אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עבודת הקודש להחיד"א"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
(וויקיפּעדיע אנטיק)
 
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 18: שורה 18:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|2]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|02]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]
[[קאַטעגאָריע:וויקיפּעדיע אנטיק]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:52, 14 יאנואר 2024

עבודת הקודש איז איינע פון די קליינע ספרים וואס דער חיד"א האט מחבר געווען.

אייגענטליך איז דאס נישט קיין ספר וואס דער חיד"א געדרוקט, דער ספר אנטהאלט עטליכע ספרים. עס האט אין זיך דער מורה באצבע, און דער צפורן שמיר, און דער לדוד אמת, און נאך קליינע ספרים.

עס איז די ערשטע מאל צוזאמענגענומען און געדרוקט געווארן אין יאהר ה'תקצ"ה אין סדילקאוו. און דערנאך אין ירושלים ה'תר"ה, און אין נאך זייער אסאך דרוקן. ביז מען האט צוזאמען גענומען זיבן קליינע ספרים פון חיד"א, און זייט דעמאלטס ווערט עס געדרוקט זייער אסאך מאל, מיט די שבעה כוכבי לכת.

עס איז אויך דא פארשידענע פירושים אויף דעם ספר ווי דער אצבע קטנה פון ר' מנחם ב"ר שמעון מרדכי מאדריאנופולי, דער ספר מעם לועז חדש פון ר' יהודה אברהם קונפינו, אויך האט עס הגהות פון דעם רבח פון לעצטן דור ר' יהודה הורוויץ דער דזשיקובער רבי.

אזוי ווי עס איז צוזאמעם גענומען עטליכע ספרים פון חיד"א וואס איז גרינוג צו קוקען און לערענן איז דער ספר זייער פאפולער אפילו ביי נישט לומדים און יודעי ספר, וויבאלד ער גיט אהן אסאך סארט פירונקען און הנהגות וואס יעדער קען זיך פירן דערמיט.

מען האט עס דעריבער אויף געדדוקט אויף אראביש כדי דער המון עם זאל עס פארשטיין געדרוקט אין ג'רבה.

עס איז אינטערעסאנט וואס דער חקרי לב דער זיידע פון דעם גאון ר' חיים פלאג'י האט אמאל געזאגט, איך בין נישט מקנא דעם חיד"א מיט זיינע גרויסע חיבורים אויף לומדות און גאונות וואס ער האט געשריבן, ווייל דאס לערענן בלויז די לומדים, איך בין איהם מקנא מיט די קליינע ספרים ווי דער עבודת הקודש וואס דאס לערנען הונדערטער און טויזנטער המון עם, יעדער טרעפט דערין וויאזוי זיך פירן. דער גאון רבי חיים פלאג"י האט טאקע נאכגעטוהן דעם חיד"א און האט שפטעטר מחבר געווען צוויי ספרים וואס זיי גייען אין די זעלבע פיס טריט ווי דער עבודת הקודש, איינס איז דער כף החיים, לרח"פ, און דער מועד לכל חי, לרח"פ..

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!