אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וויליאם דער פערטער"
ק (דעסקריפציע: מלך פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך און האנאווער) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 15: | שורה 15: | ||
{{-}} | {{-}} | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
{{קאמאנסלינק}} | {{קאמאנסלינק}} | ||
שורה 27: | שורה 27: | ||
[[he:ויליאם הרביעי, מלך הממלכה המאוחדת]] | [[he:ויליאם הרביעי, מלך הממלכה המאוחדת]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | [[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פארשפארט אויף המכלול העברי]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:41, 8 יולי 2024
[[טעקע:|קליין|וויליאם דער פערטער]] [[טעקע:|קליין|זיין אונטערשריפט]] וויליאם דער פערטער (ענגליש: William IV; 21סטן אויגוסט 1765 - 20סטן יוני 1837) איז געווען מלך פונעם פאראייניגטן קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד און מלך פון האנאווער פון 26סטן יוני 1830 ביז זיין טויט. וויליאם, דער דריטער זון פון געארג דער דריטער און דער ברודער און יורש פון געארג דער פערטער, איז געווען דער לעצטער מלך און דער פארלעצטער המאנארך פונעם הויז פון האנאווער.
אין זיינע יונגערע יארן האט ער געדינט אינעם קעניגליכן ים-פלאט, און ווען ער איז געווארן קעניג האט מען גערופן דעם "מאטראז קעניג" (Sailor King). ער האט געדינט אין צפון אמעריקע און אין די קאראיבן. ווען זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען געשטארבן אן איבערלאזן געזעצליכע יורשים, איז ער ארויף אויפן טראן ביי דער עלטער פון 64.
אין דער תקופה פון זיין הערשאפט האט מען דורכגעפירט עטליכע רעפארמען: מען האט פארראכטן דעם "ארעמעלייט געזעץ" (Poor Law), מען האט באגרעניצט די באשעפטיגונג פון קינדער, פארבאטן שקלאפעריי כמעט איבער דער גארער בריטישער אימפעריע, און מען האט געענדערט די וואלן סיסטעם אין בריטאניע דורכן 1832 רעפארעם געזעץ.
וויליאם איז נישט געווען אזוי שטארק אריינגעמישט אין פאליטיק ווי זיין פאטער אדער זיין ברודער, דאך איז ער געווען דער לעצטער בריטישער מאנארך וואס האט באשטימט א פרעמיער מיניסטער קעגן דעם ווילן פון פארלאמענט.
דורך זיין ברודער פרינץ אדאלפוס אלס רעגענט, האט ער געהערשט איבער האנאווער.
נאך זיין טויט האט ער נישט איבערגעלאזט קיין געזעצליכע יורשים, און דאס בריטישע קעניגרייך איז אריבערגעגאנגען צו זיין ניכטע וויקטאריע.
דרויסנדיגע לינקס
בריטישע מאנארכן | ||
---|---|---|
הויז פון סטוארט | ||
האנאווער הויז | ||
זאקסו-קאבורג און גאטע הויז | ||
ווינדזאר הויז |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!