אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יצחק דער איידעם פון טירהוויצער מגיד"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]") |
||
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
ר' יצחק דער איידעם פון טירהאוויצער מגיד איז געווען א גרויסער למדן, א צדיק און א באקאנטער חסיד, א איד א מושלם אין אלע מעלות, זיין דאווענען איז געוווען מיט גרויס כונה. | ר' יצחק דער איידעם פון טירהאוויצער מגיד איז געווען א גרויסער למדן, א צדיק און א באקאנטער חסיד, א איד א מושלם אין אלע מעלות, זיין דאווענען איז געוווען מיט גרויס כונה. | ||
שורה 14: | שורה 15: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי| | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] | ||
[[קאַטעגאָריע:נישט ענציקלאפעדיש]] | |||
[[קאַטעגאָריע:ספק חשוב]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:00, 20 דעצעמבער 2023
ר' יצחק דער איידעם פון טירהאוויצער מגיד איז געווען א גרויסער למדן, א צדיק און א באקאנטער חסיד, א איד א מושלם אין אלע מעלות, זיין דאווענען איז געוווען מיט גרויס כונה.
ר' יצחק איז אויפגעוואקסן ביי דעם צדיק רבי זושא פון האניפאלי. עס ווערט פארציילט אז ווען ר' זושא איז נפטר געווארן אין איהר תקס"ב צוויי טאג אין חודש שבט, האט ר' יצחק געפרעגט זיין ערציעהר און רבי, צו וועלכע רבי זאל איך מיך דערנענטערן ? האט איהם רבי ר' זושא געענטפערט צו דער צדיק וואס ווען באפעלן פאר זיינע נאנטע זיי זאלן זיך מתוודה זיין פאר איהם און ער וועט זיי געבן תיקונים אויף יעדער עבירה באזונדער צו דער צדיק זאלסטו פאהרן.
ר' יצחק איז פון דאן ארום געפארן צו אסאך צדיקים תלמידים פון בעל שם טוב און תלמידים פון מגיד און האט נישט געפונען אזא סארט צדיק, זיי שווער דער טירהוויצער מגיד האט איהם צוגערדט ער זאל פאהרן צו זיין רבי רבי נחמן מברסלב אבער עס האט איהם נישט געצויגן אהין.
איינמאהל הערט ער ווי מען רופט די ברסלעבער חסידים די ווידוי ניקעס האט ער געפרעגט פאר וואס רופט מען זיי מיט די נאמען, האט מען איהם געענטפערט אז דאס איז צוליב דעם וואס זייער רבי רבי נחמן האט געזאגט תורה און פארלאנגט אז מען זאל זיך מתוודה זיין פאר איהם, האט זיך ר' יצחק געטראכט דאס איז דאך מיין רבי, ווייל מיין רבי רבי ר' זושא האט דאך מיר אנגעזאגט אז וועלכע רבי מען וועט אהנרופן מיט די נאמען צו איהם זלא איך פארן, דאן האט ער מחליט געווען צו פארן קיין זלאטיפאלי צו רבי נחמן מברסלב.
ווען ר' יצחק איז אריין געקומען צום הויף פון רבי נחמן האט ער געזעהן מענטשן שטייען ארום זיין טיהר, חסידים גיין אריין און ווען זיי קומען ארויס קומען זיי ארויס מיט פארוויינטע אויגן, ווייל מען האט זיך מתודה געווען פאר רבי נחמן. ער האט זיך געשטעלט אין די ריי, ווען ער איז אריין געקומען אין בית המדרש פון רבי נחמן האט רבי נחמן געוואונקען אלע תלמידים און חסידים זאלן ארויס גיין, ווען יעדער איז ארויס האט ר' יצחק אויך געוואלט ארויס גיין, אבער רבי נחמן האט צוגעמאכט די קלאמקע פון די טיהר און אין בית המדרש איז איבער געבליבן בלויז רבי נחמן מיט ר' יצחק, רבי נחמן האט פארייכרט זיין לולקע און זיך ארום געדרייט אין בית המדרש ארויף און אראפ, פלוצלונג איז געפאלן א גרויסע פארכט און ציטער אויף ר' יצחק, ער האט זיך דערמאנט אלעס וואס עס איז איבערגעגאנגען אויף איהם פון ווען ער איז געווען א קליין קינד ביז היינט, און דאן איז רבי נחמן צוגעגאנגען צו איהם און איהם געזאגט, היינט זאג, האט זיך ר' יצחק גענומען פארציילן אלעס וואס ער האט אפגעטוהן פון וועם ער געדענקט ביז היינט, דער רבי האט איהם געגעבן ספעציעלע תיקונים און איהם דערלויכטן די אויגן.
אין יענע צייט האט רבי נחמן געזאגט די וואונדעליכע תורה אור הגונז געדרוקט אין ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' ט"ו.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!