אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שלום ראזענפעלד"
ק (החלפת טקסט – "ק"ץ" ב־"ק"צ") |
ק (החלפת טקסט – "[[שלום רוקח" ב־"[[רבי שלום רוקח") |
||
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 7: | שורה 7: | ||
==דער ראווער עילוי== | ==דער ראווער עילוי== | ||
צדיקים האבן געזאגט אז '''רבי שלום''' האט זייער א הויכע נשמה, דער [[שלום רוקח|שר שלום פון בעלז]] און דער [[ישראל פון רוזשין|רוזשינער]] האבן געזאגט אז זיין נשמה איז פון דעם [[ווילנער גאון]]. | צדיקים האבן געזאגט אז '''רבי שלום''' האט זייער א הויכע נשמה, דער [[רבי שלום רוקח|שר שלום פון בעלז]] און דער [[רבי ישראל פון רוזשין|רוזשינער]] האבן געזאגט אז זיין נשמה איז פון דעם [[ווילנער גאון]]. | ||
אין זיין יוגנט האט '''רבי שלום''' געלערנט ביי הרב צבי הירש חריף און ביי הרב שלמה קלוגער ווען זיי זענען געווען אין ראווא. | אין זיין יוגנט האט '''רבי שלום''' געלערנט ביי הרב צבי הירש חריף און ביי הרב שלמה קלוגער ווען זיי זענען געווען אין ראווא. |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 19:52, 14 דעצעמבער 2023
רבי שלום ראזענפעלד זצ"ל (ה'תק"ס - כ' חשוון ה'תרי"ב), רב אין קאמינקא
אפשטאם
רבי שלום איז געבוירן אין ראווא אין יאר ה'תק"ס, צו זיין פאטער ר' יעקב יוסף הלוי ראזענפעלד, א זון פון ר' שלום הלוי ראזענפעלד, באקאנט מיט דעם נאמען דער ראווער גראף. און צו זיין מוטער מרת יענטא א טאכטער פון, ר' יהושע צבי העשיל, פון באר.
דער ראווער עילוי
צדיקים האבן געזאגט אז רבי שלום האט זייער א הויכע נשמה, דער שר שלום פון בעלז און דער רוזשינער האבן געזאגט אז זיין נשמה איז פון דעם ווילנער גאון.
אין זיין יוגנט האט רבי שלום געלערנט ביי הרב צבי הירש חריף און ביי הרב שלמה קלוגער ווען זיי זענען געווען אין ראווא.
רבי שלום שרייבט צום ענדע פון מסכת נדה פון זיין ש"ס היום בן תשע שנים אנכי, היום סיימתי ש"ס
רבנות
נאך זיין חתונה האט רבי שלום געוואוינט אין זיין שטאט ראווא ביז אין יאר ה'תקפ"ב, אין עלטער פון צוויי און צוואנציג יאר, ווען מען האט אים אויפגענומען רב אין יאריטשאוו, (צדיקים האבן גערופן די שטאט יראה - תשובה). פופצן יאר איז רבי שלום געווען רב אין יאריטשאוו נאכהער איז ער אין יאר ה'תקצ"ז געווארן רב אין קאמינקא.
הסתלקות
רבי שלום איז נפטר געווארן אין קאמינקא כ' חשוון ה'תרי"ב, און מען האט אים דארט געלייגט .
פאמיליע
נאך פאר די דרייצן יאר, איז רבי שלום געווארן א חתן מיט מרת חנה גאלדא א טאכטער פון הרב נפתלי נתן הירש, דער קרעשוב'ער גראף, אן אייניקל פון רבי צבי הירש באלחוב'ער דער רבי פון די פני יהושע. זייער איינצוגער זון:
- רבי יהושע ראזענפעלד (ה'תק"צ (אומגעפער) - י"ז חשוון ה'תרנ"ז), ממלא מקום פון פאטער, רב אין קאמינקא.
ספרים
- אוהב שלום צוזאמען גענומען דורך הרב נחום מאיר גערמאן ה'תשמ"ג
רעפערענצן
- אוהב שלום
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!