אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם חיים נאה"
ק (Moving from Category:נקבר אין הר המנוחות to Category:באערדיגט אין הר המנוחות using Cat-a-lot) |
ק (דעסקריפציע: רב) |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|רב}} | |||
{{רב | {{רב | ||
| אידישע געבורט דאטום = י"ג אייר ה'תר"נ | | אידישע געבורט דאטום = י"ג אייר ה'תר"נ | ||
שורה 40: | שורה 41: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אברהם חיים נאה]] | |||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:01, 20 אקטאבער 2023
געבורט | י"ג אייר ה'תר"נ |
---|---|
טויט | כ' תמוז ה'תשי"ד (אלט: 64) |
רבי אברהם חיים נאה (י"ג אייר ה'תר"נ - כ' תמוז ה'תשי"ד) איז געווען א דיין אין דער עדה החרדית א חב"ד'סקער חסיד, וועלכער איז שטארק בארימט מיטן עוסק אין די מאסן פון די שיעורים פון עסן און טרינקען.
ער איז געבוירן אין חברון צו זיין פאטער מנחם מענדל און מוטער מוסיא, פון די חשובי חבד'סקער חסידים אין ארץ ישראל.
ביי די עלף יאר איז ער אריין לערנען אין דער ארטיגער ישיבה מגן אבות וועלכע איז געשטאנען אונטער די אויפזוכט פון זיין פאטער. ביי די צוועלף יאר האט ער שוין געקענט אויסעווייניג די מסכתות יבמות, חולין און נדה גפ"ת.
ארום ה'תרס"ה איז די משפחה אריבער וואוינען קיין ירושלים, וואו דער קליינער אברהם חיים האט פארגעזעצט צו לערנען מיט גרויס פלייס אין די ארטיגע ישיבות. ער איז דארט געווארן נסמך להוראה פון די גאונים ר' יצחק ירוחם דיסקין, ר' יעקב ארנשטיין און ר' יצחק ווינאגארד.
ביי די פופצן יאר האט ער געהייראט מיט זיין ווייב דבורה די טאכטער פון ר' שאול יצחק פייגנשטיין.
ער האט געדינט ווי רב פון דעם בוכארישן קווארטאל אין ירושלים, וואו ער האט געוואוינט. אין תרצ"ח איז זיין ווייב נפטר געווארן.
ער איז פלוצלונג נפטר געווארן כ' תמוז תשי"ד נאך א הארץ אטאקע. מען האט אים קובר געווען אין הר המנוחות.
זיינע חיבורים
- שיעורי תורה
- שיעור מקוה
- שיעורי ציון
- קונטרס השיעורים
- פסקי הסידור און קונטרס השלחן אויפן שלחן ערוך הרב
- קצות השלחן ניין חלקים
- קונטרס החליבה
- דברי צדק
ער פלעגט אויך שרייבן א פאפולערער מאמר אינעם המודיע מיטן נאמען הערות למעשה, וואו ער פלעגט דן זיין אין טעגליכע ענינים און אויך אין הלכות שמיטה. ווי אויך פלעגט ער ארויסגעבן די לוח פארן כולל חבד
זיינע קינדער
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!