אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וואלפיש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
(7 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = infraorder of mammals|העב=סדרה של יונקים ימיים|דייטש=Ordnung der Klasse Säugetiere (Mammalia)|}}
[[טעקע:Fin whale from air.jpg|קליין|250px|א וואלפיש]]
[[טעקע:Fin whale from air.jpg|קליין|250px|א וואלפיש]]
{{Taxobox
{{Taxobox
שורה 39: שורה 40:
יעדעס מאל ער וויל אטעמען (ער אטעמט נישט די גאנצע צייט ווי מענטשן און חיות ווי מיר וועלן באלד זען) שווימט ער ארויף צום אויבערפלאך און שטעקט ארויס נאר די אויבערשטע טייל פון זיין קערפער און דאן ציט ער איין א ספעציעלע מוסקל וועלכע האלט פארמאכט זיין בלאזלעכל און אין דער מאמענט בלאזט ער ארויס אלע גענוצטע לופט און אטעמט אריין פרישע לופט. ווען ער איז פארטיג לאזט ער נאך זיין מוסקל און דאס לעכל פארמאכט זיך און ער שווימט צוריק אראפ אין ים.  
יעדעס מאל ער וויל אטעמען (ער אטעמט נישט די גאנצע צייט ווי מענטשן און חיות ווי מיר וועלן באלד זען) שווימט ער ארויף צום אויבערפלאך און שטעקט ארויס נאר די אויבערשטע טייל פון זיין קערפער און דאן ציט ער איין א ספעציעלע מוסקל וועלכע האלט פארמאכט זיין בלאזלעכל און אין דער מאמענט בלאזט ער ארויס אלע גענוצטע לופט און אטעמט אריין פרישע לופט. ווען ער איז פארטיג לאזט ער נאך זיין מוסקל און דאס לעכל פארמאכט זיך און ער שווימט צוריק אראפ אין ים.  


פאר א מענטש צו זען זיין אטעם איז אינטרעסאנט. ווען ער בלאזט ארויס זיין גענוצטע לופט קומט דאס ארויס מיט א שטארקע קראפט און מאכט א הויכע גערודער וועלכע קען געהערט ווערן פון זייער ווייט. מיט די אויגן זעט מען ארויסקומען וואסער אבער אין פאקט איז דאס לופט וועלכע ווערט פליסיג וויבאלד דער טעמפרעאטור פון זיין לופט איז פיל ווארימער ווי די לופט העכער'ן ים און דאס ווערט פארע.
פאר א מענטש צו זען זיין אטעם איז אינטערעסאנט. ווען ער בלאזט ארויס זיין גענוצטע לופט קומט דאס ארויס מיט א שטארקע קראפט און מאכט א הויכע גערודער וועלכע קען געהערט ווערן פון זייער ווייט. מיט די אויגן זעט מען ארויסקומען וואסער אבער אין פאקט איז דאס לופט וועלכע ווערט פליסיג וויבאלד דער טעמפרעאטור פון זיין לופט איז פיל ווארימער ווי די לופט העכער'ן ים און דאס ווערט פארע.
   
   
טייל וואל פישן האבן צוויי בלאזלעכער און יעדע וואל פיש האט אן אנדערע וועג וויאזוי ער בלאזט ארויס זיין לופט אן די וואס קענען זיך אויס מיט וואל פישן וועלן דערקענען וואספארא סארט פיש דאס איז דורך זען זיין לופט ארויסקומען.
טייל וואל פישן האבן צוויי בלאזלעכער און יעדע וואל פיש האט אן אנדערע וועג וויאזוי ער בלאזט ארויס זיין לופט אן די וואס קענען זיך אויס מיט וואל פישן וועלן דערקענען וואספארא סארט פיש דאס איז דורך זען זיין לופט ארויסקומען.
שורה 93: שורה 94:


[[sq:Balena]]
[[sq:Balena]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:לווייתנאים]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:50, 26 אקטאבער 2023

א וואלפיש
וואלפישן
הויקער-וואלפיש breaching
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
אָפטייל: כארדאטן
קלאַס: זויגערס
Diversity
אומעגעפער 88 זגאלן
Suborders

פישביין וואלפישן
ציינוואלפישן
Archaeoceti
(see text for families)

די וואלפישן (Cetacea) זענען א טאלק פון זויגערס מיט אומגעפער 80 זגאלן, וואס לעבן אין וואסער. ס'איז פאראן צוויי אונטערזגאלן, די פישביין וואלפישן (Mysticeti), וואס דערנערן זיך דורך פילטרירן פלאנקטאן און זענען די גרעסטע בעלי חיים אויף דער ערד, און די רויבערישע ציינוואלפישן (Odontoceti). דער וואלפיש איז, טראץ זיין נאמען, נישט קיין פיש נאר א "פירפיסיקער" בעל חי וואס וואוינט אין וואסער.

דער וואלפיש איז דאס גרעסטע באשעפעניש אין וואסער און אויך אויף דער יבשה.

געבוי און אטעם-סיסטעם

וואלפישן דארפן האבן לופט צו אטעמען און זיי פארמאגן ווארעם בלוט, א זאך וואס קיין פיש אין ים האט נישט.

וויסנשאפטלער פארשטייען נאך היינט נישט וואספארא סארט באשעפעניש דאס איז און טייל ווילן זאגן אז דאס איז אמאל געווען א באשעפעניש וואס האט געלעבט אויף דער יבשה און במשך די יארן האט דאס אנגעהויבן גיין אין וואסער און זינט די ניי-געבוירענע זענען געבוירן אין וואסער איז דאס עווענטועל געווארן א ים-באשעפעניש. וויאזוי אימער, איז דאס א וואונדערליכע באשעפעניש וועלכע קען לעבן אויף דער יבשה און אין וואסער.

אבער וואו אימער דער וואלפיש וועט זיך געפינען וועט ער האבן פראבלעמען. אין וואסער קען ער גוט שווימען און האט אסאך עסן אבער ער דארף ארויפקומען יעדע שטיק צייט צו אטעמען לופט גענוי ווי א מענטש וואס שווימט אין וואסער.

אויב געפינט ער זיך אויף די יבשה קען ער זיך שווער רירן צוליב זיין וואג און דארט האט ער נישט וואס צו עסן.

דער וואלפיש פארמאגט א ריזיגע וויידל וועלכע ווערט צעטיילט אין צוויי ביי די עק גענוי ווי דער הינטערשטער פליגל פון א פליגער. מיט זיין וויידל שווימט ער אבער אנדערש ווי אלע אנדערע פישן רוקט ער די צוויי טיילן ארויף און אראפ אנשטאט זייטיג. ער פארמאגט אויך צוויי אזויגערופענע פליפערס וועלכע זענען ווי זיינע הענט און מיט דעם קאנטראלירט ער זיך פון רעכטס צו לינקס. געוויסע וואל פישן פארמאגן אויך שווים פענכער ווי אלע פיש וועלכע העלפט זיי באלאנסירן זייער קערפער בשעת זיי שווימען.

דער וואלפיש אטעמט און פארשטייט זיך אז ער קען נישט אטעמען אונטערן וואסער און ער וועט דארפן ארויפקומען אויפ'ן אויבערפלאך שעפן אביסל פרישע לופט. צו דעם פארמאגט ער א נאז וועלכע ווערט גערופן דאס בלאזלעכל וועלכע ליגט אויף דער אויבערשטער טייל פון זיין קאפ כדי ער זאל נישט דארפן אינגאנצן ארויסקומען פון וואסער יעדעס מאל ער וויל אטעמען.

יעדעס מאל ער וויל אטעמען (ער אטעמט נישט די גאנצע צייט ווי מענטשן און חיות ווי מיר וועלן באלד זען) שווימט ער ארויף צום אויבערפלאך און שטעקט ארויס נאר די אויבערשטע טייל פון זיין קערפער און דאן ציט ער איין א ספעציעלע מוסקל וועלכע האלט פארמאכט זיין בלאזלעכל און אין דער מאמענט בלאזט ער ארויס אלע גענוצטע לופט און אטעמט אריין פרישע לופט. ווען ער איז פארטיג לאזט ער נאך זיין מוסקל און דאס לעכל פארמאכט זיך און ער שווימט צוריק אראפ אין ים.

פאר א מענטש צו זען זיין אטעם איז אינטערעסאנט. ווען ער בלאזט ארויס זיין גענוצטע לופט קומט דאס ארויס מיט א שטארקע קראפט און מאכט א הויכע גערודער וועלכע קען געהערט ווערן פון זייער ווייט. מיט די אויגן זעט מען ארויסקומען וואסער אבער אין פאקט איז דאס לופט וועלכע ווערט פליסיג וויבאלד דער טעמפרעאטור פון זיין לופט איז פיל ווארימער ווי די לופט העכער'ן ים און דאס ווערט פארע.

טייל וואל פישן האבן צוויי בלאזלעכער און יעדע וואל פיש האט אן אנדערע וועג וויאזוי ער בלאזט ארויס זיין לופט אן די וואס קענען זיך אויס מיט וואל פישן וועלן דערקענען וואספארא סארט פיש דאס איז דורך זען זיין לופט ארויסקומען.

זינט זיין לעבן איז אין וואסער קען ער נישט קומען אטעמען יעדע צוויי מינוט און ער איז באשאפן געווארן מיט א ספעציעלע לונגען סיסטעם וועלכע נעמט אריין א געוואלד אקסיגן וועלכע איז גענוג פאר א לאנגע צייט. א מענטש'נס לונגען האלט נאר 15 פראצענט פון די אקסיגן וואס ער אטעמט אריין אבער א וואל פיש האלט 90 פראצענט דערפון און דאס לאזט אים זיך דרייען אין וואסער.

די צייט וואס דער וואלפיש קען זיך דרייען אין וואסער ביז ער דארף נאכאמאל קומען פאר פרישע לופט איז געוואנדן לויט זייערע סארטן. עס הייבט זיך אן פון 30 מינוט און גייט ביז צוויי שטונדן וועלכע איז דער ביעקט וואלפיש. דאס איז א באזונדערע וואונדער וועלכע סייענטיסטן קענען נישט פארשטיין ווייל לויט ווי גרויס און שווער דער וואלפיש איז וואלט זיין לופט נישט געווען גענוג פאר זיין בלוט פלוס. דער וואלפיש דארף מאכן א דייוו אריין אין וואסער יעדעס מאל נאכ'ן אויפנעמען פרישע לופט און ער זיצט נישט אין וואסער אבער האט דאך גענוג לופט.

דער וואל פיש האט ווארימע בלוט און דארף בלייבן ווארים גענוי ווי מענטשן אין בהמות. אבער אין ים איז זייער קאלט ווייל די זון שיינט נישט אריין דארט און דער וואל פיש וואלט געפרוירן צום טויט, ספעציעל אין דער ווינטער. צו דעם פארמאגט ער א דיקע שיכט פון פעטנס ארום זיין קערפער וועלכע באשיצט אים פון קעלט. נישט שטענדיג איז פאראן גענוג עסן אין ים און דערפאר וועט דער וואלפיש זיך שטענדיג אוועקלייגן עקסטערע פעטנס ער זאל האבן גענוג ווען עס וועט אויספעלן.

שלאפן איז זיין צווייטע גרעסטע פראבלעם וואס נאר ער פארמאגט. מענטשן, חיות, און בהמות דארפן נישט זיין וואך צו אטעמען און עס אטעמט זיך פון זיך אליינס אפילו אינמיטן שלאף. פיש וואס שלאפן האבן אויך נישט דעם פראבלעם ווייל זיי אטעמען וואסער. אבער דער וואל פיש קען נישט שלאפן רואיג ווייל ער מוז זיין וואך צו געדענקן אז ער דארף גיין אטעמען. אויב שלאפט ער וועט ער מעגליך פארגעסן צו גיין אטעמען און ווען ער וועט זיך דערוועקן וועט שוין זיין צו שפעט.

למעשה שלאפט ער יא און דאך וועקט ער זיך אויף אין צייט צו גיין נעמען דעם אטעם. פארשער זאגן אז שטענדיג שלאפט נאר איין האלב פון זיין מוח און די אנדערע האלב מאכט זיכער צו באקומען לופט און שפעטער טוישט זיך עס און די אנדערע האלב מוח באקומט שלאף.

א דריטע פראבלעם וואס דער וואל פיש האט איז וואסער דרוק. א מענטש און א בהמה קענען נישט גיין צו טיף אונטערן וואסער ווייל ווי טיפער אלץ שווערער ווערט דאס וואסער העכער זיי און ביי א געוויסע פונקט וועט די דרוק פון אינדרויסן ווערן שטערקער ווי דער קערפערליכער אינערליכער דרוק וועלכע איז די לופט אין די לונגען. אין אזא פאל וועט דער גאנצער ברוסט קאסטן זיך איינברעכן און מען וועט שטארבן. פיש האבן נישט דעם פראבלעם ווייל זיי האבן נישט קיין ברוסט קאסטן און נישט קיין לונגען. אבער דער וואלפיש האט יא לונגען און ער האט דעם פראבלעם פון וואסער דרוק.

דער געביין פון דעם וואלפיש איז דערפאר א ווייכע און לאזט זיך צונויף לייגן ווען ער גייט אראפ טיף אין ים און די לופט אין די לונגען ווערט צונויפגעדרוקט און האלט א באלאנס צווישן די אינערליכע און אויסערליכע דרוק וואס לאזט אים איבערלעבן. נישט יעדע סארט וואלפיש גייט אראפ זייער טיף אבער טייל פון זיי גייען אזוי טיף ווי 7,000 פיס וואו זיי יעגן אנדערע פיש וועלכע שווימען אזוי טיף.

גרויס

דער גרעסטער וואלפיש איז דער בלויער וואלפיש וועלכער קען וואקסן ביז 100 פיס לאנג, וועגט 150 טאן (פונט 300,000). דאס איז א מאנסטער באשעפעניש גרויס ווי א 10 שטאקיגע געביידע מיט א הארץ אזוי גרויס ווי א דורכשניטליכער אויטא און א צינג גענוג גרויס צו קענען ארויפנעמען 50 מענטשן. אויב דער פיש זאל עפענען זיין מויל וואלט מען געקענט אריינשפאצירן שטייענדיג.

אבער נישט אלע וואל פישן זענען אזוי גרויס. די קליינע פון זיי וועלכע מיר זעען אין חיות גארטן זענען נישט מער ווי 30 פיס לאנג און וועגן 6 טאן. אויך נישט קליין! עס איז די לענג פון די הייך פון 5 מענטשן און וועגט וואס 58 מענטשן וועגן אינאיינעם.

פאנגען און עסן

עס זענען פאראן א סך הכל פון 75 ערליי וואלפישן פון וועלכע טייל האבן ציינער און טייל נישט. די וואס האבן ציינער נוצן זייערע ציינער צו דערשטעכן זייערע קרבנות בעפאר זיי הייבן אן די סעודה גענוי ווי שארק פישן. די וואס האבן נישט קיין ציינער קענען נאר פאנגן גרינגע קרבנות דורך עפענען זייערע גרויסע מיילער און איינשלינגן הונדערטער קליינע פיש וועלכע שווימען אין גרופעס. וואל-פישן עסן אלע סארט פיש און ים חיות און אויך אנדערע וואלפישן און אויב זיי וועלן נישט קענען אליינס בייקומען איינע פון זיי וועלן זיי ארבעטן עטליכע אינאיינעם און ארומרינגלן זייער קרבן און צוזאמען אטאקירן.

וואלפישן האבן ספעציעלע חושים צו דערשמעקן זייערע קרבנות ווי אנדערע פיש און חיות. זיי האבן זייער גוטע אויערן (ליגט נעבן זייערע אויגן) און קענען הערן פון זייער ווייט ווען אנדערע פיש שווימען אין די געגענט. זיי וועלן אפילו הערן וועלכע סארט פיש זענען דארט און וועלן לויט דעם באשליסן אויב עס איז ווערט צו גיין נאך זיי אדער נישט. נאכמער, זיין וועלן קענען הערן וואו ווייט די קרבנות געפינען זיך דורך אפטייטשן ווי שטארק די ווידער קול איז נאכדעם וואס עס דעגרייכט צו זייערע אויערן. פארשער זאגן אז זייער מוח פארנעמט מער פלאץ פאר הערן אינפארמאציע ווי זען אינפארמאציע, פונקט פארקערט ווי מענטשן. דאס איז ווייל אין ים איז טונקל און מען דארף פארשטיין די ענווייראמענט ארום זיך דורך הערן.

די וואלפישן וועלכע האבן נישט קיין ציינער פארמאגן שפיצן לענגאויס זייער מויל וועלכע איז פון די זעלבע סארט ווי אונזערע נעגל. מיט דעם פילטערן זיי אויס וואס זיי שלינגן איין און בלאקירן די פיש וואס זענען שוין אין מויל פון קענען צוריק ארויסגיין. זיי וועלן נוצן פארשידענע טאקטיקן צו צעמישן זייערע קרבנות און דאן וועלן זיי קענען גרינג איינשלינגן. א ביישפיל פון א טאקטיק איז מאכן באבעלס ארום א גרופע פיש וואס דעשרעקט די פיש און זיי האלטן זיך אינאיינעם. דאן וועט דער וואל-פיש עפענען זיין מויל און אהינשווימען מיט א שנעלקייט און זיי אלע איינשלינגן.

וואלפישן מאכן קולות צו קאמיוניקירן איינע מיט די אנדערע. זייערע קולות ווערט געמאכט דורך רוקן וואסער פון איין פלאץ צו די צווייטע נעבן דעם בלאזלעכל און דאס מאכט א הויכע גערודער. יעדע סארט וואל-פיש מאכט אנדערע סארט קולות און זכרים מאכן אנדערע קולות ווי נקבות. פארשער ווייסן נישט גענוי פארוואס זיי קאמיוניקירן און וואס זייערע סיגנאלן און קולות מיינען און זענען ביי דער מיינונג אז זיי זענען זייער קלוגע באשעפענישן וועלכע פארשטייען אן עסק און געבן איבער נייעס איינע פאר די אנדערע.

זייער לעבן

וואלפישן געפינען זיך אין אלע גרויסע אקעאנען און שווימען זייער ווייטע שטרעקעס זייער שנעל. די וואס דרייען זיך אין קאלטע ראיאנען וועלן געווענליך אוועקשווימען אין דער ווינטער אין וואסערן נענטער צו דעם עקוואטאר וואו עס איז ווארימער. אבער ווי נאר דער ווינטער וועט זיין פאראיבער וועלן זיי שנעל צוריק קומען ווייל דעמאלט ווערן געבוירן אלע נייע פישן און זיי האבן אסאך עסן.

געוויסע וואלפישן שווימען נישט אוועק פון קאלטע פלעצער אפילו אין די פרעסטן און אנדערע שווימען כסדר ארום די וואסערן גייענדיג טויזנטער מיילן אין בלויז עטליכע וואכן. פארשער קוקן נאך טייל פון זיי און זאגן אז פון די סארט זענען פאראן זייער אסאך וועלכע שווימען ארום די גאנצע ערד קוגל אין זייער 70 יעריגע לעבן. וואל-פישן האבן א גוטע זכרון און וועלן געדענקן פון איין סעזאן צו די צווייטע וואו צו גיין.

ניי געבוירענע וואלפישן קענען זיין ביז 25 פיס גרויס און וועגן מער ווי דער שווערסטער העלפאנד. ווען זיי ווערן געבוירן קענען זיי באלד שווימען אבער קענען נאך נישט די מלאכה פון לאקערן און פאנגן פיש און וועלן זיך דרייען נעבן זייערע מאמעס פאר עטליכע וואכן און זיך לערנען. נאכ'ן געבוירן זייגן זיי מילך פון די מאמע ביז זיי גייען אליינס ארויס אויף די וועלט אין וואסער און טרעפן אנדערע יונגע וואלפישן. דער גרויסער בלויער וואל-פיש זייגט 50 גאלאן מילך פער טאג און נעמט צו 10 פונט פער שטונדע.

פון צייט צו צייט קומען די וואל-פישן ארויס פון די טיפענישן פון ים און מאכן א הויכע שפרינג ארויס פון וואסער און דייוון צוריק אראפ. דאס איז זייער אינטערעסאנט צו זען זינט עס מאכט א הויכע גערודער און מאכט א ריזיגע "ספלעש" ווען עס דייווט צוריק אריין אין וואסער. פארשער ווייסן נישט פארוואס זיי טוען דאס און האבן פארשידענע טעאריעס איבער דעם. טייל האלטן אז מיט דעם שאקלן זיי זיך אפ פון זאכן וואס קלעבן זיך אן אויף זייערע קערפער. אנדערע האלטן אז דאס איז אויך א וועג פון קאמיוניקאציע. און טייל האלטן אז זיי טוען דאס סתם פאר "פאן" אדער צו ווייזן זייער קעניגרייך אין ים.

מענטשן האבן שטענדיג געכאפט וואלפישן און האבן געגעסן זיין פלייש. דער ארבעט איז געווען א שווערע אבער עס האט זיך געלוינט ווייל מען האט געהאט גענוג עסן פאר וואכן. מיט די יארן האבן די פאנגער אויסגעפינען אז די וואלפישן פארמאגן אין זיך א געוויסע סארט אויל וועלכע קען גענוצט ווערן אלס ברענשטאף פאר לעמפלעך. מען פעלגט כאפן וואל-פישן רעכטס און לינקס און אין 946' האבן א גרויסע צאל לענדער אונטערגעשריבן אן אפמאך אז מען וועט מער נישט לאזן כאפן וואלפישן זינט זייער נומער איז שטארק רעדוצירט געווארן און זיי קענען גרינג עלימינירט ווערן.

דער וואלפיש איז פריינטליך צו מענטשן און מען קען גרינג ארבעטן מיט זיי. עס זענען פאראן געשיכטעס אין וועלכע וואל פישן האבן געראטעוועט שיפלער פון שארק. דאס באשעפעניש איז זייער קלוג און ווען מען נעמט זיי אין אן אקוועריום וועלן זיי זיך גרינג לערנען פארשידענע קונצן. אגב, דאלפינס זענען פון די פאמיליע פון וואלפישן כאטש מער רעכנט זיי נישט אלס איינע פון זיי.

רעפערענצן

sq:Balena

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!