אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאביע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט פאביע צו רוי:פאביע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (דעסקריפציע: פסיכאלאגישע פאלשער שרעק)
 
(3 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|פסיכאלאגישע פאלשער שרעק}}
== באגריף ==
== באגריף ==


שורה 54: שורה 55:
* איינמאל שטייענדיג ביי א גרויסן מעמד פון קידוש שם שמים ברבים, אויף דער גאס, צוזאמען מיט נאך טויזנטער אידן, וואו דער עולם איז געשטאנען צוזאמענגעפרעסט, האט זיך איין פאליסמאן אנגערופן צום צווייטן: "ווען דו ביסט א חסיד, קענסטו זיך נישט ערלויבן צו זיין קלויסטראפאביע".
* איינמאל שטייענדיג ביי א גרויסן מעמד פון קידוש שם שמים ברבים, אויף דער גאס, צוזאמען מיט נאך טויזנטער אידן, וואו דער עולם איז געשטאנען צוזאמענגעפרעסט, האט זיך איין פאליסמאן אנגערופן צום צווייטן: "ווען דו ביסט א חסיד, קענסטו זיך נישט ערלויבן צו זיין קלויסטראפאביע".


[[קאַטעגאָריע:גייסטיקע קרענק]]
[[קאַטעגאָריע:גייסטישע קרענק]]
[[קאַטעגאָריע:פאניק]]
[[קאַטעגאָריע:פאניק]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:פוביה]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 02:47, 20 אקטאבער 2023

באגריף

"פאביע" איז א גריכיש ווארט, און מיינט א פאלשער "פחד", אדער "שרעק", ווען א מענטש שרעקט זיך פון עפעס וואס איז נישט מער ווי א דמיון, הייסט אז ער האט א "פאביע".

פארשידענע ערליי פאביעס

צום ביישפיל, עס זענען פאראן מענטשן וואס האבן מורא זיך צו געפינען אין א פארמאכטן ארט, זיי קענען נישט איינזיצן אין א צימער ווען די טיר איז פארמאכט, זיי קענען נישט פארן מיט'ן טרעין אדער מיט א באס. די וועלכע זענען אונטערגעווארפן אזא "פאביע" אויף א שטארקן אופן קענען אפילו נישט פארן מיט א פריוואטן אויטאמאביל, ווייל עס איז א הארמאטיש פארמאכט ארט, אויף וועלכע דער מענטש דאס הייסט די "פאביע" ׁ האט נישט קיין שליטה ווען צו עפענען. די דאזיגע מורא הייסט קלאסטרא-פאביע.

עס זענען פאראן מענטשן וואס האבן אן אנדערע "פאביע", זיי האבן מורא דורכצופארן אויף א בריק. דער מענטש וואס האט די "פאביע" האט מורא אז די בריק וועט זיך איינברעכן און איינפאלן פונקט אין יענע מינוט וואס ער וועט דארט דורכפארן. ער קען שטיין און קוקן אויפ'ן בריק שעה'ן, און זעען ווי ריזיגע טראקס מיט באסעס פארן דארט אדורך, און עס געשעט גארנישט, אבער ער איז "איבערצייגט" אז ווען ער וועט דורכשפרייזן די בריק, וועט עס איינפאלן.

אנדערע מענטשן האבן מורא זיך צו געפינען אין א גרויסן זאל וואס איז געפאקט מיט מענטשן. אזא מענטש קומט נישט זייער גערן צו אן אסיפה אין א גרויסן זאל. ער דערווייטערט זיך פון אזעלכע ערטער. אבער ווען ער האט נישט קיין ברירה און מוז גיין אויף אזא אסיפה, זעצט ער זיך דער ערשטער נעבן די טיר. ער איז גרייט צו אנטלויפן יעדע מינוט.

דער שרעק, דאס הייסט די "פאביע", איז א שקר, עס נארט דעם מענטש, עס דאכט זיך אים אז עס וועט מיט אים פאסירן ווער ווייסט וואס.

דער וואס ליידט פון א "פאביע" וואס לאזט אים זיך נישט געפינען אין א פארמאכטן צימער, קען אויך נישט פארן מיט אן אעראפלאן.

  • נאך א באוווסטע פאביע וואס 13% וועלט ליידט פון איר איז די סאציעלע פאביע, דאס איז א פאביע פון זיין אין א סיי וואסארא סאציעלע צושטאנד.

ווער ליידט אויף פאביעס?

אן אויספרעג ווייזט אז ארום 15 פראצענט פון דער באפעלקערונג, דאס הייסט, אריבער 25 מיליאן אמעריקאנער ליידן דערפון. ביי פרויען איז עס מער שכיח ווי ביי מענער, אבער אויך מענער זענען אונטערווארפן אונטער דער פראבלעם.

נישט אלע וואס ליידן פון די דאזיגע "פאביע" זענען אייניג, ביי מאנכע איז עס גאר שטארק, און ביי אנדערע איז עס אויף א לייכטערן אופן. די וואס ליידן דערפון אויף א לייכטן אופן קענען יא פארן אויף אן ערעפלאן א.א.וו.

פון וואס קומט די קרענק?

פסיכלאגן און אנדערע מומחים אויף דעם געביט, פארשן אויס די סיבה פון וואו עס נעמט זיך צו א מענטש די דאזיגע "פאביע". אנדערע האלטן אז דאס איז א "משפחה קרענק" וואס גייט איבער פון טאטן צום קינד. אנדערע האלטן אז עס איז לגמרי נישט קיין גענעטישע זאך. איינס איז אבער קלאר, ווען עס איז פאראן אין די משפחה א מענטש מיט א שטארקע "פאביע", איז דריי פאכיג מער עלול אז עס זאל ערשיינען צו די משפחה לייט אנדערע "פאביעס".

וויאזוי צו באקעמפן א פאביע

דער בעסטער מיטל ווי אזוי צו באקעמפן א פאביע, איז דורך באקעמפן די פאביע! דהיינו? ווען איינער ליידט פון א פאביע און ער גיט נאך פאר די פאביע, ער גייט נישט צווישן מענטשן, אדער ער טוט נישט סיי וועלכע אנדערע זאך, פאר וועלכע וואס ער האט מורא. בויעט ער דערמיט אויף די פאביע, ער פאשטערקערט עס, און מאכט עס פאר א חלק פון זיין לעבן.

כדי פטור צו ווערן פון א פאביע, מוזן מען עס באקעמפן. צום ביישפיל: אויב ער האט מורא צו זיין אין א פארמאכטן זאל, אדער צווישן טויזנטער מענטשן, זאל ער בכוונה תחילה גיין אין אזעלכע ערטער וואו עס זענען דא א סאך מענטשן, און זיך שטעלן ביים אנהייב פון די מאסע מענטשן. ווען דאס וועט אדורכגיין בשלום, זאל זיך דער מענטש טראכטן און זאגן צו זיך אליין, "זעהסט? דו ביזט געווען צווישן טויזנטער מענטשן, און עס איז דיר גארנישט געשען, ביזט אהיימגעקומען בשלום" . ביי די צווייטע געלעגנהייט זאל ער שוין גיין אביסל אריינציר, און נאכדעם זאל ער זי ווידער גוט "אויס'מוסר'ן" אז "זעהסט עס איז גארנישט געשען". ביי א דריטע געלעגנהייט זאל ער שוין אריינגיין גאנץ טיף, און אפילו די פאביע וועט אנהייבן צו ווירקן, ער וועט וועלן אנטלויפן פון דארט "כל זמן שהנשמה בקרבו" זאל ער ערקלערן קריג מיט די פאביע, זיך נישט רירן דווקא שטיין אויף איין ארט און זאגן צו זיך אליין. "דו זעסט וואס פארא נאר דו ביסט? די צוויי מאל וואס דו ביזט דא געווען, איז גארנישט געשען, פארוואס מיינסטו אז דווקא יעצט, ווייל דו ביזט געגאנגען אביסל אריינציר צי וועט עאעס געשען? ניין! איך גיי נישט אוועק פון דא "יעבור עלי מה" איך ריר זיך נישט פון ארט".

דאס זעלבע איז מיט די וואס האבן מורא צו פליען מיט אן עראפלאן. קודם זאל ער ארויפגיין אויף די טרעפ וואס פירן צום עראפלאן, ער זאל גיין ביזן טיר, גיבן א קוק אריין, און צוריק אראפגיין. און ער זאל טראכטן ביי זיך "איך בין געווען ביים טיר פון לייבן גרוב און דער לייב האט מיט נישט פארציקט", א צווייטן מאל זאל ער שוין אריינגיין אפאר שריט, זיך אומקוקן און בלייבן דארט אפאר מינוט, אפילו ער פילט אז "עס איז נישט דא קיין לופט"..., א דריטן מאל זאל ער ארומשפאצירן איבער'ן גאנצן עראפלאן, זיך אראפזעצן אויפ'ן בענקל און זיך איבערצייגן אז די בענקלעך אין עראפלאן איז נישט קיין סכנה.

דער כלל גילט ביי יעדע פאביע, קודם דארף מען "גיבן א שמעק" און זיך איבערצייגן אז סאיז גארנישט, דערנאך דארף מען זיך אביסל דורכרעדן מיט די פאביע. און "אים זאגן" זעסט ס'איז גארנישט, דו שרעקסט מיך סתם אפ, דערנאך דארף מען אנהייבן מיט אים א פעסטע מלחמה. פון דארט און ווייטער וועט זיך אלעס ענדערן און די מלחמה מיט די פאביע וועט ווערן גרינגער.

און אז דער מענטש וועט דאס איינמאל ברעכן, ער וועט איינמאל "ווייזן" פאר'ן פאביע ווער עס איז דער בעל הבית און ווער עס האט דאס לעצטע ווארט, וועט זיך די פאביע אפטאן פון אים. טאקע נישט מיט איינמאל, עס וועט קומען און גיין, אבער כל זמן וואס ער וועט עס באקעמפן, וועט "ער" זיין דער בעל הבית אויף די פאביע, דערגעגן ווען מען איז מוותר פאר די פאביע, און מען פאלגט אויס די נארישע פאביע, איז די פאביע בעל הבית אויפ'ן מענטש.

באנוצונג מיטן ווארט פאביע אויף נישט דאקטוירישע באגריפן

אין געוויסע פעלער, זענען שרעק אדער האס נישט קיין פאביע אינעם דאקטוירישע לעקסיקאן, נאר א סימפאטום פאר אנדערע פסיכלאגישע פראבלעמען.

קרישקעלעך

  • די גאנצע וועלט נישט מער ווי א פאביע. אלעס דאכט זיך, עס איז בלויז איינרעדענישן, און מיליאנען מענטשן לעבן און ווילן אז אנדערע זאלן אויך לעבן אויף הוילע פאנטאזיעס.
  • איינמאל שטייענדיג ביי א גרויסן מעמד פון קידוש שם שמים ברבים, אויף דער גאס, צוזאמען מיט נאך טויזנטער אידן, וואו דער עולם איז געשטאנען צוזאמענגעפרעסט, האט זיך איין פאליסמאן אנגערופן צום צווייטן: "ווען דו ביסט א חסיד, קענסטו זיך נישט ערלויבן צו זיין קלויסטראפאביע".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!