אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דימינוטיוו"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
(6 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = word modified to convey a slighter degree of its root meaning|דייטש=Verkleinerungsform eines Substantivs|}} | |||
'''דימינוטיוו''' איז א [[גראמאטיק|גראַמאַטישע]] באגריף אויף צו באַצייכענען אַ פאַרקלענערונג פון אַ [[ווארט]] וואָס ווערט פאַרקלענערט. | '''דימינוטיוו''' איז א [[גראמאטיק|גראַמאַטישע]] באגריף אויף צו באַצייכענען אַ פאַרקלענערונג פון אַ [[ווארט]] וואָס ווערט פאַרקלענערט. | ||
אויף אידיש ווערן אפט גענוצט דימינוטיוון, און זיי ווערן אויך גענוצט ווי לשון חיבה. | אויף אידיש ווערן אפט גענוצט דימינוטיוון, און זיי ווערן אויך גענוצט ווי לשון חיבה. | ||
שורה 40: | שורה 41: | ||
[[קאַטעגאָריע:יידיש גראמאטיק]] | [[קאַטעגאָריע:יידיש גראמאטיק]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | |||
[[he:צורת הקטנה]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 14:21, 26 אקטאבער 2023
דימינוטיוו איז א גראַמאַטישע באגריף אויף צו באַצייכענען אַ פאַרקלענערונג פון אַ ווארט וואָס ווערט פאַרקלענערט. אויף אידיש ווערן אפט גענוצט דימינוטיוון, און זיי ווערן אויך גענוצט ווי לשון חיבה.
דער מערסטער גאנגבארער דימינוטיוו איז מיט: "ל" און אין מערצאל לעך, אנדערש פון רוב זאכווערטער וואס לאזן זיך מיט ל' און אין מערצאל ווערן זיי געזאגט מיט ען ווי למשל פון קעמל צו קעמלען. צומאל ווערט אויך געטוישט די שורש פונעם זאץ און וואלף ווערט וועלוול. ווען א סובסטאנטיוו לאזט זיך אויס מיט -ן ווערט געשאפן דער דימינוטיוו מיט ־דל, למשל: שטיינדל (פון שטיין). ווען דאס ווארט ענדיגט מיט -ל קען אמאל באקומען א דימינוטיוו מיט -כל, למשל: מיילעכל פון מויל.
דימינוטיווע סובסטאנטיוון זענען שטענדיג זאכלעך (לשון סתם).
ס'איז אויך פאראן א צווייטער ראנג דימינוטיוו מיט "עלע" (מערצאל "עלעך") למשל:
- בוך > ביכל > ביכעלע
דימינוטיוו ווי לשון חיבה
דער איינפאכער וועג אויף צו באצייכענען א נאמען אויף א ליבליכן פארעם איז מיט ־ל אדער ־לע למשל: אברהם/אברעמל, משה/משה'לע, יעקב/יענקל/יענקעלע. אבער פארהאן נאך אידישע דימינוטיוון, און אויך עטליכע סלאוויש-ארגינעל נאמינאטייוון פארמען, אין פארשידענע אידיש-דיאלעקטן, וואס ווערן גענוצט בעיקר אלס שמות חיבה אין ערשטע נעמען. אט איז א ליסטע פון זיי:
- -קע(סלאוויש): חיים / חיים'קע, מרדכי / מאטקע, שרה / שרה'קע, חיה / חיה'קע, אברהם / אברומקע, ברודער / ברודער'קע
- -[ע]ניו(אפשר פון לש"ק, פונעם טיטל ני"ו = נרו יאיר ויזרח): משה/משה'ניו, כלה/כלה'ניו, הארץ/הארצ'ניו, זיידע/זיידעניו.
- -טשיק(סלא): אברהם/אברהמ'טשיק, אינגערמאן/אינגערמאנ'טשיק
- -אינקע(סלא): טאטע/טאטינקע, באלעבאסטע/באלעבאסטינקע.
- -איק(סלא): שמואל/שמואל'יק, ישראל/ישראל'יק.
- -טסע אדער טשע: שרה/שרה'טשע, אברהם/אברהמ'טשע, יצחק/איטשע, חנה/חנה'טשע.
- -עשי(סלא): באבע/באבעשי, זון/זונשי, טאטע/טאטשי,
- -לעבן(אידיש, מלשון ליבע): טאטע-לעבן, מלכה-לעבן,
די שמות חיבה קענען אויך באקומען צוויי קאמבינאציעס צוזאמען: חיים/חיימ'קעלע, אברהם'טשיקל, אינגערמאן/אינגערמאנטשיקל, יצחק/איטשעניו.
עס זענען אויך פארהאן א סארט דימינוטיוו פון אדיעקטיוון:
- -לעך: רויטלעך, געלבלעך, זיסלעך.
- -אינק: רויטינק, געלינגק, זיסניק
- -טשיק אדער איטשק: קליינטשיק, אלטיטשק(ער).
פארשידענע אידיש דימינוטיוון זענען אריין אין דעם ארץ ישראל'דיגער העברעאיש: אמא/אמאל'ה, אבא/אבאל'ה
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!