אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דזשיבעריש"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=nonsensical language|העב=דיבור הנשמע כשפה טבעית|דייטש=unverständliche, aus verschiedenen Sprachen gemischte oder fehlerhafte Ausdrucksweise|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = nonsensical language|העב=דיבור הנשמע כשפה טבעית|דייטש=unverständliche, aus verschiedenen Sprachen gemischte oder fehlerhafte Ausdrucksweise|}} | ||
'''דזשיבעריש''' ([[ענגליש]]: Gibberish) אדער '''טאָטעריש''' איז א טערמין וואס מען באצייכנט א קאמבינאציע פון ווערטער וועלכע קוקן אויס ווי אויטענטיש אבער באמת זאגט עס גארנישט, און אויך דער רעדער אדער שרייבער זעלבסט פארשטייט עס נישט. (וו.צ.ב.ש. מילעם אויבנעראלע באשלעגולווילציע אומקעראציע). | '''דזשיבעריש''' ([[ענגליש]]: Gibberish) אדער '''טאָטעריש''' איז א טערמין וואס מען באצייכנט א קאמבינאציע פון ווערטער וועלכע קוקן אויס ווי אויטענטיש אבער באמת זאגט עס גארנישט, און אויך דער רעדער אדער שרייבער זעלבסט פארשטייט עס נישט. (וו.צ.ב.ש. מילעם אויבנעראלע באשלעגולווילציע אומקעראציע). | ||
שורה 17: | שורה 17: | ||
דאס ווארט קומט פון דעם ענגלישן ווארט gibber וואס עס מיינט פלאפלען. אדער פון דעם אראבישן שרייבער דזשעבאר בראחיאן جَابِر بِن حَيَّان, אדער ווי מען פלעגט אים רופן אין לאטייניש Geber, וועלכע פלעגט שרייבן זיינע ביכער מיט א אומפארשטענדליכער שפראך. | דאס ווארט קומט פון דעם ענגלישן ווארט gibber וואס עס מיינט פלאפלען. אדער פון דעם אראבישן שרייבער דזשעבאר בראחיאן جَابِر بِن حَيَّان, אדער ווי מען פלעגט אים רופן אין לאטייניש Geber, וועלכע פלעגט שרייבן זיינע ביכער מיט א אומפארשטענדליכער שפראך. | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* [http://hebrew.manual.co.il/tool/ פאררעכטן דזשיבערישע טעותים], ווען א טעקסט קומט אן מיט טעותים קען מען עס דארט פאררעכטן און טוישן די קאד. | * [http://hebrew.manual.co.il/tool/ פאררעכטן דזשיבערישע טעותים], ווען א טעקסט קומט אן מיט טעותים קען מען עס דארט פאררעכטן און טוישן די קאד. | ||
שורה 25: | שורה 25: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ג'יבריש]] | [[he:ג'יבריש]] | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:21, 8 יולי 2024
דזשיבעריש (ענגליש: Gibberish) אדער טאָטעריש איז א טערמין וואס מען באצייכנט א קאמבינאציע פון ווערטער וועלכע קוקן אויס ווי אויטענטיש אבער באמת זאגט עס גארנישט, און אויך דער רעדער אדער שרייבער זעלבסט פארשטייט עס נישט. (וו.צ.ב.ש. מילעם אויבנעראלע באשלעגולווילציע אומקעראציע).
א באוואוסטער פאל פון דזשיבעריש אין ליטעראטור איז די דיכטונג "דזשאבערוואקי" (Jabberwocky) פון לואיס קאראל.
צומאל קען מען זען טעקסט וועלכע קוקט אויס ווי דזשיבעריש, אבער באמת איז דאס א קאד שפראך, וועלכע די מבינים ווייסן זייער גוט די באדייט.
ווען מען באניצט זיך מיט דעם ווארט דזשיבעריש
צומאל ווערט דאס ווארט דזשיבעריש באניצט אלס א שפאט ווארט אויף א שפראך וועלכע דארף אויסקוקן הויך און פראפעסיאנאל, און איז באפיצט מיט אומפארשטענדליכע און אומגעווענליכע ווערטער, כדי צו שאפן א פראפעסיאנעלע רושם אויף די ליינער אדער הערער.
אויך ווערט דאס ווארט דזשיבעריש באנוצט צו באצייכענען א טעות אין עלעקטראנישן טעקסט וועלכע מען זעט אויסגעדרייט אדער מיט אומבאוואוסטע קאדן און כאראקטערס, למשל ¥ § ¢ © , וועלכע קומען פון דעם וואס דער שרייבער און דער ליינער האבן נישט די זעלבע קאדירן (ענגליש: "coding", דייטש: "Kodieren") סיסטעם. אבער אין אסאך פעלער קען מען ליינען דעם טעקסט דורך טוישן דעם קאד.
טשארלי טשעפלין איז געווען באקאנט אלס א שפילער וועלכער האט געקענט גוט רעדן דזשיבעריש. אינעם פילם "דער גרויסער דיקטאטאר" (The Great Dictator) מאכט ער חוזק פון דעם עסטרייכישן פירער פון נאצי-דייטשלאנד מיט זייערע הויך שפיציגע רציחותדיגע שפראך, ער רעדט דארט אין דזשיבעריש וועלכע טרייבט ליצנות פון די דרשות פונעם צורר היהודים היטלער. אבער אמאל רעדט ער באמת אויף דייטש אז ער זאגט עטליכע ווערטער און פראזעס ווי צום ביישפיל "danke schön" ("א דאנק") און "Sauerkraut" ("זויערקרויט"). אין זיין "דעמאקראטיע שטונק" רעדע ערקלערט ער זיין אידעאלאגיע מיטן דייטשן אקצענט "דעמאקראטיע - שטינק, פריי שפרעכן - שטינק". דער איבערטייטשער טייטשט עס איבער אין ענגליש: דער פוי האלט אז דעמאקראטיע איז מיאוס, דער פוי פארמיאוסט דאס פרייהייט פון ווארט".
דאס ווארט דזשיבעריש
דאס ווארט קומט פון דעם ענגלישן ווארט gibber וואס עס מיינט פלאפלען. אדער פון דעם אראבישן שרייבער דזשעבאר בראחיאן جَابِر بِن حَيَّان, אדער ווי מען פלעגט אים רופן אין לאטייניש Geber, וועלכע פלעגט שרייבן זיינע ביכער מיט א אומפארשטענדליכער שפראך.
דרויסנדיגע לינקס
- פאררעכטן דזשיבערישע טעותים, ווען א טעקסט קומט אן מיט טעותים קען מען עס דארט פאררעכטן און טוישן די קאד.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!