין צוקונפט. א קרעדיט קארד וועט שטענדיג פאלן די ערשטע אלס קרבן.
די עפעקט
די קרעדיט פונקטן סיסטעם וועט נישט נאר געבן דעם באשלוס פאר די באנק אויב ער זאל אייך געבן א מארטגעדזש אדער נישט. עס וועט אויך מאכן א חילוק וויפיל די הלוואה וועט קאסטן. אויב האט מען א גוטע קרעדיט באקומט מען ביליגע פרייזן און אויב האט מען א שוואכע קרעדיט צאלט מען מער אינטערעסט וויבאלד די באנק נעמט א גרעסערע איינשטעל צו בארגן פאר איינעם וועמען זיי זענען נישט 100 פראצענט זיכער אז ער וועט דאס קענען באצאלן.
צוויי מענטשן וועלן פינאנצירן אן אויטא און איינער וועט צאלן 5 פראצענט אינטערעסט און דער צווייטער 12 פראצענט. לאמיר זאגן דער אויטא וועט קאסטן $25,000 און ביידע וועלן דאס פינאנצירן פאר 4 יאר. דער מיט א גוטע קרעדיט וועט צאלן א סך הכל פון $2,607 אינטערעסט און דער מיט א שוואכע קרעדיט וועט צאלן $6,430 וואס מיינט אז דער מיט א שוואכע קרעדיט וועט צאלן כמעט 150 פראצענט מער אינטערעסט ווי זיין חבר.
אויסער בענק און פינאנציעלע פירמעס וועט די קרעדיט פונקטן אויך טיילמאל גענוצט ווערן דורך לענדלארס, געשעפטן, ארבעטסגעבער, און אינשורענס פירמעס. די אינשורענס פירמעס האבן זיך אליינס צוזאמענגעשטעלט א חשבון וויאזוי זיי מעסטן קרעדיט און דאס טוט זיי העלפן פארמינערן זייערע פארלוסטן וויבאלד זיי מעסטן מענטשן לויט ווי מענטשליך זיי פירן זיך אויף אין לעבן און געווענליך איז דאס אויך דער פאל מיט'ן דרייוון. איינער וואס באצאלט שפעט זיינע בילס איז א צייכן אז ער איז נישט אין קאנטראל אין זיין לעבן און ער טראכט נישט וואס ער טוט וואס איז גענוג א צייכן אז אויך ווען ער דרייווט ליגט נישט זיין קאפ ביים דרייוון און ער וועט ווארשיינליך מאכן עקסידענטן און די אינשורענס פירמע וועט אים רעכענען מער געלט וויבאלד ער איז א גרעסערע איינשטעל.
פארבעסערן די קרעדיט
די קרעדיט פונקטן זענען נישט קיין אפשאצונג וועלכע בלייבט אויף א מענטש פאר א לאנגע צייט נאר עס טוישט זיך כסדר לויט די נאכאנאנדיגע קרעדיט באריכטן וואס קומען אריין וואס מיינט אז אפילו איינער איז געווען אין טיפע חובות וועט זיין קרעדיט זיך שנעל פארבעסערן איינמאל ער וועט אפצאלן די חובות.
אט זענען א רייע עצות וועלכע זענען רעקאמענדירט דורך פינאנציעלע עקספערטן אלס די בעסטע מיטלן צו פארבעסערן די קרעדיט:
עס מאכט זיך אסאך טעותים מיט די קרעדיט באריכטן און דאס קען האבן א שטארקע עפעקט אויפ'ן סך הכל קרעדיט אפשאצונג. דעריבער איז וויכטיג צו פארלאנגן א קרעדיט באריכט איינמאל אין 6 מאנאטן און דאס איבערקוקן אויב מען טרעפט א טעות. ווען טעותים ווערן פארראכטן טוישט זיך די קרעדיט דראמאטיש און עס לוינט זיך צו צאלן געלט דערפאר. צו באקומען נאר די דריי נומערן איז אומזיסט אבער די פולע קרעדיט באריכט קאסט עפעס געלט.
סתם האבן אפענע קרעדיט קארד וואס מען נוצט נישט איז נישט גוט פאר די קרעדיט ווייל אויב עס וועלן זיין אנדערע פראבלעמען וועט דאס זיין זייער א שלעכטע צייכן. אויב האט איר אלטע קרעדיט קארדס וועלכע איר נוצט נישט פארמאכט דאס און אויב עס איז פאראן קליינע באלאנסעס דערויף באצאלט דאס. אבער מאכט נישט דעם טעות פון פארמאכן אלטע קרעדיט קארדס און אריבער לייגן אלע באלאנסעס צו איין קרעדיט קארד ווייל די קרעדיט ביורא מאכט דעם חשבון לויט וויפיל קרעדיט איר פארמאגט און וויפיל דערפון איז אויסגענוצט. עס איז ענדערש צו האבן מער קרעדיט און קליינע באלאנסעס אויף יעדע פון זיי ווי איין קרעדיט קארד מיט א ריזיגע באלאנס.
אויב איר ווילט פארמאכן קרעדיט קארדס איז ענדערש צו פארמאכן די נייע און נוצן די אלטע ווייל די קרעדיט ביורא קוקט ווילאנג מען האט קרעדיט און א מענטש מיט די זעלבע קרעדיט קארד פאר לאנגע יארן וואס ווערט באצאלט אין צייט איז זייער א גוטע צייכן.
דאס בעסטע איז צו האלטן די באלאנסעס בערך 25 פראצענט. אויב איר קענט דאס נישט באצאלן פרובירט דאס כאטש האלטן אונטער 75 פראצענט ווייל מער פון דעם איז א שלעכטע צייכן.
באצאלן אין צייט איז די וויכטיגסטע כלל און מען דארף זיך פארלייגן אויף דעם. אויב איר האט באצאלט שפעט אבער עס איז נישט געווען אייער שולד (צום ביישפיל די ביל איז נישט אנגעקומען) רופט די פירמע וועלכע שיקט די ביל דאס צו מעלדן כדי זיי זאלן עס אראפנעמען פון אייער קרעדיט באריכט באצייטענס.
ווי געזאגט ווערט א טייל פון דעם חשבון באטראכט לויט וויפיל מאל מען האט פארלאנגט קרעדיט. דערפאר איז וויכטיג מען זאל פרובירן ווי ווייט מעגליך נישט צו לאזן אנדערע נאכקוקן אייער קרעדיט. א מענטש קען אמאל האבן א גוטע קרעדיט און ער וועט רעדן צו 5 מארטגעדזש בראקערס און ביים זעקסטן וועט זיין קרעדיט שוין נישט זיין אזוי גוט ווייל יעדער בראקער האט באזונדער נאכגעקוקט זיין קרעדיט און דאס ווערט אנגענומען אלס א צייכן אז יענער איז געדרוקט פאר געלט. (א פערזענליכע באריכט ווי מיר האבן פריער דערמאנט מאכט נישט אויס).
ווי מער קרעדיט אלס בעסער אבער עפענען נייע קרעדיט קארדס און נעמען ליין אוו קרעדיטס איז נישט די וועג. קרעדיט לימיטס ווערן מער פון זיך אליינס ווען די קרעדיט פירמעס זעען אז איר באצאלט.
אויב איר אפעלירט פאר קרעדיט און די באנק אדער קרעדיט פירמע זאגט אייך אפ צוליב עטליכע סיבות נוצט די סיבות צו א פארבעסערונג ווייל געווענליך זענען דאס די הויפט סיבות פארוואס אייער קרעדיט איז נישט גוט.
דער דורכשניטליכער קרעדיט פונקטן ביי אמעריקאנער איז 600 וואס איז נישט שלעכט אבער אויך נישט צו גוט און דאס וועט לאזן נעמען קרעדיט ביז א געוויסע לימיט. 700 הייסט א גוטע נומער און מער פון דעם איז גאר גוט. ווייניגער פון 500 איז שוין שלעכט און רוב בענק וועלן שוין נישט וועלן בארגן אזוי גרינג.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!