אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מיכאל בער ווייסמאנדל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי מיכאל בער ווייסמאנדל צו רוי:רבי מיכאל בער ווייסמאנדל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (דעסקריפציע: ראש ישיבה און אידן רעטער)
 
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|ראש ישיבה און אידן רעטער}}
[[טעקע:Weissmandl.jpg|קליין|100px|רבי מיכאל בער ז"ל]]
[[טעקע:Weissmandl.jpg|קליין|100px|רבי מיכאל בער ז"ל]]
'''רבי מיכאל בער ווייסמאנדל''' ([[ד' חשוון]] [[ה'תרס"ד|תרס"ד]] [[1903]] - [[ו' כסלו]] [[ה'תשי"ח|תשי"ח]] [[1957]]) איז באקאנט מיט זיינע הצלה [[אקטיוויטעט]]ן צו ראטעווען אידן פון דעם [[חורבן אייראפע]].
'''רבי מיכאל בער ווייסמאנדל''' ([[ד' חשוון]] [[ה'תרס"ד|תרס"ד]] [[1903]] - [[ו' כסלו]] [[ה'תשי"ח|תשי"ח]] [[1957]]) איז באקאנט מיט זיינע הצלה [[אקטיוויטעט]]ן צו ראטעווען אידן פון דעם [[חורבן אייראפע]].
שורה 38: שורה 39:
[[קאַטעגאָריע:אידישע עסקנים]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע עסקנים]]
[[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות אין אמעריקע]]
[[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות אין אמעריקע]]
[[קאַטעגאָריע:סלאוואקישע יידן]]
[[קאַטעגאָריע:סלאוואקישע אידן]]
[[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:נישט שלעכט]]
[[קאַטעגאָריע:נישט שלעכט]]
שורה 44: שורה 45:
{{שטומף|רבנים}}
{{שטומף|רבנים}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:02, 20 אקטאבער 2023

טעקע:Weissmandl.jpg
רבי מיכאל בער ז"ל

רבי מיכאל בער ווייסמאנדל (ד' חשוון תרס"ד 1903 - ו' כסלו תשי"ח 1957) איז באקאנט מיט זיינע הצלה אקטיוויטעטן צו ראטעווען אידן פון דעם חורבן אייראפע.

יוגנט יארן

רבי מיכאל בער איז געבוירן אין דעברעצין, אונגארן, ד' חשוון תרס"ד צו יוסף ווייסמאנדל, א שוחט. א פאר יאר שפעטער האט זיין משפחה געצויגן קיין טירנוי (היינט סלאוואקיי). אין תרצ"א איז ער געגאנגען לערנען אין נייטרא אין דער ישיבה פון רבי שמואל דוד אונגאר.

חתונה

זייענדיג א טירנויער, וואס ווי באקאנט איז דער נייטרא'ער רב אויך געקומען פון דער שטאט, איז בייגעפאלן פאר איינעם אנצוטראגן דעם שידוך צווישן רבי מיכאל בער מיט ברכה רחל אונגאר. זיי האבן חתונה געהאט אין תרצ"ז.

נאך זיין חתונה איז ער געפארן פארברענגען אין דער באדליען ביבליאטעק אין אקספארד, ענגלאנד, וואו ער האט מעתיק געווען תורת הראשונים, וואס ליידער א גרויסער טייל פון זיי איז נעבעך נישט איבערגעליבן נאכן גרויסן חורבן.

ער האט געהאט א שטוב מיט פינף קינדער, וועלכע זענען ליידער צוזאמען מיט זייער מאמע אומגעקומען אין אוישוויץ, און ער איז אויפן וועג ארויסגעשפרונגען פון דער באן, באשליסנדיג דעם גורל'דיגן באשלוס אז עס איז וויכטיגער עוסק צו זיין אין הצלת נפשות ווי צו זיין מיט זיינע באליבטע אין די לעצטע מינוטן.

דורכאויס די קריג

נאכן קריג

נאכן קריג איז ער נעבעך געווען זייער צובראכן, און ער האט נישט צופיל געהאט געטראכט פון נאכאמאל חתונה האבן און אויפשטעלן א פרישע שטוב, אבער איינמאל פארוויילנדיג אין וויליאמסבורג אין שטוב פון דעם עסקן וואס האט זיך איבערגעגעבן פאר אים בלב ונפש, ר' מנחם משה פעלזנבורג, איז געווען דארטן זיין געוועזענער שוואגערס, הגה"צ אבד"ק נייטרא ז"ל'ס, שוועגערן, מרת לאה טייטלבוים, טאכטער פון ר' יעקב מרדכי, און צוזעענדיג זיין צובראכענעם געמיט האט זי זיך אויסגעדרוקט פאר ר' מנחם משה אז זי איז גרייט חתונה צו האבן מיט אים כדי אים צו דערפרייען אביסל און אים ארויסהעלפן און אים צו באדינען. ר' מיכאל בער האט קודם נישט געוואלט גלייבן אבער צום סוף האט ר' מנחם מרדכי אויסגעפירט דעם שידוך, און זיי האבן אויפגעשטעלט א הערליך דור פון זעקס קינדער:

  1. ר' יוסף עמרם ז"ל
  2. ר' מנחם מאיר רב דקהל תורת חמ"ד נייטרא
  3. ר' שמואל דוד
  4. ר' אלי' יצחק
  5. ר' יעקב ישראל
  6. דאס ווייב פון ר' משה מנחם פישער

נייטרא ישיבה

ער האט געגרינדעט די נייטרא ישיבה און נייטרא יישוב אין מאונט קיסקא, ניו יארק.

זיין פטירה

ער איז געשטארבן יונג פון א הארץ אטאקע.

Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!