אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חדושי מהרצ"א"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
צייכנס: נייע ווייטערפירונג רוי-לינק
 
(4 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||}}
#ווייטערפירן [[רוי:רבי צבי אלימלך שפירא#זיינע ספרים]]
[[טעקע:ChdusheiMa.jpg |קליין|225px|דער שער בלאט פון ספר חדושי מהרצ"א, ירושלימער אויסגאבע]]
'''חדושי מהרצ"א''' איז א ספר געשטעלט אויף די סוגיות און הלכות פון חנוכה וואס האט פארפאסט '''[[רבי צבי אלימלך שפירא]]''' פון [[דינאוו]].
 
== דער מחבר ==
 
'''[[רבי צבי אלימלך שפירא]]''' זצ"ל איז געבוירן אין יאר [[ה'תקמ"ג]] <small>(אומגעפער)</small>, און איז נפטר געווארן [[י"ח טבת]] [[ה'תר"א]]. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון [[רבי אלימלך פון ליזשענסק]]. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: [[דינאוו]], [[ריבאטוטש]], [[סטריזשעוו]], [[לאנצהוט]], [[קאלאמיי]], [[האלאשיץ]], [[בערטש]], [[דזשילבערץ]], [[דובעצק]], [[מונקאטש]], נאכהער צוריק אין דינאוו.
 
רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר '''חדושי מהרצ"א''' איז נאך באקאנט:
[[אגרא דכלה]], [[אגרא דפרקא]], אזהרות מהרצ"א, [[בני יששכר]], [[ברכה משולשת]], דברים נחמדים, דרך עדותיך, [[דרך פקודיך]], הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, [[והיה ברכה]], חדושי בני יששכר, טעמי המצות, [[כלי הרואים]], לקוטי מהרצ"א, [[מגיד תעלומה]], [[מעין גנים]], נחל אמונים, סדר הקרבנות, [[רגל ישרה]], [[ריח דודאים]], תקנות תמכין דאורייתא.
 
== אינהאלט ==
 
'''חדושי מהרצ"א''' איז א ספר געשטעלט אויף די [[סוגיא|סוגיות]] פון [[חנוכה]] וואס געפינט זיך אין פרק [[במה מדליקין]] פון [[מסכת שבת]] און אויף הלכות חנוכה. דער מחבר נעמט ארום די סוגיות אויפן סדר פון די דפים, ביי יעדע סוגיא עקסטרע אפלערנען פשט אין [[גמרא]] [[רש"י]] און [[תוספות]] מיט א געוואלדיעג טיפקייט, נאכהער ברענגט דער מחבר די [[גאונים]] דעם [[שאילתות]] און בעל [[הלכות גדולות]] איבער די סוגיא, און נאכהער ברענגט דער מחבר די [[פוסקים]] [[ראשנים]], [[רי"ף]], [[רמב"ם]], [[רא"ש]], [[מרדכי]], [[רבינו ירוחם]]. נאכהער דעם [[טור]] און [[שלחן ערוך]] ביז צום [[פרי מגדים]].
 
== אויסגאבעס ==
 
* [[פרעמישלא]] תרמ"ב, תרמ"ו, דורך [[רבי משה שפירא (לאנצהוט)|רבי משה שפירא]], פון [[לאנצהוט]], א זון פון [[רבי שמואל שפירא]], אן זון פון [[מחבר]]
* [[ניו יארק]] תשי"ד, דורך ישיבת צאנז קלויזנבורג, צוגעלייגט פון כתב יד
* [[ירושלים]] תשס"ב.
 
אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר '''חדושי מהרצ"א''' פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.
 
== רעפערענצן ==
 
* ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר
* ''בית עקד ספרים''
 
{{ספרי בית דינוב}}
 
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ספרים - ש"ס]]
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ספרים - מועדים]]
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ספרים - הלכה]]
[[קאַטעגאָריע:מפרשי הש"ס - שבת]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:13, 23 יולי 2024