אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לופטקילער"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "אטמאספערע" ב־"אטמאספער") |
||
(2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=cooling of air in buildings or vehicles|העב=מערכת אקלימית|דייטש=Prozess zur Erzeugung und Aufrechterhaltung einer gewünschten Raumluftqualität|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = cooling of air in buildings or vehicles|העב=מערכת אקלימית|דייטש=Prozess zur Erzeugung und Aufrechterhaltung einer gewünschten Raumluftqualität|}} | ||
א '''לופטקילער''' (אדער '''טעמפעראַטור רעגולאַטאָר''') ({{שפראך-en| Air conditioner}}) איז א מעכאנישער [[מאשין]] וואס פראדוצירט קאלטע לופט וואס ווערט ארויסגעבלאזן דורך א [[ווינטעלאַטאָר]]. לופטקילערס ווערן גענוצט אין די מאדערנע לענדער צו קילן הייזער און געביידעס אין דעם [[זומער]]. | א '''לופטקילער''' (אדער '''טעמפעראַטור רעגולאַטאָר''') ({{שפראך-en| Air conditioner}}) איז א מעכאנישער [[מאשין]] וואס פראדוצירט קאלטע לופט וואס ווערט ארויסגעבלאזן דורך א [[ווינטעלאַטאָר]]. לופטקילערס ווערן גענוצט אין די מאדערנע לענדער צו קילן הייזער און געביידעס אין דעם [[זומער]]. | ||
שורה 13: | שורה 13: | ||
ווען איר וועט עפענען א לופטקילער וועט איר גלייך זען די רערן און ביידע שפולן (די הייסע צו די גאס און די קאלטע אויפ'ן אינעווייניג'סטן טייל) און א קאמפרעסער מער אונטן. אויך איז דארט פאראן צוויי ווענטילאטארס איינס אויף ארויס וועלכע בלאזט ארויס די היץ פונעם מאשין צו דער גאס און די צווייטע אויף אריין וועלכע בלאזט אריין די נארוואס געווארענע קאלטע לופט אינעם צימער. | ווען איר וועט עפענען א לופטקילער וועט איר גלייך זען די רערן און ביידע שפולן (די הייסע צו די גאס און די קאלטע אויפ'ן אינעווייניג'סטן טייל) און א קאמפרעסער מער אונטן. אויך איז דארט פאראן צוויי ווענטילאטארס איינס אויף ארויס וועלכע בלאזט ארויס די היץ פונעם מאשין צו דער גאס און די צווייטע אויף אריין וועלכע בלאזט אריין די נארוואס געווארענע קאלטע לופט אינעם צימער. | ||
די סיבה פארוואס עס רינט ארויס וואסער פון א לופטקילער כאטש ער פארמאגט נישט קיין טראפן וואסער, איז ווייל די קאלטע שפולן ליגן אין א ווארימע | די סיבה פארוואס עס רינט ארויס וואסער פון א לופטקילער כאטש ער פארמאגט נישט קיין טראפן וואסער, איז ווייל די קאלטע שפולן ליגן אין א ווארימע אטמאספער און עס זאמעלט זיך אן דארט די פייכטקייט פון דער לופט און עס רינט אראפ (שטעלט אראפ א פלעשל קאלטע געטראנק אויפ'ן טיש וועט איר באלד אלעס פארשטיין איינמאל דאס פלעשל וועט אנהייבן שוויצן). | ||
דאס ציט אויך ארויס פון שטוב די [[פייכטקייט]], וואס איז די נאסע לופט, און דורך די טרוקנקייט ווערט אסאך בא'טעמ'טער. | דאס ציט אויך ארויס פון שטוב די [[פייכטקייט]], וואס איז די נאסע לופט, און דורך די טרוקנקייט ווערט אסאך בא'טעמ'טער. | ||
שורה 53: | שורה 53: | ||
ווי פריער דעמאנט איז דער חסרון פון די ארגינעלע קאלטע וואסער סיסטעם אז עס נוצט צופיל עלעקטריציטעט. אן אפקילונג טורעם לעזט דעם פראבלעם דורך אן אינטערעסאנטער חכמה. אין אלע לופטקילער סיסטעמען ווערט גענוצט לופט אפצוקילן די הייסע גאז וועלכע לויפט אין די ערשטע גרופס קוילס. דער אפקילונג סיסטעם נוצט וואסער אנשטאט לופט פאר דעם זעלבן צוועק און שפארט אסאך ענערגיע. דער אפקילונג טורעם באשטייט פון א טאנק וואסער וועלכע לאזט רינען א קליינע שטראם פון וואסער צו א באזונדערע ארט אין דעם טאנק. דארט לויפט דאס וואסער דורך אויף א געדיכטע נעץ ווען פון אונטן בלאזן פענס אויף דאס וואסער וואס געפינט זיך העכער איר. די לופט מאכט אויסוועפן די הייסקייט פון דאס וואסער און די איבריגע וואסער ווערט געפרוירן קאלט און ווערט אריבערגעפירט צו די קוילס וואו עס קילט אפ די גאז. וויבאלד עס וועפט אויס אסאך וואסער קומט כסדר אריין פרישע וואסער אינעם טאנק צו ערזעצן דאס וואסער וואס האט אויסגעוועפט. | ווי פריער דעמאנט איז דער חסרון פון די ארגינעלע קאלטע וואסער סיסטעם אז עס נוצט צופיל עלעקטריציטעט. אן אפקילונג טורעם לעזט דעם פראבלעם דורך אן אינטערעסאנטער חכמה. אין אלע לופטקילער סיסטעמען ווערט גענוצט לופט אפצוקילן די הייסע גאז וועלכע לויפט אין די ערשטע גרופס קוילס. דער אפקילונג סיסטעם נוצט וואסער אנשטאט לופט פאר דעם זעלבן צוועק און שפארט אסאך ענערגיע. דער אפקילונג טורעם באשטייט פון א טאנק וואסער וועלכע לאזט רינען א קליינע שטראם פון וואסער צו א באזונדערע ארט אין דעם טאנק. דארט לויפט דאס וואסער דורך אויף א געדיכטע נעץ ווען פון אונטן בלאזן פענס אויף דאס וואסער וואס געפינט זיך העכער איר. די לופט מאכט אויסוועפן די הייסקייט פון דאס וואסער און די איבריגע וואסער ווערט געפרוירן קאלט און ווערט אריבערגעפירט צו די קוילס וואו עס קילט אפ די גאז. וויבאלד עס וועפט אויס אסאך וואסער קומט כסדר אריין פרישע וואסער אינעם טאנק צו ערזעצן דאס וואסער וואס האט אויסגעוועפט. | ||
דער אפקילונג סיסטעם ווענדט זיך אבער בעיקר אויף די מאס פייכקייט וואס עס איז פאראן אין די לופט. אויב עס איז זייער פייכט (הומעד) וועט עס דארפן נוצן מער ענערגיע אפצוקילן דאס וואסער און אויב עס איז פאראן ווייניג פייכקייט אין די | דער אפקילונג סיסטעם ווענדט זיך אבער בעיקר אויף די מאס פייכקייט וואס עס איז פאראן אין די לופט. אויב עס איז זייער פייכט (הומעד) וועט עס דארפן נוצן מער ענערגיע אפצוקילן דאס וואסער און אויב עס איז פאראן ווייניג פייכקייט אין די אטמאספער וועט דאס וואסער ווערן אפגעקילט זייער שנעל אפילו אויב עס איז גאר הייס. | ||
אזא סיסטעם איז פיל טייערער ווי די ארגינעלע קאלטע וואסער סיסטעם אבער עס צאלט זיך אויס זייער שנעל ווייל עס שפארט גאר אסאך ענערגיע דורך דעם אפקילונג חכמה. | אזא סיסטעם איז פיל טייערער ווי די ארגינעלע קאלטע וואסער סיסטעם אבער עס צאלט זיך אויס זייער שנעל ווייל עס שפארט גאר אסאך ענערגיע דורך דעם אפקילונג חכמה. | ||
שורה 75: | שורה 75: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מיזוג אוויר]] | [[he:מיזוג אוויר]] | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 20:07, 10 פעברואר 2024
א לופטקילער (אדער טעמפעראַטור רעגולאַטאָר) (ענגליש: Air conditioner) איז א מעכאנישער מאשין וואס פראדוצירט קאלטע לופט וואס ווערט ארויסגעבלאזן דורך א ווינטעלאַטאָר. לופטקילערס ווערן גענוצט אין די מאדערנע לענדער צו קילן הייזער און געביידעס אין דעם זומער.
דער הויפט געדאנק
א לופטקילער איז גארנישט אנדערש ווי א פרידזשידער (מיט'ן אויסנאם אז האט נישט דער ליידיגער חלל וואו מען לייגט אריין די עסן). ביידע מאשינען פארמאגן א קאמפרעסער וואס גיט ארויס קעלט.
מיר וועלן באנעמען אין קורצן דעם קאמפרעסאר און דאן וועלן מיר פארשטיין וויאזוי ער ארבעט סיי דער לופטקילער און סיי דער פריזשידער. אינעם קאמפרעסאר איז פאראן א געוויסע קאלטער גאז מיט'ן נאמען "קילער פריאן גאז" וואס איז א געדיכטער אומזעבארער גאז. דער קאמפרעסער טוט צונויף דרוקן דעם גאז וואס מאכט אז דער גאז ווערט זייער הייס בטבע. פון דארט פארט דער גאז אריין צו שפולן (אייזערנע דינע געדרייטע רערן) אין וועלכע די היץ פון דעם גאז וועפט אויס און דער גאז אליינס ווערט אויסגעארבעט צו א פליסיקייט וועלכע ווערט קעלטער און קעלטער ווי ווייטער עס גייט.
ווען ער איז שוין פליסיג רינט ער ווייטער אריין אין אנדערע שפולן דורך אן עקספאנסיע וואלוו וואו עס נעמט אויף די אריינגעצויגענע הייסע לופט פון דעם צימער און מאכט דאס קאלט און ווערט צוריק ארויסגעבלאזן דורך א ווענטילאטאר.
ווען איר וועט עפענען א לופטקילער וועט איר גלייך זען די רערן און ביידע שפולן (די הייסע צו די גאס און די קאלטע אויפ'ן אינעווייניג'סטן טייל) און א קאמפרעסער מער אונטן. אויך איז דארט פאראן צוויי ווענטילאטארס איינס אויף ארויס וועלכע בלאזט ארויס די היץ פונעם מאשין צו דער גאס און די צווייטע אויף אריין וועלכע בלאזט אריין די נארוואס געווארענע קאלטע לופט אינעם צימער.
די סיבה פארוואס עס רינט ארויס וואסער פון א לופטקילער כאטש ער פארמאגט נישט קיין טראפן וואסער, איז ווייל די קאלטע שפולן ליגן אין א ווארימע אטמאספער און עס זאמעלט זיך אן דארט די פייכטקייט פון דער לופט און עס רינט אראפ (שטעלט אראפ א פלעשל קאלטע געטראנק אויפ'ן טיש וועט איר באלד אלעס פארשטיין איינמאל דאס פלעשל וועט אנהייבן שוויצן). דאס ציט אויך ארויס פון שטוב די פייכטקייט, וואס איז די נאסע לופט, און דורך די טרוקנקייט ווערט אסאך בא'טעמ'טער.
יעצט וועלן מיר באטראכטן די הויפט סארטן לופטקילערס וועלכע זענען פאראן אויף די מארקעט.
פענסטער לופטקילער
ווי דערמאנט פארמאגן רוב הייזער די אלטמאדישע פענסטער לופטקילער וועלכע איז ביליג און ברויך נישט קיין באזונדערע איינריכטיגונג. א פענסטער לופטקילער איז א קליינע שאכטל אין וועלכע די גאנצע לופטקילער סיסטעם איז צוזאמענגעשטעלט. ווען איר וועט עפענען דעם שאכטל וועט איר באלד זען אלע טיילן וועלכע זענען: א קאמפרעסאר, אן עקספענשן וואלוו, צוויי רייעס פון קוילס, די הייסע צו דער דרויסענדיגע זייט און די קאלטע צו די אינעווייניגסטע זייט, צוויי פענס, און א קאנטראל יוניט פון וואו דער מאשין ווערט קאנטראלירט. מיר האבן צוגעשטעלט אן אויסצייכענונג וועלכע צייגט זייער קלאר די אלע טיילן. איר קענט זען אינדערמיט וואו עס ליגט די קאמפרעסאר, פון די קאמפרעסאר גייט די גאז צו די ערשטע גרופע קוילס וועלכע געפינט זיך צו די דרויסענדיגע טייל פון די לופטקילער, פון דארט פארט עס דורך א רער צו אן עקספענשן וואלוו וועלכע טראגט עס אריבער צו די צווייטע גרופע קוילס אין וועלכע די גאז איז שוין קאלט. אין דער צענטער פון די לופטקילער איז פאראן א מאטאר וועלכע דרייט צוויי פענס, איין פען בלאזט די היץ פון די הייסע קוילס ארויס צו די גאס און העלפט אפקילן די גאז און די צווייטע פען בלאזט צוריק אריין די קאלטע לופט אינעם צימער.
די פענסטער לופטקילערס זענען ספעציעל געמאכט אין פארעמען עס זאל אריינגיין אין א געווענליכער פענסטער. עס זענען אויך פאראן שמאלע און הויכע פענסטער לופטקילערס וועלכע זענען ספעציעל געמאכט פאר שמאלע פענסטער אין וועלכע די ארגינעלע לופטקילער גייט נישט אריין. די פענסטער סארט לופטקילערס זענען ספעציעל דעזיינט צו ארבעטן ביי א פענסטער וואו עס איז פאראן אסאך לופט. טייל מענטשן שטעלן אריין לופטקילערס אין ספעציעלע לעכער אין די וואנט וועלכע פארשטעלט די צוויי זייטן פון דעם לופטקילער. אבער נישט אלע לופטקילערס קענען דאס פארנעמען און מען דארף זיכער מאכן אין אזא פאל אז מען קויפט אן לופטקילער וועלכע קען אויך גיין אין א וואנט. אויב מען איז נישט קלאר זאל מען פרעגן דעם סוחר.
בי-טי-יו און אי-אי-אר
לופטקילערס ווערן געמאסטן אין צוויי סארט מעסטונגן וועלכע רופן זיך בי-טי-יו און אי-אי-אר. די ערשטע סארט רעכענונג, בי-טי-יו, איז דער מאס פון די לופטקילער ווי שטארק דאס איז. דאס רופט זיך אין פולן נאמען "בריטיש טערמאל יוניטס" וועלכע איז א סארט מאס צו מעסטן היץ. איין בי-טי-יו איז טייטש די מאס היץ וואס עס נעמט איין פונט וואסער צו ווערן אנגעהייצט צו איין דעגרי פארנהייט. יעדע בי-טי-יו איז צעטיילט צו איבער טויזענט דזשולעס (א קלענערע סארט מאס) און איין טאן דזשולעס קומט אויס גענוי 12,000 בי-טי-יו. ווען איר קויפט א 12,000 בי-טי-יו לופטקילער איז טייטש אז דער מאשין קען אפקילן 12,000 בי-טי-יו היץ פער שטונדע. די גרינגסטע וועג צו רעכנען וויפיל בי-טי-יו עיר קאנדישן מען דארף האבן צו קילן איז 30 בי-טי-יו פער סקווער פיס. דאס מיינט אז אויב איר ווילט אפקילן א צימער פון 200 סקווער פיס וועט איר דארפן נוצן א 6,000 בי-טי-יו לופטקילער. א דורכשניטליכע הויז אין אמעריקע איז בערך 2,000 סקווער פיס וואס מיינט אז מען דארף האבן א סך הכל פון 60,000 בי-טי-יו אז די גאנצע הויז זאל ווערן אפגעקילט (אביסל ווייניגער ווייל די ווענט נעמען אוועק א שיין ביסל). וויבאלד א הויז איז איינגעטיילט אין צימערן דארף מען אויסרעכענען יעדע צימער באזונדער ווי גרויס דאס איז כדי צו וויסן וואספארא סייז לופטקילער מען זאל דארט אריינשטעלן. ווייניגער עיר קאנדישן איז נישט קיין חסרון נאר מיינט אז די לופטקילער וועט נישט קענען אפקילן גענוג גוט אין זייער א הייסע טאג. אבער א גרעסערע לופטקילער ווי עס פעלט אויס איז א פראבלעם ווייל עס מאכט די צימער צו קאלט און עס ווערט אומבאקוועם און קאסט עלעקטריציטעט פאר גארנישט. אי-אי-אר (ענערגיע עפישענט רעיטינג) איז א צווייטע סארט רעכענונג מיט וועלכע מען מעסט די צאל ענערגיע וואס די לופטקילער נעמט צו אפערירן. ווי העכער די אי-אי-אר איז אלס ווייניגער ענערגיע נוצט דאס. צום ביישפיל א 10,000 בי-טי-יו לופטקילער נוצט געווענליך 1,200 וואטס פון עלעקטריציטעט וואס קומט אויס צו 8.3 אי-אי-אר. די אי-אי-אר קען זיין העכער (וואס מיינט ווייניגער ענערגיע) און די פירמעס פארמעסטן זיך ווער עס קען מאכן וואס מער אי-אי-אר וואס מאכט די לופטקילער א בעסערע מאדעל. למעשה קומט עס אבער מיט א טייערערע פרייז און וואס העכער די אי-אי-אר אלס מער קאסט די לופטקילער. אין פאקט לוינט זיך געווענליך נישטצו שפענדן מער געלט פאר א העכערע אי-אי-אר לופטקילער ווייל די ביסל ענערגיע וואס מען שפארט זיך קען געדויערן יארן עס זאל זיך לוינען און רוב לופטקילערס זענען שוין גארנישט ווערט דעמאלט. לאמיר נעמען א ביישפיל פון א 10,000 בי-טי-יו לופטקילער וועלכע נוצט 1,200 וואטס ענערגיע וואס קומט אויס צו 8.3 אי-אי-אר און א צווייטע 10,000 בי-טי-יו מאדעל וועלכע נוצט נאר 1,000 וואטס וועלכע קומט אויב צו 10 אי-אי-אר. אין אזא פאל וועט דער חילוק אין פרייז צווישן 50$ און 100$. אויפ'ן חשבון אז א קילאוואט עלעקטריציטעט קאסט 10 צענט וועט נעמען בערך 5 שטונדן פאר דעם טייערן לופטקילער צו שפארן 10 צענט. רוב מענטשן נוצן לופטקילערס בערך 4 מאנאטן פער יאר און בערך 6 שטונדן פער טאג (דאס איז א געשאצטער נומער צעטיילט צו אלע זומער טעג. טייל טעג נוצט מען דאס 15 שטונדן און טייל גארנישט) וואס קומט אויס צו בערך 720 שטונדן פער זומער. לויט אונזער פריערדיגן חשבון וועט אויסקומען אז די טייערע לופטקילער וועט שפארן בערך 1,000 קילאוואטס עלעקטריציטעט וואס מיינט ווייניגער פון 15$ פער זומער.
דער ספליט סיסטעם לופטקילער
רוב הייזער און קלענערע געביידעס וועלכע פארמאגן צענטראלער ער קאנדישן (ער קאנדישן וועלכע קומט אריין אין דאקטס וועלכע זענען צעשפרייט איבער די הויז ווערט אנגערופן צענטראלע עיר קאנדישן) זענען א ספליט סיסטעם. אין אידיש איז דאס טייטש א צעטיילטע סיסטעם אין וועלכע די הייסע און קאלטע טיילן פון דעם סיסטעם זענען אפגעטיילט איינע פון די אנדערע. אין א ספליט סיסטעם ליגט דער קאמפרעסאר און די הייסע קוילס אינדרויסן און די קאלטע קוילס ליגט אינעווייניג. ביידע טיילן פארמאגן פענס צו בלאזן די לופט. דער ספליט סיסטעם האט צוויי מעלות. די ערשטע און הויפט מעלה איז אז וויבאלד דער קאמפרעסאר ליגט אינדרויסן מיינט עס אז 90 פראצענט פון דער גערודער איז אינדרויסן פון די הויז און אינעווייניג קען מען געניסן פון קאלטע לופט אן ווערן געשטערט פון די טראקטאר סארט גערודער וועלכע לופטקילערס גיבן ארויס. די צווייטע מעלה איז אז וויבאלד די לופט ווערט אריבערגעפירט פון איין פלאץ צום צווייטן אזוי ווייט ווערט עס בעסער אפגעקילט בטבע און דאס פארלאנגט ווייניגער ענערגיע ווען עס קומט אריין אינעם צווייטן טייל וואו עס געפינען זיך די קאלטע קוילס. פונעם אינעווייניגסטן טייל (געווענליך אין פארעם פון א פוירנעס) גייט ארויף א גרויסע דאקט וועלכע ווערט צעטיילט צו עטליכע קליינע דאקטס וועלכע צעשפרייטן זיך איבער די גאנצע הויז און די לופט דעגרייכט איבעראל. די ספליט סיסטעמען קומען אויך אין סייזעס גרויס און קליין. געביידעס פארמאגן גאר גרויסע סיסטעמען און טיילמאל עטליכע קליינע וועלכע זענען צעטיילט צו זאנעס. היינט איז פאראן א נייע סארט ספליט סיסטעם לופטקילער וועלכע פארלאנגט נישט מער ווי א דינע רער אנשטאט די גרויסע דאקטס. יענער סיסטעם שפארט אסאך עלעקטריציטעט וויבאלד די לופט גייט דורך אזא שמאלע רער וואס קילט איר אפ זייער שנעל.
קאלטע וואסער סיסטעם
די ספליט סיסטעם איז גענוג גוט פאר הייזער אדער קלענערע געביידעס אבער פאר א גרויסע געביידע איז דאס שוין נישט אינטערעסאנט צי ווייל די צוויי טיילן ווערן אפגערוקט צו ווייט אדער ווייל די צעשפרייטונג פון אזויפיל דאקטס קלאפט מער נישט און די לופט דעגרייכט נישט איבעראל. אין אזעלכע פעלער איז געאייגענט די קאלטע וואסער סיסטעם וועלכע איז דער גאנצער סיסטעם אויף איין ארט (אויפ'ן דאך פון די געביידע אדער ערגעץ אין די זייט) נאר אנשטאט א פען וועלכע בלאזט לופט טוען די קוילס אפקילן וואסער וועלכע לויפט אריין אין די געביידע אין רערן זייער גרינג און צו יעדע באשטימטע זאנע וואו עס דארף ארויסקומען לופט זענען פאראן לופט באהאנדלער וועלכע נוצן פענס צו בלאזן לופט קעגן די קאלטע וואסער וועלכע קילט אפ די לופט און שיקט דאס צוריק אריין אין די צימערן. די חסרון פון דעם סיסטעם איז אז עס פרעסט אסאך מער עלעקטריציטעט ווי די ספליט סיסטעם אבער פון די אנדערע זייט איז עס פיל פראקטישער ווייל צו טראגן וואסער איבער א געביידע איז זייער גרינג און מאכט קיינמאל נישט קיין פראבלעמען.
אפקילונג טורעמס
ווי פריער דעמאנט איז דער חסרון פון די ארגינעלע קאלטע וואסער סיסטעם אז עס נוצט צופיל עלעקטריציטעט. אן אפקילונג טורעם לעזט דעם פראבלעם דורך אן אינטערעסאנטער חכמה. אין אלע לופטקילער סיסטעמען ווערט גענוצט לופט אפצוקילן די הייסע גאז וועלכע לויפט אין די ערשטע גרופס קוילס. דער אפקילונג סיסטעם נוצט וואסער אנשטאט לופט פאר דעם זעלבן צוועק און שפארט אסאך ענערגיע. דער אפקילונג טורעם באשטייט פון א טאנק וואסער וועלכע לאזט רינען א קליינע שטראם פון וואסער צו א באזונדערע ארט אין דעם טאנק. דארט לויפט דאס וואסער דורך אויף א געדיכטע נעץ ווען פון אונטן בלאזן פענס אויף דאס וואסער וואס געפינט זיך העכער איר. די לופט מאכט אויסוועפן די הייסקייט פון דאס וואסער און די איבריגע וואסער ווערט געפרוירן קאלט און ווערט אריבערגעפירט צו די קוילס וואו עס קילט אפ די גאז. וויבאלד עס וועפט אויס אסאך וואסער קומט כסדר אריין פרישע וואסער אינעם טאנק צו ערזעצן דאס וואסער וואס האט אויסגעוועפט. דער אפקילונג סיסטעם ווענדט זיך אבער בעיקר אויף די מאס פייכקייט וואס עס איז פאראן אין די לופט. אויב עס איז זייער פייכט (הומעד) וועט עס דארפן נוצן מער ענערגיע אפצוקילן דאס וואסער און אויב עס איז פאראן ווייניג פייכקייט אין די אטמאספער וועט דאס וואסער ווערן אפגעקילט זייער שנעל אפילו אויב עס איז גאר הייס. אזא סיסטעם איז פיל טייערער ווי די ארגינעלע קאלטע וואסער סיסטעם אבער עס צאלט זיך אויס זייער שנעל ווייל עס שפארט גאר אסאך ענערגיע דורך דעם אפקילונג חכמה.
קאסטן פון אפערירן אן לופטקילער
אלעס ווענדט זיך לויט וויפיל עלעקטריציטעט קאסט אין די געגענט וואו מען וואוינט. לויט די פרייזן פון קאן עדיסן אין ניו יארק וועט א 10,000 בי-טי-יו לופטקילער קאסטן בערך 20 צענט פער שטונדע, א 5,000 בי-טי-יו בערך 11 צענט פער שטונדע, און א גרויסע 36 בי-טי-יו וועט קאסטן בערך 75 צענט פער שטונדע.
אויב איר פארמאגט צום ביישפיל צוויי 5,000 בי-טי-יו, איין 10,000 בי-טי-יו, און איין 14,000 בי-טי-יו לופטקילערס וועט אייך אלע אינאיינעם אפקאסטן בערך 65 צענט פער שטונדע. אויב איר וועט אלע דריי לאזן ארבעטן איבער א זומער שבת וועט דאס קאסטן בערך 16$. די איינציגסטע וועג פון שפארן געלט איז אויסצולעשן די לופטקילערס ווען מען דארף עס נישט ווי אינמיטן די נאכט אדער ווען עס איז נישט אזוי הייס. דרייען די לופטקילער צו נידעריג וועט גארנישט העלפן ווייל די קאמפרעסאר ארבעט די זעלבע שטארק און עס איז נאר די פען וועלכע בלאזט שוואכער. אגב, איז נישט גוט צו לאזן די פען נידעריג ווייל דעמאלט איז פאראן מערערע שאנסן אז דער לופטקילער זאל פרירן וויבאלד די קעלט בלייבט שטעקן אינעווייניג.
היסטאריע
דער ערשטער לופטקילער איז אויסגעטראפן געווארן דורך וויליס קעריער וועלכער האט דאס אויפגעשטעלט אין זיין פרינטינג פירמע אין יאר 902'. נאך עטליכע יאר אלס א סוקסעס האט קעריער געלייגט א פאטענט דערויף און האט דאס אנגערופן אפאראט צו באהאנדלן לופט. דער נאמען איז איבערגעטוישט געווארן צו לופטקילער דורך א פראפעסאר עטליכע יאר שפעטער.
אין יאר 917' האבן צוויי פובליק געביידעס איינגעשטעלט עיר קאנדישן, איינס אין שיקאגא און די צווייטע אין אלבומא. אין יאר 928' האט די קאנגרעס זאל באקומען לופטקילונג, א יאר דערויף דאס סענאט הויז, און א יאר דערויף דאס ווייסע הויז.
די מאסן האבן ערשט אנגעהויבן קויפן לופטקילערס נאך די צווייטע וועלט קריג. אין יאר 946' האט מען פארקויפט 36,000 שטיק און אינעם יאר 953' האט מען שוין פארקויפט איבער א מיליאן. אין יענע צייט איז ארויסגעקומען א שטודיע אז די מענטשן וואס האבן עיר קאנדישן אין זייערע הייזער שלאפן לענגער דורכאויס דעם זומער, נעמען זיך מער רואיגע צייטן, און האבן א בעסערע הנאה פון עסן. די לופטקילערס פון יענע צייטן זענען געווען זייער גרויס און ערשט אין 957' האט מען אויסגעטראפן וועגן וויאזוי דאס קלענער צו מאכן אז עס זאל אריינגיין אין א פענסטער. אין יאר 98' איז געגרינדעט געווארן א ספעציעלע גרופע וועלכע האט אנגעפאנגן א לאנג יעריגע שטודיע איבער לופטקילערס און מען ערווארט זיי זאלן אויפקומען מיט נייע חכמות אינעם צוקונפט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!