אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באק פולווער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הוספת קישור בינוויקי he:אבקת אפייה)
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = dry chemical leavening agent|דייטש=zum Backen benutztes Triebmittel|}}
'''בעיקינג פאודער'''
'''בעיקינג פאודער'''



יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:29, 26 אקטאבער 2023

בעיקינג פאודער

חילוק צווישן בעיקינג פאודער און בעיקינג סאדע

באק פולווער און סאדע פולווער זענען ביידע יערן אגענטן וועלכע זענען צוזאמענגעשטעלט פון א רייע כעמיקאלן וועלכע פראדוצירן זויערע קוילנשטאף איינמאל עס ווערט געמישט מיט וואסער אדער דעגרייכט א געוויסע טעמפרעאטור.

ווי באקאנט לאזט מען רוב געבעקסן זיך יערן בעפאר מען שטעלט דאס צו באקן. א ברויט איז נישט קיין ברויט נאר אויב עס יערט און ווערט גרויס און ווייעך. פאר טויזענטער יארן אט מען גענוצט הייוון אלס דער יערן אגענט צו לאזן יערן ברויט. הייוון איז א געוואוקס פון די מאשרום פאמיליע און וועט בטבע אויפעסן צוקער איינמאל עס ווערט געשטעלט דערנעבן. אין דעם פראדעצור ווערט געשאפן קארבאן דיאקסייד (דאס איז די כעמיקאל רעאקציע) וועלכע איז ווי קליינע באבעלעך וועלכע בלייבן שטעקן אין די טייג און עס ווערט אויפגעבלאזן.

דער פראדעצור איז א לאנגע וויבאלד עס נעמט צייט ווילאנג די הייוון טוט איר ארבעט און די טייג יערט. אלס אן אלטערנאטיוו צו הייוון האבן כעמיקער ערפינדן בעיקינג סאדע און דענאך בעיקינג פאודער וועלכע מאכן די ארבעט אין סעקונדן. דער חילוק צווישן די צוויי איז אז בעיקינג סאדע מוז געשטעלט ווערן צו עסיד עס זאל אנהייבן ארבעטן ווי יאגורט, האניג, און טשאקלאד. די כעמיקאלע רעאקציע איז א באלדיגע אבער דעגרייכט איר קלימאקס ביי הויכע טעמפרעאטורן און דערפאר דארף מען אזא געבעקס באלד אריינשטעלן אין אויוון ווייל אנדערש וועט דאס ווערן אויפגעבלאזן און צוריק צוזאמענפאלן.

בעיקינג פאודער קומט שוין מיט די עסיד קאמפאנענט און אויך א טרוקענער אגענט (סטארטש) וועלכע האלט דאס טרוקן. בעיקינג פאודער קומען היינט אין צוויי פארמאטן, SINGLE ACTING און DOUBLE ACTING. די איינצעלע אקט פאודער הייבט אן ארבעטן ווען עס גרייכט פייכקייט. די סטארטש גייט פארביי און די כעמיקאלן לעבן אויף אויפ'ן מאמענט און מוז געשטעלט ווערן צום באקן גענוי ווי מיט בעיקינג סאדע. די דאפעלטע אקט פאודער פארמאגט צוויי אנדערע געמישן פון כעמיקאלן וועלכע ארבעט אין צוויי פאזעס. די ערשטע פאזע הייבט אן ארבעטן ווען עס גרייכט פייכקייט אבער די עיקר ארבעט הייבט זיך ערשט אן ווען עס גרייכט הויכע טעמפרעאטורן.

דער באנוץ פון די צוויי באשטאנדטיילן איז געוואנדן לויט די אנדערע באשטאנדטיילן אין א געבעקס. בעיקינג סאדע איז ביטער און וועט נאר גענוצט ווערן אויב עס איז אויך פאראן אין דעם געמיש א זיסע באשטאנדטייל ווי האניג. ווען עס איז נישט פאראן עפעס אנדערש צו פארגיטיגן די ביטערקייט פון די בעיקינג סאדע נוצט מען אנשטאט בעיקינג פאודער וועלכע גייט מיט נוטראלע באשטאנדטיילן.

מען קען שטענדיג נוצן בעיקינג פאודער אין פלאץ פון בעיקינג סאדע אבער עס וועט פארלאנגן פיל מער פון די כעמיקאלן וועלכע עפעקטירט די טעם פון דעם געבעקס. אין פלאץ פון בעיקינג פאודער קען מען אבער נישט נוצן בעיקינג סאדע ווייל אויב עס איז נישט פאראן קיין באשטאנדטייל מיט עסיד וועט עס נישט ארבעטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!