אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לאסלא סאבא"
ק (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן") |
ק (החלפת טקסט – "אונגערישע" ב־"אונגארישע") |
||
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|אונגארישער שאכשפילער}} | |||
{{יתום}} | {{יתום}} | ||
'''לאַסלאָ סאַבאָ''' ({{שפראך-hu|László Szabó}}; {{ר}} 19טן מערץ 1917 - 8טן אויגוסט 1998) איז געווען אַן | '''לאַסלאָ סאַבאָ''' ({{שפראך-hu|László Szabó}}; {{ר}} 19טן מערץ 1917 - 8טן אויגוסט 1998) איז געווען אַן אונגארישער [[שאך (שפיל)|שאכשפיל]] גרויסמייסטער. | ||
סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן אין [[בודאַפּעשט]], [[אונגערן]], דעם 19טן מאַרץ, 1917. אין 1935, צו 18 יאָר, האָט ער געווּונען די | סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן אין [[בודאַפּעשט]], [[אונגערן]], דעם 19טן מאַרץ, 1917. אין 1935, צו 18 יאָר, האָט ער געווּונען די אונגארישע שאָך מייסטערשאַפט, אַן אינטערנאַציאָנאַלער טורניר אין [[טאַטאַ]] (Tatatóváros), און ער איז אויסגעקליבן געוואָרן צו רעפּרעזענטירן זיין לאַנד אין דער וואַרשעווער אָלימפּיאַדע פון 1935. | ||
צוקוקערס צו דער אָלימפּיאַדע האָבן באַווּונדערט דעם יונגנמאַנס סטיל פון אַטאַקירן, אַ סטיל וואָס איז געווען פּונקט דער היפּוך פון דעם פּאָזיציאָנעלן צוגאַנג פון די אַנדערע | צוקוקערס צו דער אָלימפּיאַדע האָבן באַווּונדערט דעם יונגנמאַנס סטיל פון אַטאַקירן, אַ סטיל וואָס איז געווען פּונקט דער היפּוך פון דעם פּאָזיציאָנעלן צוגאַנג פון די אַנדערע אונגארישע שפּילערס. | ||
אַ פּנים האָט זיך סאַבאָ געלערנט מיט געזאַ מאַראָצי, אַ פּאַטריאַרכאַלישע פיגור אין אונגערן, איינער פון די | אַ פּנים האָט זיך סאַבאָ געלערנט מיט געזאַ מאַראָצי, אַ פּאַטריאַרכאַלישע פיגור אין אונגערן, איינער פון די אונגארישע שאָך־אָבות וואָס האָט פריער אויך טרענירט די וועלט־מייסטערס מאַקס אָווע (Max Euwe) און [[וועראַ מענטשיק]] (Vera Menchik). | ||
ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט סאַבאָ געהאַט נאָך עטליכע גרויסע הצלחות, בתוכם דער ניצחון אין [[הייסטינגס]] אין 1938-39. ער האָט אויך אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין אַ באַנק. | ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט סאַבאָ געהאַט נאָך עטליכע גרויסע הצלחות, בתוכם דער ניצחון אין [[הייסטינגס]] אין 1938-39. ער האָט אויך אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין אַ באַנק. | ||
שורה 21: | שורה 22: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:לאסלו סאבו]] | |||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:23, 9 פעברואר 2024
לאַסלאָ סאַבאָ (אונגאַריש: László Szabó; 19טן מערץ 1917 - 8טן אויגוסט 1998) איז געווען אַן אונגארישער שאכשפיל גרויסמייסטער.
סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט, אונגערן, דעם 19טן מאַרץ, 1917. אין 1935, צו 18 יאָר, האָט ער געווּונען די אונגארישע שאָך מייסטערשאַפט, אַן אינטערנאַציאָנאַלער טורניר אין טאַטאַ (Tatatóváros), און ער איז אויסגעקליבן געוואָרן צו רעפּרעזענטירן זיין לאַנד אין דער וואַרשעווער אָלימפּיאַדע פון 1935. צוקוקערס צו דער אָלימפּיאַדע האָבן באַווּונדערט דעם יונגנמאַנס סטיל פון אַטאַקירן, אַ סטיל וואָס איז געווען פּונקט דער היפּוך פון דעם פּאָזיציאָנעלן צוגאַנג פון די אַנדערע אונגארישע שפּילערס. אַ פּנים האָט זיך סאַבאָ געלערנט מיט געזאַ מאַראָצי, אַ פּאַטריאַרכאַלישע פיגור אין אונגערן, איינער פון די אונגארישע שאָך־אָבות וואָס האָט פריער אויך טרענירט די וועלט־מייסטערס מאַקס אָווע (Max Euwe) און וועראַ מענטשיק (Vera Menchik).
ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט סאַבאָ געהאַט נאָך עטליכע גרויסע הצלחות, בתוכם דער ניצחון אין הייסטינגס אין 1938-39. ער האָט אויך אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין אַ באַנק. נאָך דעם אויסברוך פון דער מלחמה איז סאַבאָ אַוועקגעשיקט געוואָרן אויף צוואַנגאַרבעט, און שפּעטער איז ער געוואָרן אַ קריגס־געפאַנגענער ביי די רוסן.
נאָך דער מלחמה האָט ער ממשיך געווען צו שפּילן שאָך און אָנטייל גענומען אין אַ סך בכּבוד'יגע אינטערנאַציאָנאַלע טורנירן. ער האָט דערגרייכט דעם פינפטן פּלאַץ אינעם טורניר פון גראָנינגען (1946), אַ גאָר שטארקער טורניר וואוּ עס האָבן געשפּילט די בעסטע שפּילערס אין דער וועלט אַזוי ווי באָטוויניק, אָווע, סמיסלאָוו, ניידאָרף, באָלעסלאַווסקי און קאָטאָוו. אין דעם טורניר פון סאַלציאָבאַדען (Saltsjöbaden Interzonal) אין 1948 איז ער געווען דער צווייטער נאָך בראָנשטיינען, און אינעם זעלבן יאָר האָט ער געוואוּנען דעם ערשטן פּלאַץ אין הייסטינגס.
סאַבאָ איז געווען דער בעסטער שאָך־שפילער אין אונגערן במשך פון 20 יאָר (ביז פּאָרטיש האָט איבערגענומען דעם ערשטן פלאַץ). דעם הויכפּונקט פון זיין קאַריערע האָט ער דערגרייכט ווען ער איז געווען צווישן די 12 בעסטע שפּילערס אין דער וועלט.
סאַבאָס משפּחה האָט געשאָנקען זיין שאָך־ביבליאָטעק און אַרכיוו דער פאָלקס־ביבליאָטעק פון קליוולענד (Cleveland Public Library) וואָס אַנטהאַלט די גרעסטע שאָך־זאַמלונג אין דער וועלט, 32,568 בענדער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!