אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סאטורן"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:שבתאי) |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
(3 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = sixth planet from the Sun and the second-largest planet in the Solar System, after Jupiter|העב=כוכב לכת|דייטש=sechster Planet des Sonnensystems|}} | |||
[[טעקע:Saturn from Cassini Orbiter (2004-10-06).jpg|250px|קליין|סאטורן]] | [[טעקע:Saturn from Cassini Orbiter (2004-10-06).jpg|250px|קליין|סאטורן]] | ||
'''סאטורן''' (סימבאל: [[file:Saturn symbol (bold).svg|16px|♄]]; [[ענגליש]]: ''Saturn'') איז דער זעקסטער [[פלאנעט]] פון דער [[זון]] און דער צווייטער גרעסטער פלאנעט אין דער [[זון סיסטעם]], נאך [[יופיטער]]. סאטורן, צוזאמען מיט יופיטער, [[אוראנוס]] און [[נעפטון]], איז קלאסיפירט אלס א [[גאז ריז]]. | '''סאטורן''' (סימבאל: [[file:Saturn symbol (bold).svg|16px|♄]]; [[ענגליש]]: ''Saturn'') איז דער זעקסטער [[פלאנעט]] פון דער [[זון]] און דער צווייטער גרעסטער פלאנעט אין דער [[זון סיסטעם]], נאך [[יופיטער]]. סאטורן, צוזאמען מיט יופיטער, [[אוראנוס]] און [[נעפטון]], איז קלאסיפירט אלס א [[גאז ריז]]. | ||
שורה 77: | שורה 78: | ||
[[קאַטעגאָריע:פלאנעטן פון דער זון סיסטעם]] | [[קאַטעגאָריע:פלאנעטן פון דער זון סיסטעם]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:שבתאי]] | [[he:שבתאי]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 20:10, 26 אקטאבער 2023
סאטורן (סימבאל: ; ענגליש: Saturn) איז דער זעקסטער פלאנעט פון דער זון און דער צווייטער גרעסטער פלאנעט אין דער זון סיסטעם, נאך יופיטער. סאטורן, צוזאמען מיט יופיטער, אוראנוס און נעפטון, איז קלאסיפירט אלס א גאז ריז.
דער סימבאל פון סאטורן איז א שערפ (יוניקאד: ♄).
דער פלאנעט סאטורן באשטייט פון הידראגען, מיט א קליינער פראפארציע פון העליום און שפורעלעמענטן.[1] דער אינעווייניק באשטייט פון א קליינער יאדער פון שטיין און אייז, ארומגענומען מיט א דיקער שיכטע פון מעטאלישן הידראגען און א גאזישער דרויסנדיקער שיכטע. ווינט גיכן אויף סאטורן קען גרייכן 1800 ק"מ א שעה, אסאך גיכער ווי אויף יופיטער. סאטורן האט א פלאנעטיש מאגנעטיש פעלד מיטנדיק אין שטארקייט צווישן דעם פון דער ערד און דעם קראפטיגערן פעלד ארום יופיטער.
דעם פלאנעט'ס מערסט בארימטע אייגנקייט איז זיין פראמינענטע רינג סיסטעם וואס באשטייט מערסטנס פון אייז טיילכעלן, מיט א קלענערער מאס פון שטיינברעך און שטויב. נישט ווייניגער ווי 62 לבנות[2] ארביטירן סאטורן, פון זיי 53 האבן אפיציעלע נעמען. דאס איז אחוץ די הונדערטער לבנה'לעך אין די רינגען. טיטאן, סאטורנ'ס גרעסטע לבנה, און די צווייט־גרעסטע אין דער זון־סיסטעם, איז גרעסער פונעם פלאנעט מערקור, אויבוואויל מיט א קלענערע מאסע, און איז די איינציקע לבנה אין דער זון־סיסטעם וואס מען ווייסט אז זי האט א ממשותדיקן אטמאספער.[3]
פיזישע כאראקטעריסטיק
סאטורן איז א גאז ריז ווייל בעיקר באשטייט ער פון וואסערשטאף און העליום. ער האט נישט קיין דייטליכן אויבערפלאך, אבער ס'איז מעגלעך אז ער האט א סאלידן יאדער.[4] סאטורנ'ס ראטאציע איז גורם אז ער זאל האבן די פארעם פון אן אבלאטן ספערויד; דאס הייסט, פלאטשיק ביי די פאלוסן און פוישיק ביי זיין עקוואטאר. זיינע עקוואטארישע און פאלוס־ ראדיוסן ענדערן זיך מיט כמעט 10%: 60,268 ק"מ קעגן 54,364 ק"מ.[5] יופיטער, אוראנוס און נעפטון, די אנדערע ריז־פלאנעטן אין דער זון־סיסטעם, זענען אויך אבלאט, אבער נישט אזוי שטארק ווי סאטורן. די קאמבינאציע פון דעם בייכל און דער ראטאציע ראטע פועל'ט אז די עפעקטיווע אויבערפלאך גראוויטאציע ביים עקוואטאר, 8.96 מ/ס2, איז 74% פון ביי די פאלוסן און איז ווייניגער ווי די אויבערפלאך גראוויטאציע פון דער ערד. אבער, די עקוואטארישע אנטרינונג-גיך פון קרוב צו 36 ק"מ/ס איז א סך גרעסער ווי פון דער ערד.[6]
סאטורן איז דער איינציגער פלאנעט אין דער זון־סיסטעם וואס איז ווייניגער געדעכט ווי וואסער—אומגעפער 30% ווייניגער.[7] כאטש דער יאדער פון סאטורן איז פיל געדעכטער ווי וואסער, די דורכשניטליכע געדיכטקייט פונעם פלאנעט איז 0.69 ג/צ"מ3 צוליב דעם אטמאספער. יופיטער האט 318 מאל אזויפיל מאסע ווי די ערד,[8] און סאטורן האט 95 אזויפיל מאסע ווי די ערד.[5] צוזאמען האלטן יופיטער און סאטורן 92% פון דער גארער פלאנעטארישער מאסע אין דער זון־סיסטעם.[9]
אינעווייניגע סטרוקטור
כאטש סאטורן באשטייט מערסטנס פון וואסערשטאף און העליאום, איז דער מערסטער טייל פון זיין מאסע נישט אין דער גאז פאזע, ווייל וואסערשטאף פארלירט די אייגנשאפטן פון א גאז ווען די געדעכטקייט איז העכער פון 0.01 ג/צ"מ3, וואס פאסירט ביי א ראדיוס וואס אנטהאלט 99.9% פון סאטורנ'ס מאסע. די טעמפעראטור, דרוק און געדעכטקייט אינערהאלט סאטורן ווערן אלע העכער וואס נענטער מען קומט צום יאדער, וואס איז גורם אז וואסערשטאף זאל ווערן א מעטאל אין די טיפערע שיכטעס.[9]
די אנגענומענע מאדעלן פון פלאנעטן זענען משמע אז אינעווייניק פון סאטורן איז ענליך צו דעם פון יופיטער, וואס האט א קליינעם שטייניגן יאדער ארומגענומען מיט וואסערשטאף און העליאום מיט שפור־קוואנטיטעטן פון פארשידענע אויסוועפיקע מאטריאלן.[10] דער יאדער איז ענליך אין צוזאמענשטעל צו דער ערד, אבער מער געדעכטיק. אין יאר 2004, האבן וויסנשאפטלער געשאצט אז דער יאדער מוז זיין 9–22 מאל די מאסע פון דער ערד,[11][12] וואס פאסט פאר א דיאמעטער פון עטליכע 25,000 ק"מ.[13] דאס ווערט ארומגענומען מיט א געדעכטערער פליסיקער שיכטע פון מעטאלישן הידראגען, דערנאך מיט א פליסיקער שיכט פון מאלעקולארישן הידראגען איינגעזאפט מיט העליאום וואס ביסלעכווייז טוישט זיך צו א גאז וואס העכער מען גייט. די דרויסנדיגסטע שיכטע שפאנט 1,000 ק"מ און באשטייט פון גאז.[14][15][16]
אבזערוואציע
סאטורן איז דער ווייטסטער פון די פינעף פלאנעט וואס זענען גרינג זעבאר מיטן נאקעטן אויג פון דער ערד—די אנדערע פיר זענען מערקור, ווענוס, מאדים און יופיטער. (אוראנוס און אמאל 4 וועסטא זענען זעבאר צום נאקעטן אויג אוין טונקעלע הימלען.) אז מען קוקט אויף סאטורן אין דעם נאכט־הימל זעט א העל, געלן פונקט פון ליכט מיט א העלקייט געווענליך צווישן +1 און 0. עס דויערט אומגעפער 29.5 יאר ביז סאטורן ענדיגט א גאנצע הקפה פונעם עקליפטיק קעגן דעם הינטערגרונט קאנסטעלאציעס פון די מזלות. רוב מענטשן דארפן אן אפטישע הילף (גאר גרויסע בינאקלען (א קליינעם טעלעסקאפ) וואס פארגרעסערט כאטש 30 מאל צו זען א בילד פון סאטורנ'ס רינגען מיט א קלארער רעזאלוציע.[15][17] צוויי מאל אין יעדן סאטורן־יאר (בערך יעדע 15 ערד־יאר), ווערן די רינגען פארשוואונדן פונעם אויסבליק, צוליב דעם וואס זיי זענען פארווינקעלט און ווייל זיי זענען גאר דין. די נעקסטע אזעלכע "פארשווינדונג" וועט פאסירן אין יאר 2025, אבער דעמאלסט וועט סאטורן זיין גאנץ נאנט צו דער זון (קוקנדיק פון דער ערד) און מען וועט נישט קענען א סך זען.[18]
סאטורן מיט זיינע רינגען קען מען זען צום בעסטן ווען דער פלאנעט איז ביי, אדער נאנט צו, אפאזיציע, די קאנפיגוראציע פון א פלאנעט ווען ער האט אן עלאנגאציע 180°, און דערפאר זעט ער אויס אנטקעגן דער זון אין דעם הימל. א סאטורן־אפאזיציע פאסירט יעדע יאר—אומגעפער יעדע 378 טעג—און דעמאלסט זעט אויס דער פלאנעט זייער העל. סיי די ערד סיי סאטורן ארביטירן די זון אויף עקצענטרישע ארביטן, במילא ענדערט זיך זייערע ווייטן פון דער זון מיט דער צייט, אויך דער דיסטאנץ צווישן זיי, קומט אז די העלקייט פון סאטורן איז אנדערש פון איין אפאזיציע צו דער צווייטער. אויך זעט אויס סאטורן העלער ווען די ווינקל פון די רינגען איז אזוי אז זיי זענען מער זעבאר. צום ביישפיל, ביי דער אפאזיציע וואס האט פאסירט דעם 17טן דעצעמבער 2002, האט סאטורן אויסגעזען דעם העלסטן צוליב א גוטער אריענטאציע פון זיינע רינגען רעלאטיוו צו דער ערד,[19] כאטש סאטורן איז געווען נענטער צו דער ערד און דער זון סוף 2003.[19]
פון צייט צו צייט ווערט סאטורן אקולטירט דורך דער לבנה (ד"ה, די לבנה באדעקט סאטורן אין דעם הימל). אזוי ווי אלע פלאנעטן אין דער זון־סיסטעם, פאסירן די אקולטאציעס פון סאטורן אין "סעזאנען". סאטורן־אקולטאציעס פאסירן 12 אדער מערערע מאל במשך א תקופה פון 12 מאנאטן, און דערנאך קומט א תקופה פון פינעף יאר אן קיין שום אקולטאציע.[20] אויסטראלישע אסטראנאמיע מומחים היל און הארנער קלערן אויף די סעזאנען פון די סאטורן אקולטאציעס אזוי:
דאס איז א תוצאה פונעם פאקט אז דער לבנה'ס ארביט ארום דער ערד איז אנגעבויגן צום ארביט פון דער ערד ארום דער ערד – במילא רוב פון דער צייט, גייט די לבנה העכער אדער נידריגער פון סאטורן אין דעם הימל, און קיין אקולטאציע פאסירט נישט. נאר ווען סאטורן ליגט נאנט צו דעם פונקט וואו דער ארביט פון דער לבנה טרעפט דעם "פלוין פון דעם עקליפטיק" קען פאסירן אן אקולטאציע – און אין אזא פאל פאסירן אקולטאציעס יעדע מאל די לבנה גייט אדורך, ביז סאטורן רוקט זיך אווען פון דעם אריבערגאנג פונקט.[20]
רעפערענצן
- ↑ Hamilton, Calvin (1997). "Voyager Saturn Science Summary". Solarviews. Retrieved 2007-07-05.
{{cite web}}
: Unknown parameter|middle=
ignored (help) - ↑ Piazza, Enrico. "Saturn's Moons". Cassini, Equinox Mission. JPL NASA. Archived from the original on 5טן אקטאבער 2011. Retrieved 22סטן יוני 2010.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Munsell, Kirk (6טן אפריל 2005). "די געשיכטע פון סאטורן". NASA Jet Propulsion Laboratory; California Institute of Technology. Archived from the original on 22סטן אויגוסט 2011. Retrieved 7טן יולי 2007.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Melosh, H. Jay (2011). Planetary Surface Processes. Cambridge Planetary Science. Vol. 13. Cambridge University Press. p. 5. ISBN 978-0-521-51418-7.
- ↑ 5.0 5.1 Williams, David R. (23סטן דעצעמבער 2016). "Saturn Fact Sheet". NASA. Archived from the original on 12טן אקטאבער 2017. Retrieved 12טן אקטאבער 2017.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Gregersen, Erik, ed. (2010). Outer Solar System: Jupiter, Saturn, Uranus, Neptune, and the Dwarf Planets. The Rosen Publishing Group. p. 119. ISBN 978-1615300143.
- ↑ "Saturn – The Most Beautiful Planet of our solar system". Preserve Articles. 23סטן יאנואר 2011. Archived from the original on 5טן אקטאבער 2011. Retrieved 24סטן יולי 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Williams, David R. (16טן נאוועמבער 2004). "Jupiter Fact Sheet". NASA. Archived from the original on 5טן אקטאבער 2011. Retrieved 2טן אויגוסט 2007.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ 9.0 9.1 Fortney, Jonathan J.; Nettelmann, Nadine (May 2010). "The Interior Structure, Composition, and Evolution of Giant Planets". Space Science Reviews. 152 (1–4): 423–447. arXiv:0912.0533. Bibcode:2010SSRv..152..423F. doi:10.1007/s11214-009-9582-x.
- ↑ Guillot, Tristan; et al. (2009). "Saturn's Exploration Beyond Cassini-Huygens". In Dougherty, Michele K.; Esposito, Larry W.; Krimigis, Stamatios M. (eds.). Saturn from Cassini-Huygens. Springer Science+Business Media B.V. p. 745. arXiv:0912.2020. Bibcode:2009sfch.book..745G. doi:10.1007/978-1-4020-9217-6_23. ISBN 978-1-4020-9216-9.
- ↑ Fortney, Jonathan J. (2004). "Looking into the Giant Planets". Science. 305 (5689): 1414–1415. doi:10.1126/science.1101352. PMID 15353790.
- ↑ Saumon, D.; Guillot, T. (July 2004). "Shock Compression of Deuterium and the Interiors of Jupiter and Saturn". The Astrophysical Journal. 609 (2): 1170–1180. arXiv:astro-ph/0403393. Bibcode:2004ApJ...609.1170S. doi:10.1086/421257.
- ↑ "Saturn". BBC. 2000. Archived from the original on 21סטן אויגוסט 2011. Retrieved 19טן יולי 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Faure, Gunter; Mensing, Teresa M. (2007). Introduction to planetary science: the geological perspective. Springer. p. 337. ISBN 978-1-4020-5233-0.
- ↑ 15.0 15.1 "Saturn". National Maritime Museum. Archived from the original on 6טן אקאטאבער 2011. Retrieved 6טן יולי 2007.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ "Structure of Saturn's Interior". Windows to the Universe. Archived from the original on 21סטן אויגוסט 2011. Retrieved 19טן יולי 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Eastman, Jack (1998). "Saturn in Binoculars". The Denver Astronomical Society. Archived from the original on 21סטן אויגוסט 2011. Retrieved 3טן סעפטעמבער 2008.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ "Saturn's Rings Edge-On". Classical Astronomy. 2013. Archived from the original on 5טן נאוועמבער 2013. Retrieved 4טן אויגוסט 2013.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archive-date=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ 19.0 19.1 Schmude Jr., Richard W. (Winter 2003). "Saturn in 2002–03". Georgia Journal of Science. Georgia Academy of Science. 61 (4). ISSN 0147-9369. Retrieved 29 June 2015.
- ↑ 20.0 20.1 Tanya Hill (9טן מאי 2014). "Bright Saturn will blink out across Australia – for an hour, anyway". דערגרייכט דעם 11טן מאי 2014.
די זון סיסטעם |
---|
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס |
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש |
SSSBs: מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן) |
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון-סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע. |
רשימה פון פּלאַנעטן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!