אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישראל טויב"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט ישראל טויב צו רוי:ישראל טויב אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(8 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|ערשטער מאדזשיצער רבי}} | |||
[[טעקע:Divrei_Yisrael_standing.jpg|שמאל|250px]] | [[טעקע:Divrei_Yisrael_standing.jpg|שמאל|250px]] | ||
'''רבי ישראל טויב''' ([[תר"ט]], ראטשוינז - [[י"ג כסלו]] [[תרפ"א]]), באקאנט ווי דער "דברי ישראל", איז געווען דער ערשטער [[מאדזשיץ (חסידות)|מאדזשיצער]] [[אדמו"ר|רבי]]. | |||
==אפשטאם== | ==אפשטאם== | ||
רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין [[ראטשוינז]] אין אנהייב יאר [[תר"ט]] צו זיין פאטער | רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין [[ראטשוינז]] אין אנהייב יאר [[תר"ט]] צו זיין פאטער [[רבי שמואל אליהו טויב (זוואלין)|רבי שמואל אליהו טויב]], [[קאזמיר (חסידות)|זוואלינער]] רבי, זון פון [[רבי יחזקאל טויב]] פון [[קאזמיר (חסידות)|קאָזמיר]]. | ||
==לעבנסגעשיכטע== | ==לעבנסגעשיכטע== | ||
שורה 32: | שורה 33: | ||
*אשי ישראל-פירוש אויף דער [[הגדה של פסח]] | *אשי ישראל-פירוש אויף דער [[הגדה של פסח]] | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* שרה פרידלאנד בן-ארזה, [http://www.piyut.org.il/articles/761.html הניגון בחסידות מודז'יץ], ביי [[הזמנה לפיוט]] וועבזייטל | * שרה פרידלאנד בן-ארזה, [http://www.piyut.org.il/articles/761.html הניגון בחסידות מודז'יץ], ביי [[הזמנה לפיוט]] וועבזייטל | ||
* [http://www.youtube.com/watch?v=_3luBlAViuU היימלאזער ניגון] | * [http://www.youtube.com/watch?v=_3luBlAViuU היימלאזער ניגון] | ||
שורה 43: | שורה 44: | ||
[[קאַטעגאָריע:פוילישע אדמורי"ם]] | [[קאַטעגאָריע:פוילישע אדמורי"ם]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ישראל טאוב]] | |||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:31, 8 יולי 2024
רבי ישראל טויב (תר"ט, ראטשוינז - י"ג כסלו תרפ"א), באקאנט ווי דער "דברי ישראל", איז געווען דער ערשטער מאדזשיצער רבי.
אפשטאם
רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין ראטשוינז אין אנהייב יאר תר"ט צו זיין פאטער רבי שמואל אליהו טויב, זוואלינער רבי, זון פון רבי יחזקאל טויב פון קאָזמיר.
לעבנסגעשיכטע
פון קינדווייז אן האט רבי ישראל זיך אויסגעצייכענט מיט זיין מוזיקאלישער פעהיקייט. ער האט אנגעהויבן קאמפאנירן ניגונים, און אזוי ווי ער האט נישט געוואוסט וועגן שרייבן נאטן האט ער איינגעחזר'ט די ניגונים בעל פה.
ווען ער איז געווען אלט 14 יאר האט ער געהייראט דאברא, די טאכטער פון ר' חיים שאול פרידמאן, חזן אין דעם בית מדרש פון רבי ישראל'ס זיידע, דער קאזמירער רבי. 15 יאר האט ער געגעסן קעסט ביי זיין שווער, און האט געזעסן און געלערנט תורה. זיין שווער האט פרובירט מאכן אים פאר א סוחר אבער ס'איז נישט געלונגען, זיין איידעם האט געלערנט א גאנצן טאג.
רבנות
ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן אין תרמ"ח (1888) האט מען אים גערופן קיין זוואלין איבערנעמן זיין פאטער'ס רבנות שטעלע. ער איז געבליבן דארט איין יאר. דערנאך האט מען אים באשטימט שטאטס רב פון איוואנגראד, וואס די חסידים האבן גערופן מאדזשיץ (היינט א באצירק פון דעמבלין). דארט האט ער אויפגעשטעלט זיין הויף וואס איז געוואקסן און איז געווארן א ציל פאר חסידים פון גאנץ רוסיש פוילן.
ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האבן אלע איינוואוינער פון די פעסטונג שטעט געדארפט זיך אוועקציען צו אנדערע שטעטלעך. אין מאדזשיץ איז געווען א גרויסע פעסטונג אויף די ברעגן פונעם ווייסל האט רבי ישראל געדאפט אוועקציען און האט זיך באזעצט אין ויסלה נאלץ טאוב לעקור את מקומו ועבר לראדעם. אין תרע"ג (1913) האט ער שטארק געליטן פון צוקערקרענק און ער איז געפארן אין בערלין דארט איז ער אדורכגעגאנגען א שווערע אפעראציע צו אמפוטירן א פוס צו ראטעווען זיין לעבן; ער האט געבעטן מען זאל אים אפערירן אן אנעסטעזיע און ער האט דעמאלסט מחבר געווען זיין "אזכרה" ניגון. אין זיינע עלטערע יארן איז ער אריבער קיין ווארשע וואו ער איז נפטר געווארן י"ג כסלו תרפ"א (1920). מען האט אים באערדיגט אין דעם גרויסן ווארשעווער בית עולם.
זיין זון הרב שאול ידידיה אלעזר טויב איז געווארן זיין ממלא מקום.
זיינע ניגונים
הרב ישראל טויב איז געווען א פרוכפערער קאמפאזיטאר. ער פלעג דאווענען פארן עמוד אין די הייליגע טעג פאר אלע תפילות, ביז זיינע לעצטע יארן. ער האט געהאט א שטארקע טענאר שטימע. א גרויסער טייל פון זיינע ניגונים זענען פארלוירן געגאנגען ביי דער חורבן אייראפע. היינט זענען באקאנט פון אים עטליכע 100 ניגונים, א טייל פון זיי זענען געווארן וועלט'ס ניגונים.
צוויי פון זיינע ניגונים האבן איבערגלאזט א גרויסן רושם:
- דער אזכרה ניגון - אין יאר תרע"ג האט רבי ישראל געדארפט פארן אין בערלין צוליב זיין צוקערקרענק כדי מ'זאל אמפוטירן זיין פוס, צו פארמיידן פארגיפטן זיין בלוט. ביי דער אפעראציע האט ער נישט געלאזט אז מען זאל אים געבן אנעסטעזיע. ער האט געליטן מוראדיגע ייסורים, און ווען ער האט ארויסגעקוקט פון דער פענסטער און געזען די שיינקייט פון דער שטאט בערלין, האט ער אינגאנצן פארגעסן פון זיינע שמערצן, און געטראכט נאר פון ירושלים וואס איז נידעריג און וויסט. דעמאלסט האט ער קאמפאנירט א ניגון אויף די ווערטער פון די סליחות: "אזכרה אלקים ואהמיה בראותי כל עיר על תילה בנויה והעיר ירושלים מושפלת עד שאול תחתיה". דער ניגון האט 32 פאלן און ווערט גערעכנט איינער פון די מערסט קאמפליצירטע ניגונים פון חסידישער מוזיק. מען זינגט דעם ניגון אין מאדזשיץ איין מאל א יאר, אויף זיין יארצייט.
- דער היימלאזער ניגון - אין דע רתקופה פון דער ערשטער וועלט־מלחמה האבן אלע איינוואוינער פון די פעסטונג שטעט געדארפט זיך אריבערציען צו אן אנדער וואוינונע כדי זייערע שטעט זאלן דינען ווי באזעס פאר דער מיליטער. דער מאדזשיצער רבי האט זיך אריבערגעצויגן קיין ראדעם. אונטערוועגס צו ראדעם און אויך ווען ער איז אנגעקומען דארט האט ער באמערקט די אלע היימלאזע אידן וואס האבן זיך געדרייט דארטן און געזוכט וואו זיך אראפצולייגן זייער קאפ ביינאכט. דאן האט ער מחבר געווען דעם היימלאזער ניגון אויף די ווערטער פון קאפיטל כ"ג פון תהלים "מזמור לדוד ה' רועי לא אחסר". יעדער פאל פונעם ניגון הייבט אן פאמעלאך, מיט טאנען פון אומערט און ייאוש, און ענדיגט גיך מיט האפנונג. אזוי האט דער מאדזשיצער רבי געוואלט איבערגעבן אז אין אלע שווערע צייטן, צום סוף קומט דער באשעפער און לייזט אויס און ראטעוועט.
זיינע ספרים
- דברי ישראל-כללי אוריתא
- דברי ישראל-פירוש אויף דער תורה
- אשי ישראל-פירוש אויף דער הגדה של פסח
דרויסנדיגע לינקס
- שרה פרידלאנד בן-ארזה, הניגון בחסידות מודז'יץ, ביי הזמנה לפיוט וועבזייטל
- היימלאזער ניגון
- מזמור לדוד, אזכרה אלקים ואהמיה, באתר הזמנה לפיוט, בביצוע: בן-ציון שענקער
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!