אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בעטסי דעוואס"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "({{דעסקריפציע.*?}})\n\n" ב־"$1") |
||
(2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=Former U.S Secretary of Education|העב=מזכירת החינוך ה-11 של ארצות הברית|דייטש=US-amerikanische Politikerin|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = Former U.S Secretary of Education|העב=מזכירת החינוך ה-11 של ארצות הברית|דייטש=US-amerikanische Politikerin|}}'''עליזעבעט "בעטסי" דעוואָס''' ({{שפראך-en|Elisabeth "Betsy" DeVos}}; געבוירן דעם 8טן יאנואר 1958) איז אַן אמעריקאנער ביזנעספרוי, פילאנטראפ, און אויסבילדונג אַקטיוויסט פון [[מישיגן]]. | ||
'''עליזעבעט "בעטסי" דעוואָס''' ({{שפראך-en|Elisabeth "Betsy" DeVos}}; געבוירן דעם 8טן יאנואר 1958) איז אַן אמעריקאנער ביזנעספרוי, פילאנטראפ, און אויסבילדונג אַקטיוויסט פון [[מישיגן]]. | |||
אום 23סטן פון נאוועמבער 2016, האט די טראמפ קאמפיין מודיע געווען אז טראמפ גייט נאָמינירן דעוואָס צו דינען אלס [[אויסבילדונג סעקרעטאר]] אינעם [[קאבינעט פון דאנאלד טראמפ]]. | אום 23סטן פון נאוועמבער 2016, האט די טראמפ קאמפיין מודיע געווען אז טראמפ גייט נאָמינירן דעוואָס צו דינען אלס [[אויסבילדונג סעקרעטאר]] אינעם [[קאבינעט פון דאנאלד טראמפ]]. | ||
שורה 33: | שורה 31: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:בטסי דבוס]] | [[he:בטסי דבוס]] | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:32, 12 נאוועמבער 2023
עליזעבעט "בעטסי" דעוואָס (ענגליש: Elisabeth "Betsy" DeVos; געבוירן דעם 8טן יאנואר 1958) איז אַן אמעריקאנער ביזנעספרוי, פילאנטראפ, און אויסבילדונג אַקטיוויסט פון מישיגן. אום 23סטן פון נאוועמבער 2016, האט די טראמפ קאמפיין מודיע געווען אז טראמפ גייט נאָמינירן דעוואָס צו דינען אלס אויסבילדונג סעקרעטאר אינעם קאבינעט פון דאנאלד טראמפ.
ביאגראפיע
דעוואס איז געבוירן דעם 8טן יאנואר 1958 צו אירע עלטערן עלסאַ און עדגאַר פּרינס. זי איז אויפגעצויגן געווארן אין האָלאַנד, מישיגן.
דעוואָס האט זיך אויסגעבילדעט אין דער האָלאַנד קריסטליכער הויכשולע, און דערנאך שטודירט אין קאַלווין קאַלעדזש אין גרענד רעפידס, מישיגן, וואו זי האט פארדינט א אויסצייכענונג אין ביזנעס אַדמיניסטראַציע ווי אויך אין פּאָליטישער וויסנשאַפט.
זי האט געהייראט דעם מולטי-ביליאנער דיק דעוואס און געהאט מיט אים פיר קינדער.
פאליטישע טעטיקייטן
מישיגן רעבופליקאנער פארטיי
זייט 1982, איז דעוואָס א מיטגליד אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי פון מישיגן. זי האט געדינט ווי אַ לאקאלע דעלעגאַט. זי איז געווען אַ רעפּובליקאַנער קאָמיטעט־פרוי פאַר מישיגן פון 1992 ביז 1997, און געדינט ווי די טשעירפרוי פון די מישיגן רעפּובליקאַנער פּאַרטיי פון 1996 ביז 2000.
2016 וואלן פאר פרעזידענט
דורכאויס די רעפּובליקאַנער פּרעזידענטליכע פריימעריס פאַר די 2016 וואַלן, האט דעוואָס מנדב געווען צו די קאמפיין פון דזשעב בוש און קארלי פיארינא און דערנאך געשאנקען איר שטיצע צו דער קאַנדידאטור פונעם פלארידע סענאטאר מארקא רוביא.
נאמינאציע פאר אויסבילדונג סעקרעטאר
אום 23סטן נאוועמבער 2016, האט די טראמפ אקציע געמאלדן אז פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט אויסדערוויילט דעוואָס צו זיין דער קומענדיגער פאראייניגטע שטאַטן אויסבילדונג סעקרעטאַר. דעוואָס האט צו דעם געזאגט: איך בין באעהרט געוואָרן צו אַרבעטן מיטן פּרעזידענט אויף זיין צוזאג צו מאַכן די אמעריקאנער אויסבילדונג גרויס ווידער, דעם יעצטיגן סטאַטוס איז נישט אנגענומען. דעוואָס'נס נאמינאציע איז קריטיקירט געווארן דורך דעם "לערערס פאראיין" און אויסגעלויבט געווארן דורך שטיצער פון "שולע ברירה".
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!