אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אליעזר בן יהודה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע: איזראעלישער אקטיוויסט, פארפאסער פון דער העברעאישער שפראך)
ק (החלפת טקסט – "יידישע שרייבער" ב־"אידישע שרייבער")
 
שורה 122: שורה 122:


[[קאַטעגאָריע:העברעיש]]
[[קאַטעגאָריע:העברעיש]]
[[קאַטעגאָריע:יידישע שרייבער]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע שרייבער]]
[[קאַטעגאָריע:ציוניסטן]]
[[קאַטעגאָריע:ציוניסטן]]
[[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין הר הזיתים]]
[[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין הר הזיתים]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:10, 18 פעברואר 2024

אליעזר בן יהודה

אליעזר בן יהודה (ה'תרי"ח - כ"ו כסלו ה'תרפ"ג) איז געווען דער גרינדער און שאפער פון דער מאדערנער העברעישער שפראך. געשטארבן שבת מיט דער פענע אין דער האנט.


זיינע יוגנט יארן

דאס איז נישט זיין נאמען מיט וואס ער איז געווען באקאנט אין די יונגט, זיין נאמען איז געווען אליעזר יצחק פערלמאן, ער איז געבוירן אין יאר תרי"ח אין שטאט בלאזשקי נעבן ווילנא אין רוסלאנד, זיין טאטע האט געהייסן יהודה לייב זיין מאמע פייגא, ביידע זענען געווען חסידישע אידן און געהיטן די תורה.

ווען ער איז אלט געווען פינף יאר איז זיין טאטע אוועק פון דער וועלט, ביי די דרייצען יאר האט אים זיין מאמע געשיקט לערענן אין א ישיבה. קיין פלאצק. דארט איז געווען א ראש ישיבה יוסי בלוקר, ער איז געווען א גרויסע למדן און לערנער, אבער די ראשי ישיבות האבן נישט געוואוסט אז חוץ דעם איז ער אויך א משכיל, ער האט אפגעלאכט פון אלע פרומע זאכן, און פרויבירט אריין כאפן ווי מער בחורים זיי זאלן אפלאכן פון די תורה און פון אפהיטן די מצות. צוביסלעך האט ער זיך צוגעבונדען צום דעם בחור אליעזר וואס איז געווען א יתום, און מיט דער צייט איז אליעזר געווארן א תלמיד פון זיין ראש ישיבה יוסי בלוקער און האט באהאלטענערהייט אויך געלאכט פון די תורה און פון מצות.

אליעזר האט נישט גערוהט און האט אויפגעקלערט אנדערע בחורים, אין יענער צייט האבן די משכילים נאך נישט געוואוסט פון ציונות, זיי האבן געהאלטן פונקט פארקערט ווי די שיטה פון די ציונים, זיי האבן געהלאטן אז היינטיגע צייטן דארף מען זיך מאדערניזירן נישט היטן קיין תורה, און ווי ווייטער האבן א שייכות מיט יעדע מין זאך וואס האט צוטעוהן מיט יודישקייט, דער הויפט סלאגען פון די משכילים דאן איז געווען "היה יהודי באהליך והיה גוי בצאתך" דאס הייסט אז אפענערהייט זאל מען נישט דערקענען ביי דיר אז די ביסט א איד און דאס האט דער בחור אליעזר זיך צוגעאכפט, דאס האט נישט געקענט צו לאנג האלטן דער ראש הישיבה פון זיין ישיבה האט אים אפיר גענומען און נאך א שמועס איז ער געוואור געווארן ווי ווייט אליעזר איז פון הוטען די תורה ער זיכט ווי ווייט צו זיין א גוי, און דערפאר האט ער אים פארשיקט פון די ישיבה, ווען מען איז געוואור געווארן אז דאס קומט פון זיין רבי יוסי בלוקר האט אים אויך פארשיקט פון די ישיבה.

אליעזר איז דאן אלט געווען פופצין יאר, און האט דאן געמאכט ביי זיך ער גייט אין גימאנזיע אין דער שטאט דינאבורג, אליעזר האט זיך געוואלט דאן זייער דעווייטערן פון אלעס וואס האט צוטועהן מיט א איד, ער זעלבסט שרייבט אין דעם ספר (החלום ושברו עמוד 62) "אני חש את עצמי לרוסי גמור", איך האלט זיך נישט פאר איד נאר פאר א פאלנער רוס, ער האט זיך אנגעטוהן ווי א גוי און געפארן קיין דייטשלאנד, ער פארציילט דארט אין  בוך אז זיין מאמע האט געוויינט צו אים ער זאל עס נישט טון, אבער ער האט זיך נישט צוגעהערט צו איר געבעט.

החייאת השפה העברית

הצבי צייטונג רעדאקטירט ביי אים

מיט דער צייט האבן די קלוגע משכילים איינגעזען אז די שיטה איז נישט ריכטיג, ווייל דער גוי וועט קיינמאל נישט וועלן אננעמען א איד, אפילו ער איז א פרייער איד וואס האט גארנישט צו טון מיט דת, געווען איז דאס ווען עס האט זיך אנגעהויבן די פאגראמען אין רוסלאנד און אין אוקריינע, און די רוסישע גוים האבן נישט געמאכט קיין אונטערשייד צווישן די אידן, זיי האבן גע'הרג'ט און גע'שחט'ן יעדן וואס האט נאר געהאט א שייכות אמאל מיט א איד, אפגעזעהן צו ער היט מצוות אדער נישט, דאן האבן די משכילים איינגעזעהן אז מען דארף טוישן די שיטה, און מען מיז טון פארקערט מען זאל זיך נישט מישן און ווערן א גוי נאר מען זאל שטאלץ זיין דערמיט וואס מען איז א איד, און דערפון איז ארויסגעקומען די שיטה וואס הייסט ציונות, מען זאל האבן אן אייגן לאנד, אן אייגענע מיליטער, און אן אייגענע שפראך.

אליעזר יצחק פערלמאן האט זיך אויך צוגעכאפט צו דער נייער תנועה און מען האט אנגעהויבן צו פרעדיגן די שיטה פון "תחיה לאומית". אליער יצחק איז אריין אין דעם זייער טיף, און כאטש אין יענער צייט האבן אלע משכילים נישט געוואלט אפילו רעדן לשון הקודש, ווייל זיי האבן דאך זיך געזוכט ווי מער אויסמישן מיטן אנדערע פעלקער, דער דייטשער משכיל האט גערעדט דייטש, דער אוקריינער האט גערעדט אוקרייניש און דער אונגארישער נעאלאג האט גערעדט אונגאריש, דאך האט אליעזר יצחק זיך גענומען דעם ציל פון "החייאת השפה העברית".

זיין ציל איז געווען אויפצולעבן די לשון הקודש שפראך, און עס מאכן פאר א שפראך וואס יעדער איד זאל עס רעדן, קינד און קייט זאלן זיך אפלאזן פון זייער מאמע שפראך, און אנהייבן רעדן בלויז לשון הקודש. זיינע חברים וואס זענען געווען ווייט פון אידישקייט האבן אנפאנג געלאכט פון אים, אבער צוביסלאך האבן זיי איינגעזעהן אז דאס איז גוט פאר זיי, ספעציעל די וואס האבן אנגענומען די שיטה פון ציונים האבן זיך זייער געפרייעט מיט אים. ער זעלבסט שרייבט אז עס האט אים געפעלט חיזוק און שטארקייט זיך צו נעמען צו אזא זאך, אבער ער האט געפונען א רוסישן גוי מיטן נאמען "טשאשניקוב" וואס האט אים זייער געשטארקט אין די שיטה, און האט אים געגעבן געלד פאר דעם, אגב: ווען בן יהודה איז ארויף קיין ארץ ישראל איז דער גוי מיט געקומען מיט אים, בן יהודה שרייבט אויף דעם גוי "הוא שהאיץ בי לכתוב את מאמרי הראשון שאלה נכבדה, וזהו הרבי השלישי (החלום ושברו עמוד 69)

אליעזר יצחק האט דאן געשריבן א מאמר צו פאשרפרייטן זיין שיטה אין די אידישע צייטונגען, ער האט עס געשיקט צום המגיד, חבצלת, אבער זיי האבן עס נישט געוואלט אנעמען, זיי האבן געהאלטן אז דאס איז צו שארף מען וועט עס נישט וועלן אננעמען אין דער אידישער גאס, אבער אין יאר תרל"ט האט דער אידישער צייטונג השחר אנגענומען פון אים א ארטיקל מיטן נאמען "שאלה נכבדה". ער האט אונטערגעשריבן זיין נאמען אויף דעם ארטיקל א. בן יהודה, און דאס איז געווארן זיין משפחה נאמען שפעטער.

ביי דער ארבעט

דער ארטיקעל האט אויסגעמאכט א שטארקן רושם אין די אידישע — משכילישע גאס, אינעם ארטיקעל ברענגט ער ארויס די יסודות פון ציוניזם, עס איז געבויט אויף דריי יסודות. 1) עס מאנט פון כלל ישראל אז זיי זאלן נעמען זייער מצב אין דער אייגענער הענט, און זאלן אויפבויען א אייגענע לאנד. 2) מען זאל אנהייבן זיך באזעסן אין ארץ ישראל. 3) מען זאל אויפלעבן די אידישע שפראך אלץ העברייאיש, מען זאל נאר רעדן די שפראך.

דר. קלויזער א תלמיד פון בן יהודה שרייבט: דער מאמר איז געווען דער אנפאנג פון די נייע תנועה ציונות ביי אידן, דערנאך איז פון דעם ארויסגעקומען די חבורות "חיבת ציון" און ציונות. (מפעל חייו עמוד 10).

בן יהודה האט ארום גערייזט איבעראל צו טרעפן ווער עס וויל אים העלפן אויפלעבן דעם שפראך, ער האט געפארן קיין מאראקא און דארט געטראפן אברהם משה לונץ, דער האט אים פארציילט אז אין ארץ ישראל עקזיסטירט א גאנצע עדה אידן פון אלע סארט ווי אשכנזים, ספרדים, פרסיים און אלע פארשטיין זיך מיט דער זעלבער שפראך, ווייל אלע רעדן איינער צום צווייטן אויף לשון הקודש, בן יהודה האט דאן אפגעמאכט אז דאס בעסטע פלאץ צו פארקויפן די שפראך איז אין ארץ ישראל. דעריבער איז זיין פלאץ דארט און ער האט אפגעמאכט אז ער גייט ווי שנעלער ארויף קיין ארץ ישראל (החלום ושוברו ע' 79).

זיין ארויף גיין קיין ארץ ישראל

אין יאר תרמ"ב איז בן יהודה ארויף קיין ארץ ישראל, אויפן שיף האט ער געזאגט פאר זיין ווייב זיין אפמאך אז פון היינט און ווייטער וועט ער שוין נישט רעדן אין קיין אנדער שפראך נאר העברעאיש, אפילו אויב עס וועלן זיין אזעלכע וואס פארשטיין נישט זיין שפראך, זיין ווייב האט אויך נאך נישט געקענט דאן העברעאיש, האט זי אים געבעטן ער זאל עס נאך נישט טועהן, ער זאל ענדערש צוביסלאך זיך נעמען דערצו, און ווען זי וועט שוין גוט קענען דער שפראך דאן זאל ער זיין אזוי עקסטרעם, עס איז אבער געווען אומזיסט איהרע געבעטן, ער האט אזוי אפגעמאכט און זיך דערצו געהאלטן. ער האט זיך דאן געטוישט זיין נאמען פון פערלמאן צו בן יהודה.

אנקומענדיג קיין ארץ ישראל, מיטן ציל אויסלערנען אלע אידן דארט זיי זאלן אנהייבן רעדן העברעאיש, רוב אידן דאן זענען געווען פרומע וואס היטען די תורה, ער האט זייער געוואלט זיי איבערמאכן צו זיין די וואס נעמען אהן די ציונישע גאגנ און לערנען עברית, דעריבער האט זיך געלאזט וואקסן די בארד און פאות, פלוצלונג איז ער צוריק געווארן א אויסערליך א פרומער מאן, ער האט אנגעהויבן שרייבן אין די פרומע צייטונג חבצלת וואס האט דאן ארויסגעגעבן ישראל דוב פרומקין.

עס איז געווען אינטערעסאנט צו זעהן ווי דער גרויסער פיינט פון אלעם וואס האט צוטועהן מיט דת און יידישער רעליגיע, איינער וואס איז לוחם מיט אלע חרדים און שרייבט אויף זיי די מיאוס'טע ווערטער איז פלוצלונג געווארן א ירושלימער איד, מיטן גאנצען לבוש, מיט בארד און פאות, און ער גייט ארום אין די גאסן פון מאה שערים מיט א לאנגער ציצית, בן יהודה האט געגעבן זיין בארעכטונגען פאר אזא סארט פאפעריי און פאר אזא סארט ליגענט: ווי ער שרייבט אין זיינע מומארן: "כשהתחלתי עתה בחיים קבועים בירושלים, עמדה לפני מדי השאהל באיזה דרך אבחר בנוגע לעניני הדת, וחאליט לנוהג בכלל בדרכי היהדות המקובהל, זה היה קשה עלי ביותר מפני צד הצביעות שבדבר, ואעפ"כ מצאתי לי היתר, משום שנדמה לי אז כי על ידי הוויתורים האלה מצד המשכילים יעלה בידינו להשיג את האחדות והמשטר הנצרכים במלחמת התחייה הלאומית... התאמצתי בכל מה שיכולתי להידמות גם בחיצוניותי לכל הציבור היהודי בארץ ישראל, גדלתי זקני, פשטתי את מלבושי אירופה ולבשתי ארוכים כמנהגי היהודים, וחבשתי לראשי תרבוש במקום כובה איירופי, והתהלכתי בחוצות ירושלים בפרט בשבתות וימים טובים עטוף בטלית מצויצת כהלכה, כך נהגתי ימים ושנים (החלום ושברו ע 107)

אויף זיין וועג צו שוהל פלעגט ער טיילן זיסע שפייז פאר די קינדער אין ירושלים אזוי האט ער געוואלט פאנגען זייערע הערצער, ווען זיי האבן זיך געקלעבט צו אים האט ער גערעדט צו זיי אויף העברעאיש, זיי זאלן זיך לערנען.

ער האט אין ירושלים געטראפן זיינע חברים וואס זענען צוגעשטאנען צו זיין רעיון פון אויפלעבן די העברעאישע שפראך דאס זענען געווען די גרינדער פון העברעאיש ניסים בכר, יחיאל מיכל פינס, הירשנזון, דר. הרצבערג, און כאטש ער האט אויסגעזען אויסערלעך א פרומער איד, האט ער געהאט באהאלטענע אסיפות מיט זיי, עס פארציילט זיין חבר דוד יודילוביץ פון א שמועס וואס איז פארגעקומען ביי איינע פון די אסיפות שרייבט ער אזוי: אינדרויסן פון ירושלים אין א בוידעם פון מיכל פינס זענען זיך צוזאמענגעקומען די משכילים פון ירושלים טראכטען וויאזוי מען קען אויפלעבן די העברעאישע שפראך, אין שפיץ פון דער אסיפה איז געזעסן א יונגער מאן פון 21 יאר (בן יהודה).

רופט זיך אהן א אלטער מאן, אויפלעבן די שפראך ! זייער פיין, אויבער וויאזוי מאכן מען דאס ?

- איז בן יהודה מסביר: גאנץ פשוט אלע בתי ספר וואס שטייען שוין ביז היינט אין ארץ ישראל, ווי אויך די בתי ספר וואס מען וועט אויפשטעלן פון היינט און ווייטער, מוזן לערנען די העברעאישע שפראך און לעבן דערמיט, מען וועט לייגן א חוב אויף יעדען תלמיד - תלמידה אז זיי מוזען רעדן זיי צוושין זיך, סיי אין שטוב, סיי אינדערהיים, אין יעדן פלאץ נאר עברית, די זעלבע די אלטע לייט וואס וועלן האבן א שייכות צו אונז יידער מוז זיך לערנען צו רעדן העברעאיש, אין שטוב, ביי צוזאמענקומען און אין בית המדרש, און אפילו אין די גאסן.

וואס אין די גאסן ! וואונדערט זיך איינע פון די אנוועזענדע, וועט ווען מסכים זיין דערצו, זיך צו מאכן צו נאך ביי די אלע וואס גייען אין די גאסן, די קעסט דאס פוילען ווען א אשכנזי באגעגענט א ספרדי, ווייל זיי האבן דאך נישט קיין געמיינזאמע שפראך, וועלן זיי רעדן העבראייאיש, אבער ווען עס טרעפן זיך אין די גאס צוויי אשכנזים אדער צוויי ספרדים זאלן זיי זיך ברעכן די ציין און אנהייבן רעדן העברייאיש, אין די צייט וואס זיי קענען דאך רעדן גוט אידיש ? דאס וועט דאך זיין א שפאט און א געלעכטער !

אזוי איז עס, און דאס דארף זיין אונזער ארבייט, דאס איז די סיבה פארוואס מיר זיצען דא - האט דער יונגערמאן געשריגן מיט א פייערדיגן פנים (דאס איז געווען בן יהודה) (קובץ לזכרו שנת תרפ"ה עמוד 31).

די פרומע ירושלי'מער אידן כאטש זיין האבן גארנישט געהאט דערקעגן בן יהודה ווייל ער איז אויסערליך געגאנגען אנגעטוהן ווי א חרדי, דאך האבן זיי געשפירט אז עפעס איז נישט מיט אים ווי זיי ווילן, און האבן אנגעזאגט זייערע קינדער זאלן האבן צופיל צוטון מיט דעם מאדנעם איד פון אייראפע וואס רעדט נאר לשון קודש, בן יהודה פארציילט אז איינמאל איז ער געגאנגען שבת צופרי צו איד, און האט געהערט ווי דער איד מאכט קידוש, נאך קידוש ווייזט אים אהן דער איד אויף א ציגארעט ער זאל עס נעמען און פארייכערן... בן יהודה איז ערשטוינט געווען אז דער ירושלימער איד האט געכאפט ווער ער איז, אבער ער האט זיך ארויסגעדרייט זאגנדיג, איך רייכער נישט אפילו אינדערוואכן (חיי ומפעלו).

בן יהודה האט געשריבן מאמרים מען זאל רעדן לשון קודש אין דער חרד'ידשער צייטונג חבצלת, אבער אזוי ווי ער האט נישט געקענט דארט ארויס זאגן אלעס וואס ער האלט, ווייל דער ארויסגעבער איז געווען א חרדי האט ער אין יאר תרמ"ה — דריי יאר נאך דעם וואס ער איז ארויף קיין ארץ ישראל - אנגהויבן ארויס געבן זיין אייגענעם צייטונג מיט נאמן הצבי.

קעגן דער חלוקה פון די פרומע אידן

דער יישוב אין ארץ ישראל איז אין יענער צייט געווען - שנת תרמ"ה - רוב פרומע אידן, א קליינער חלק צווישן זיי איז געווען נישט פרומע אדער אינגאנצן פריי, דאס רוב ציבור זענען דאן ארויף ווייל זיי האבן דארט געוואלט אויסלעבן זייערע יארן מיט לערנען תורה, איי פון ווי וועט מען עסן ? קיין גרויסע פארדינסן האט מען דאן נישט געקענט מאכן אין ארץ ישראל, דעריבער איז געווען איינגעפירט אז די מענטשן פון חוץ לארץ האבן געשיקט געלטער פאר זייערע אידישע ברודער. דאס געלד איז געקומען צו א וועד אין ארץ ישראל וואס זיי האבן זיי פארטיילט. ווען עס האט זיך פארמערט נישט פרומע אידן אין ארץ ישראל, האבן זיי אויך געוואלט האבן א חלק וויאזוי צו פארטיילן די געלטער, אבער די פרומע האבן זיי נישט געוואלט. און דעריבער האבן טאקע די פרומע רבנים ווי רבי שמואל סאלאנט פון די אשכנזים און דער ראשון לציון פון די ספרדים רבי רפאל מאיר פאנאזיל, געהאט גאר א גרויסע השפעה אויף די יהדות אין ארץ ישראל, וויבאלד די געלד איז געקומען צו זיי.

בן יהודה צוזאמען מיט די נייע חברה אין יענע צייט חובבי ציון, האבן גוט פארשטאנען דעם באדייט פון די געלד'טער און האבן איינגעזעהן אז ווילאנג די פרומע רבנים טיילן די געלטער האבן זיי נישט קיין אויסזיכט פאר גארנישט, קיינער אין ארץ ישראל וועט זיי נישט הערן, עס איז א שאד יעדער ביסעל ארבייט, דעריבער האבן זיי אנגעהויבן פארשפרייטן מאמרים און קלאנגען אז די פרומע רבנים טיילן נישט די געלטער גלייך, זיי זענען נישט ביושר, בן יהודה האט אין זיינע מאמרים פון זיין צייטונג "הצבי" געשריבן לאנגע מאמרים דערפון. צו אים האט זיך צוגעשטעלט אלע פרייע שרייבער, און אלע וואס האבן געהערט צו די נייע אויפגעקומענע חבורות אין ארץ ישראל, זיי שרייבן אז רוב געלד וואס מען שיקט קיין ארץ ישראל קומט נישט אהן צו די איינוואונערס, נאר זיי ווערן פארטיילט צו נישט ריכטיגע מענטשן, ביי די נישט פרומע וועלט האט געהייסן איינער וואס לערענט נישט א "בטלן", און זיי די נייער קליינער אויפגעקומענער ציבור וואס וויל אויפארבעטען דאס לאנד האבן געהייסן די ריכטיגע מענשטן וואס דאס געלד דארף קומען, זיי שרייבן אז דאס געלד ווערט פארטיילט פאר בטלנים, מענטשן וואס טועהן דערמיט גארנישט, און דאס איז די סיבה פארוואס עס איז דא אין ארץ ישראל אזויפיל ארימקייט. דערמיט האבן זיי אנגערייצט אסאך מאסן מענטשן אויף די עהרליכע רבנים.

בן יהודה האט זיך נישט באגענונג דערמיט וואס ער געשריבן לאנגע מאמרים דערוועגן אין זיין צייטונג "הצבי", ער מיט זיינע חברים האבן אויך געשיקט לאנגע מאמרים אין די צייטונגען אין חוץ לארץ, פון וואו דאס געלד קומט, ער האט אנגערופן די צדקות פון רבי מאיר בן הנס, פון כולל וואלין, רייסין, גאליציע, אונגארן, זימבערגן, מיט די נעמען שנארערס און אויף לשון הקודש מיט דעם נאמען אנשי חלוקה, ער האט אזוי געשריבן אויך אין דעם "המגיד", "הצפירה", "המליץ".

דער ציל פון בן יהודה איז געווען אז אזוי ארום זאלן די מאסן מענטשן וויסן אז דאס געלד גייט בלויז פאר די פרומע, און עס ווערט אויסגעטיילט נישט גיט, נישט מיט יושר, אויב אבער מען וועט אויפהערן שיקן געלד פאר די פרומע קרייזען, פון היינט און ווייטער ווען מען שיקן די געלד פאר די "נישט" פרומע קרייזן ווי חובבי ציון און פאר "חברת תמיכה" פון די משכילישע קרייזן דאן וועלן זיי דאס יא אויסטיילן גוט. און ממילא ווער עס האט די מאה דער האט די דעה, אזוי וועלן די פרייע משכילים קענען צווינגען די מאסן מענטשן צו לערנען העברייאיש און זיך אנקערן צו חברת חובבי ציון.

די ערליכע רבנים האבן דאס נישט פארשוויגן, ספעציעל אז בן יהודה האט זייער מיאוס געשריבן אויף די רבנים ראשיים ווי רבי שמואל סאלאנט, און אין טאג פון י"ג תמוז אין יאר תרמ"ז זענען זיך צוזאמענגעקומען די פרומע חכמים און רבנים פון ארץ ישראל, סיי פון די אשכנזים סיי פון די ספרים און מען האט אפגעשריבן א חרם קעגן בן יהודה, זיי האבן אויך גא'אסר'ת זיין צייטונג דער "הצבי", און שרייבן דערויף ווען עס ליינט דאס איז גלייך ווי ער ליינט אין ספרים חיצונים, און ער איז בלטותא דרבנן דלית ליה אסוותא. דער חרם איז געדרוקט אין חבצלת שנת תרמ"ז גליון 33. בן יהודה האט גלייך פארשטאנען אז ער וועט ווייטער אזוי נישט האבן קיין הצלחה ווייל עס איז דא אין ארץ ישראל זייער א קליינער ציבור מענטשן וואס וועלן נישט צוהערן דעם בתי דין, און ער וועט פארלירן זיין השפעה, דעריבער האט ער זיך איבערגעבעטן מיט די רבנים, און מען האט אראפ גענומען דאס חרם. אבער עס האט נישט לאנג אנגעהאלטן, בן יהודה האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, ער האט געזעהן אז די פרומע רבנים שטערן אים אין זיין ציל, צו פערמערן די שיטה פון ציוניזעם און אויסלערנען דאס גאנצע פאלק רעדן די נייע שפארך, ער האט גלייך דערנאך ווייטער געשריבן שפיזיגע מאמרים און שטעכעדיגע רייד אויף אלע פרומע ערליכע רבנים, ווען די רבנים האבן געזען אז ער שרייבט ווייטער אזוי, האבן מען אים ווייטער געלייגט אין חרם. און מען האט אים דערווייטערט פון אידן.

זיין פרוי שרייבט איבער דעם חרם די ווערטער: דער חרם אויף בן יהודה האט מען מודיע געווען אין אלע גאסן, אז דער צייטונג "הצבי" איז אין חרם, און מען טאר עס נישט ברענגען אין קיין שום אידישע שטוב, קיין שום יהודי טאר נישט דערין ליינען, מען מוז זיך דערווייטערן דערפון פיהר איילן, אט דעם חרם האט מען געקלעבט אין די גאסן ערב שבת. זיך פארציילט אויך אז צום דעם חרם האט מען געקלעבט א צעטל מיטן נאמען "אתה חושב כי רמית אותנו" ווי די חרדים שרייבן פאר בן יהודה, די מיינטס אז מיט דיין לאנגע קאפאטע מיט וואס די ערשיינסט האסטו אונז אפגענארט ! מיט דיין לאנגער בארד און לאנגן טלית! ניין די ביסט א אפיקורס און א צבוע, מיר וועלן פון היינט און ווייטער וויסן ווי זיך צו היטן פון דיר און נישט ווערן געכאפט אין דיין נעץ (חייו ומפעלו עמוד 35).

זיינע מערכות אין ארץ ישראל קעגן די חרדים

נאך דעם וואס בן יהודה האט פארשטאנען אז ער וועט ביי די פרומע שוין גארנישט אויפטועהן, זיי האבן אים שוין געלייגט אין חרם און קיינער פון זיי איז נישט אינטערסירט אין אים, נו פארוואס דעמאלטס דארף ער ווייטער זיין פרום ? פארוואס דארף ער אויסזעהן ווי א דתי, דעריבער איז ער אריבער אויף די צווייטער זייט עקסטרעם, ער האט זיך אראפגענומען זיין בארד, זיך אויסגעטוהן זיינע פרומע קליידער, אויסגעטוהן זיין קאפעל פון קאפ אין געווארן א אנטי דת מאן, פון דאן און ווייטער האט ער זיך גענומען שרייבן אויף די פרומע מיט שטארקייט, ער האט זיי אנגעגרופען ביי יעדע געלעגענהייט, אינעם צייטונג "הדואר" איז געדרוקט אין יענער צייט לאנגע ארטיקעלן און מאמרים וואו ער פארפירט און שרייעט און לארימט קעגן עהרליכע אידן. ער איז ארויס געקומען מיט זיינע ריכטיגע שיטות און זיינע שטרעבונגען. זיין תלמיד דר. יוסי קלוזנר שרייבט: עס איז גריגנג צו פארשטיין ווי די אידן פון ירושלים, ספעציעל די אשכנזים, האבן אנגענומען אים, זעעהנדיג אז ער האט געבראכן אלע סארט געזעצען פון דת אפענערהייט, און ער גרייפט אהן דעם דת (מפעל חייו עמוד 19).

אויך זיין פרוי שרייבט אזוי: בן יהודה האט אצינד שוין איינגעזעהן אז עס איז געווען א טעות פון זיין זייט נאכגעבן פאר די פרומע און זיי ווייזען אז ער איז פרום, דערמיט וועלן זיי נאכנישט וועלן הערן וואס ער רעדט און זאגט, ער האט פארשטאנען אז כדי אריין ברענגען זיינע שיטות מוז ער שרייבן אסאך אין צייטונגען מיט א "תעלומה בלתי פוסקת", דעריבער האט בן יהודה אראפגעווארפען פון זיך דעם לבוש פון ירושלים, אפגעשניטן זיינע פאות, אויפגעהרט צו גיין אין בית המדרש, אויסגעטוהן זיין טלית, פלוצלונג איז בן יהודה געווארן ארגינאל, אזוי ווי ער איז נאר וואס געקומען פון פאריז (חייו ומפעלו ע' 36). ער האט דירעקט נישט געהיט שבת און יום טוב, דירעקט געגעסן עסן וואס איז נישט כשר (שם ע' 31).

אין יענע צייט כאטש די נישט פרומע האבן געהאט שטארקע חילוקי דעות מיט די פרומע, און זענען געווען אפגעטיילט, דאך האבן זיי זיך נישט געזיכט צו שלאגן און אנגרייפן די פרומע וויסענדיג אז דער פרומע ישוב איז דער רוב, אבער אנדערש איז געווען בן יהודה וואס האט זיך נישט אפגעהאלטן פון גארנישט, ער איז ארויס מיט א גרויסע מלחמה קעגן דעם ישוב הישן און קעגן אלעס וואס האט מיט דת (מעלות ע' 91).

עס איז זעלבסט פארשעטנדליך אז די פרומע זענען אים נישט שולדיג געבליבן און האבן אים געענפטערט מיט אלעס מעגליך, זיין ווייב פארציילט "די פרומע האבן געזעהן אין מיין מאן בן יהודה דער שורש פון אלדינג שלעכטס, דער ישוב הישן האט אים גערודפט, דער אמת איז אז ביים ישוב הישן איז אלעס וואס איז ניי געווען שלעכטס, די מושבות זענען געווען אין חרם ווייל זיי האבן נישט געהיטן שמיטה, די בתי ספר מיט זייער מורים און די תלמידים מיט די עלטערע זייערע אלעס איז געווען אין חרם (חייו ומפעלו ע' 44). קלוזנער שרייבט: די קנאים האבן אים געלייגט אין חרם אסאך מאל מען האט געצינדן שווארצע ליכט מיט שופרות ביים כותל המערבי.


אויסגערופען א מרידה קעגן טערקיי

זיין שטרעבונג

זיין שטרעבונג איז געווען אזוי ווי די מיינונג פון די ערשטע ציונים, אז מען זאל זיין א יוד אהן קיין תורה געזעצץ, אלעס וואס מען דארף האבן צו זיין א איד איז צוויי זאכן, א לאנד און א שפראך, דת תורה אליין איז גארנישט, (מפעל חייו ע' 19). כדי צו ווייזען פאר יעדען אז מען קען זיין א איד אהן היטן שבת, האט ער געשריבן א הודעה אין צייטונג "הדואר" "ליל השבת" האדון והגברת בן יהדוה מתכבדים להודיע לכל וכו' קבלת אורחים מדי שבוע בשבוע בלילות השבת וכו', כל מי שרוצה לדבר בנוגע להלשון העברית או לשאלו אחרות יקובל בעת הבקור הכללי וכו'"

ער האט זיך און זיין פרוי און זיינע קינדער פארצייכנט אז זיי זענען בני בלי דת, דאס הייסט זיי באלאנגען נישט צו קיין גלויבן און אידישע געזעצען, נאר צו דאס אידישע פאלק, זיין הויפט מיינונג איז אז די אידישע לאומיות באשטייט פון דריי זאכן, שפאראך, מענטליכקייט, און אויפבויען דאס ערד פאר א מדינה (מפעל חייו).

בן יהודה איז געוען פון די פירענדע ציונים אין ארץ ישראל, ער האט זיך אוועק געגעבן צו שרייבן זיינע ביכער "מילון העברי" גאר אסאך.

כדי דוכרפירן זיין שטראבונג האט ער געגרינדעט זיין ערשטע חברה אין ארץ ישראל מיטן נאמען תחיית ישראל, איינע פון איהר יסודות איז געווען "תחיית הלשון העברית בדיבור" (מפעל חייו עמוד 51) אבער ער האט מיט די חבורה נאך נישט געהאט קיין הצלחה, שפעטער אין יאר תרמ"ט האט ער געמאכט די חבורה "וועד הלשון העברית" (וואס מיט די צייט האט זיך געטוישט דעם נאמען צו "האקדמיה ללשון העברית").

ער האט פראדוצירט דאס ערשטע העברעישע ווערטערבוך וואס האט צוזאמלט אלע העברעישע ווערטער פון אלע צייטן (זינט די צייטן פון תנ"ך), אויך האט ער ערקלערט פיל נייע העברעישע ווערטער.

זיין משפחה

ער האט געהייראט מיט זיין פרוי דבורה יונס פון שטאט ווין, זי איז געווען די טאכטער פון שלמה נפתלי הירץ יונאס, אויך א באקאנטער קלוגער געלערנטער משכיל פון זיינער צייט.

אויך זיין פרוי האט אים אסאך געהאלפן, זי איז ארום געפארן אין פארשידענע מושבות און געגענטער אין ארץ ישראל אויסלערנען אידן די נייע שיטה פון ציוניזים, אז מען קען זיין א עכטער איד, אהן היטען די תורה בלויז מיט האבן א לאנד און רעדן די העבראישע שפראך, דאס איז געווען ביי יעדען א נייע זאך, און זי האט דאס זיי אויפגעקלערט מיט איהר דרשות.

דער צייטונג חבצלות פארציילט א פאסירונג מיט זיין פרוי, ווען זי איז ארום געגאנגען אין איינע פון די שטעטליך ארום ארץ ישראל, זי האט גערעדט בלויז עברית, די יודען פון דעם שטעטל האבן דאס אנגעקוקט פאר א גרויסע מעלה א פרוי זאל רעדן בלויז לשון קודש, און נאך דערצו זי קומט פון ירושלים, זיי האבן פארן כבוד פון ירושלים געמאכט א סעודה און איהר געלאדענט דארט אויפטרעטן א דרשה, אבער זי האט זיי אנטוישט, זי האט פארציילט ביי די סעודה וואס פארא השפעה איהר מאן האט אויף די יונגען אין ירושלים, ווי ווייט ער רייסט אפ דת פון יודען, זי האט פארציילט איהר מאן האט אזוי שטארק פיינט יעדער זאך וואס האט מיט דת, אז ער מיט א גאנצע חברה נעמען זיך צוזאם יעדן יום הכיפור אין זייער חצר, און מאכן דארט א ריזין סעודה מען עסט און טרינקט, און מען טאנצט צוזאמען, די פארזאמעלטע זענען דערשטוינט געווארן פון אזא סארט זאך ווייל דעמאלטס איז עס נאך נישט געווען אין ערגעץ.

בן יהודה איז געווען אזוי צוגעבונדען דעם שפארך, אז ווען זיין זיהן בן ציון בן יהודה איז געבוירן האט ער אפגעמאכט ער וועט בכלל נישט רעדן מיט אים נאר העברייאש, ער האט אפגעמאכט אז ער וויל נישט זיינע קינדער זאלן האבן א שייכות מיט די גאס ארום, ווייל אנדערע קינדער רעדן דאך אידיש, אדער ספרדית, און זיינע קינדער וועלן נאך פארגעסן דאס לשון קודש שפראך, דעריבער האט ער זיי נישט געלאזט האבן מיט קיינעם קיין שייכות ער האט זיי איינגעשפטרט ביי זיך אין שטוב, ביז דריי יאר האט דאס קינד בכלל נאך נישט געקענט רעדן געהעריג (חיי ומפעלו ע' 25).

זיין חבר יחיאל מיכל פינס האט אים אמאל געבעטן ער זאל עס נישט טוהן, ווייל זיין זון קען אויפוואקסן נישט נארמאל, ער קען נישט געהעריג רעדן, ער האט נישט קיין חברים ווייל קיינער קען נאך נישט די שפראך, אבער בן יהודה איז געווען פאר'עקש'נט, ער האט גע'טענה'ט מען זון דארף זיין א סעמפעל א ראיה פאר אנדערע, ער האט דאן געזאגט: "כדאי הוא הלשון העברית לאבד על ידה את כשרונות בנו" (מפעל חייו עמוד 14) עס איז כדאי דעם העבראישער שפראך אז די כשרונות פון מיין קינד זאל פארלוירן ווערן.

עס דארף באטאנט ווערן וואס די פרומע אידן האבן דאן געזאגט, אז נאך דעם וואס די חכמים און רבנים אין ירושלים האבן אים מחרים געווען האט ער אין פאקט געליטן גאר אסאך, פיר חדשים נאכן חרם איז זיין ערשטע פרוי געשטארבן פון דער ביטערער מחלה פון אסכרה, אויך זענען דאן געשטארבן זיינע דריי קינדער זיין זון אבי חיל, און זיינע צוויי טעכטער עטרת און שלומית. ווי זיין תלמיד פארציילט האט די מאמע פון בן יהודה געזאגט אז זי זעט אין דעם דעם "אצבע אלקים" א צייכן פון גאט וויבאלד ער קריגט זיך מיט די פרומע (חייו ומפעלו ע' 43).

זיין טויט

בן יהודה איז געשטארבן אין יאר תרפ"ג כ"ו כסלו.

זיין השפעה אויף שפעטער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!