אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אהרן חדש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – " חשוון" ב־" חשון")
 
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|משגיח אין מירער ישיבה}}
רבי '''אהרן דוד חדש''' (תרצ"א – [[י"ז כסלו]] [[ה'תשפ"א]]) איז געווען לאנגע יארן דער [[משגיח]] אין [[מירער ישיבה|ישיבת מיר]] אין [[ירושלים]].
רבי '''אהרן דוד חדש''' (תרצ"א – [[י"ז כסלו]] [[ה'תשפ"א]]) איז געווען לאנגע יארן דער [[משגיח]] אין [[מירער ישיבה|ישיבת מיר]] אין [[ירושלים]].


שורה 21: שורה 22:
* זיין ברודער רבי נפתלי חדש, איידעם פון הרב פסח קוקיס, רב פון [[בת ים]] (אן איידעם פון הרב רפאל קאצנעלבויגן), משגיח פון אור אלחנן.
* זיין ברודער רבי נפתלי חדש, איידעם פון הרב פסח קוקיס, רב פון [[בת ים]] (אן איידעם פון הרב רפאל קאצנעלבויגן), משגיח פון אור אלחנן.
* רבי יוסף חדש. איידעם פון רבי נחום קאסטנר, ר"מ אין דער מירער ישיבה.
* רבי יוסף חדש. איידעם פון רבי נחום קאסטנר, ר"מ אין דער מירער ישיבה.
* שולמית, ווייב פון רבי ברוך מרדכי אזרחי, ראש ישיבה פון [[עטרת ישראל]]
* שולמית, ווייב פון [[רבי ברוך מרדכי אזרחי]], ראש ישיבה פון [[עטרת ישראל]]


== דרויסנדיגע לינקס ==
== דרויסנדיגע לינקס ==
שורה 37: שורה 38:
[[he:רבי אהרן חדש]]
[[he:רבי אהרן חדש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 16:07, 30 אקטאבער 2023

רבי אהרן דוד חדש (תרצ"א – י"ז כסלו ה'תשפ"א) איז געווען לאנגע יארן דער משגיח אין ישיבת מיר אין ירושלים.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין ירושלים, י"ד חשון ה'תרצ"א צו זיין טאטע דער חברונער משגיח רבי מאיר חדש און זיין מאמע צביה.

אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת תפארת צבי און ישיבת חברון.

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי חיים זאב פינקל, דער משגיח פון ישיבת מיר. ווען זיין שווער איז נפטר געווארן, אין יאר תשכ"ה, האט ער איבערגענומען זיין פאזיציע פון דינען אלס משגיח – א פאזיציע וואס ער האט אנגעהאלטן איבער 55 יאר.

ער פלעגט זיצן און לערנען לאנגע שעות אין דער ישיבה. ער האט געקענט פערזענליך כמעט אלע פון די טויזנטער תלמידים, פאר וועם ער האט געדינט אלס מוסטער. אפילו אויף דער עלטער ווען ער איז שוין נישט געזונט געווען, פלעגט ער קומען אין ישיבה לערנען מיט א מסירת נפש.

ער איז ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט דעם ביטערן קאראנאווירוס, און נאכן וויילן עטליכע וואכן אין הדסה עין כרם שפיטאל איז ער נפטר געווארן י"ז כסלו, ה'תשפ"א צופרי, אין עלטער פון 90 יאר.

טויזנטער האבן זיך באטייליגט ביי זיין לויה, וואס איז פארגעקומען ביי ישיבת מיר אין ירושלים, און ער איז געקומען לקבורה אין הר המנוחות.

משפחה

זיינע געשוויסטער

  • זיין ברודער הרב משה מרדכי חדש, איידעם פון רב יהושע דוב לאפין און ראש ישיבה פון אור אלחנן אין ירושלים.
  • זיין ברודער רבי נפתלי חדש, איידעם פון הרב פסח קוקיס, רב פון בת ים (אן איידעם פון הרב רפאל קאצנעלבויגן), משגיח פון אור אלחנן.
  • רבי יוסף חדש. איידעם פון רבי נחום קאסטנר, ר"מ אין דער מירער ישיבה.
  • שולמית, ווייב פון רבי ברוך מרדכי אזרחי, ראש ישיבה פון עטרת ישראל

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!