אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באנק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט באנק צו רוי:באנק אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = financial institution that accepts deposits|העב=מוסד פיננסי העוסק בטיפול ובתיווך בכסף.|דייטש=Kreditinstitut, das entgeltliche Dienstleistungen für den Zahlungs-, Kredit- und Kapitalverkehr anbietet|}}
[[טעקע:Paolo_Monti_-_Serie_fotografica_-_BEIC_6336964.jpg|קליין|1970]]
[[טעקע:Paolo_Monti_-_Serie_fotografica_-_BEIC_6336964.jpg|קליין|1970]]
א '''באנק''' (מ"צ '''בענק''') איז א אינסטיטוציע וועלכע שטעלט צו אלע סארט פינאנציעלע סערוויסעס ווי בארגן געלט, אוועקלייגן געלט, אינוועסטמענטס, [[קרעדיט קארד]], דעביט קארד, באנקנאטן, און מטבעות.
א '''באנק''' (מ"צ '''בענק''') איז א אינסטיטוציע וועלכע שטעלט צו אלע סארט פינאנציעלע סערוויסעס ווי בארגן געלט, אוועקלייגן געלט, אינוועסטמענטס, [[קרעדיט קארד]], דעביט קארד, באנקנאטן, און מטבעות.
שורה 56: שורה 57:
זינט עס איז אזוי גרינג צו נוצן דאס געלט אין די קאנטעס גייען אדורך ביליאנען טראנזאקציעס פער טאג אין די באנק סיסטעם און אלעס מוז פונקטליך רעקארדירט ווערן דורך א פארגעשריטענע קאמפיוטער סיסטעם. אויסער די עלעקטראנישע טראנזאקציעס איז פאראן מיליאנען טשעקס וועלכע גייען אדורך יעדן טאג און עס וואלט גענומען טויזענטער ארבייטער פאר יעדע באנק צו באהאנדלן יעדע טשעק.
זינט עס איז אזוי גרינג צו נוצן דאס געלט אין די קאנטעס גייען אדורך ביליאנען טראנזאקציעס פער טאג אין די באנק סיסטעם און אלעס מוז פונקטליך רעקארדירט ווערן דורך א פארגעשריטענע קאמפיוטער סיסטעם. אויסער די עלעקטראנישע טראנזאקציעס איז פאראן מיליאנען טשעקס וועלכע גייען אדורך יעדן טאג און עס וואלט גענומען טויזענטער ארבייטער פאר יעדע באנק צו באהאנדלן יעדע טשעק.


צו דעם איז פאראן אזא זאך ווי א קלירינג הויז וועלכע גיבט זיך אפ נאר מיט דעם. אלע טשעקס קומען אן אהין און זי באהאנדעלט דאס און מאכט אן עלעקטראנישע טראנזאקציע פאר די באנק. אויך די באנק מאשינען ווערן אנגעפירט דורך א דריטע פארטיי פירמע וויבאלד די באנק אליינס האט נישט די צייט און ארבייטער דאס צו טאן אליינס. דאס געלט וואס ווערט דארט דעפאזיט ווערט אפגענומען יעדע נאכט דורך א ספעציעלע פירמע וועלכע ארבעט פאר די באנק. די פירמע דארף אויך צושטעלן די קעש אין די מאשינען אז עס זאל זיין גענוג צו יעדע צייט.  
צו דעם איז פאראן אזא זאך ווי א קלירינג הויז וועלכע גיבט זיך אפ נאר מיט דעם. אלע טשעקס קומען אן אהין און זי באהאנדלט דאס און מאכט אן עלעקטראנישע טראנזאקציע פאר די באנק. אויך די באנק מאשינען ווערן אנגעפירט דורך א דריטע פארטיי פירמע וויבאלד די באנק אליינס האט נישט די צייט און ארבייטער דאס צו טאן אליינס. דאס געלט וואס ווערט דארט דעפאזיט ווערט אפגענומען יעדע נאכט דורך א ספעציעלע פירמע וועלכע ארבעט פאר די באנק. די פירמע דארף אויך צושטעלן די קעש אין די מאשינען אז עס זאל זיין גענוג צו יעדע צייט.  
== אנדערע סערוויסעס ==
== אנדערע סערוויסעס ==


שורה 71: שורה 72:
   
   
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:בנק]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:30, 26 אקטאבער 2023

1970

א באנק (מ"צ בענק) איז א אינסטיטוציע וועלכע שטעלט צו אלע סארט פינאנציעלע סערוויסעס ווי בארגן געלט, אוועקלייגן געלט, אינוועסטמענטס, קרעדיט קארד, דעביט קארד, באנקנאטן, און מטבעות.


וואס איז א באנק?

בענק זענען קריטיש צו דער עקאנאמיע וויבאלד זיי זענען הויפט אינסטיטוציעס פון געלט האנדלונג, און אָן זיי וואלט מען נישט געקענט טאן קיין ביזנעס וויבאלד מען וואלט נישט געהאט פון וואנעט צו בארגן קיין געלט. מענטשן וואלטן נישט געקענט קויפן קיין הייזער און קינדער וואלטן נישט געקענט גיין אין קאלעדזש וויבאלד צו די אלע זאכן פעלט זיך געווענליך אויס אן הלוואה וועלכע מען צאלט אפ צעביסלעך מיט פראצענט.

ווי געזאגט איז בארגן די הויפט פונקציע פון א באנק. די באנק נעמט אן איינצאלן פון מיליאנען קונטן און זי נוצט דאס געלט אויף צו בארגן און מאכן א ריווח דערפון. זי גוט אויך א טייל פון דעם ריווח פאר די וואס בארגן איר דאס געלט און דאס ווערט צוגעטיילט דורך אינטערעסט. אבער א באנק קען נישט ארויסבארגן דאס גאנצע געלט וויבאלד זי מוז דאך האבן געלט פאר די טאג טעגליכע באנקירונג. דער מאקסימום וואס א באנק קען ארויסבארגן שטייט היינט צווישן 90 און 97 פראצענט, געוואנדן לויט די באנק סארט. די מאקסימום ווערט באשטימט דורך די פעדעראלע רעזערוו און דאס ווערט זייער שטרענג נאכגעקוקט. פארשטייט זיך אז דאס געלט דארף נישט זיין אין קעש ווייל קיין איין באנק פארמאגט נישט צופיל קעש און רוב געלט איז נאר עלעקטראנישע געלטער וועלכע זי האלט אין אן קאנטע מיט די פעדעראלע רעזערוו. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז א באנק קען ארויסבארגן פיל מער געלט וויפיל קעש זי פארמאגט.

פון יעדע הונדערטער וואס א מענטש לייגט אריין אין באנק ווערט 90 דאלאר דערפון גענוצט צו בויען די עקאנאמיע. דאס געלט ווערט ארויסגעבארגט צו א צווייטע באנק אדער פינאנציעלע אינסטיטוציע וועלכע בארגט דאס ווייטער און אזוי בויעט זיך די עקאנאמיע. מיט דעם כוח ווערט געלט גענוצט צווישן די באפעלקערונג פיל מער וויפיל עס עקזיסטירט באמת. דער דורכשניטליכער מענטש האלט טאקע אין באנק נאר עטליכע צענדליגער טויזנטער דאלאר אבער מיט דאס געלט קען מען מאכן כפלי כפלים.

די סוקסעס פון באנקירונג

באנקירונג איז געבויט אויף צוטרוי. מיר געטרויען די באנק אז זיי וועלן אפהיטן אונזער געלט און די באנק געטרויעט פאר וועמען זי בארגט דאס אז יענער וועט דאס אפצאלן. דאס געלט וואס מיר שטעלן אריין אין באנק ווערט אוועקגעבארגט פאר אנדערע אבער ווען אימער מיר דארפן דאס קענען מיר דאס אפנעמען. דאס ווערט אנגערופן דער פלוס פון געלט. איינער לייגט אריין און א צווייטער נעמט ארויס. די באנק דארף שטענדיג האלטן קאנטראל וויפיל קעש זי פארמאגט ווייל יעדן טאג קומען מענטשן און נעמען ארויס געלט. אויב זאלן אלע קאסטומערס אנקומען איין אינדערפרי און יעדער זאל אפבעטן זיין געלט וועט די באנק דאס נישט קענען צושטעלן. עס קלינגט אביסל שרעקעדיג, אבער דאס איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם ווייל עס פאסירט נישט אזא מין זאך היינטיגע צייטן.

עס זענען פאראן טעג וואס מער מענטשן ברויכן האבן געלט ווי בעפאר חגאות און דעמאלט דארף די באנק צושטעלן מער קעש ווי געווענליך. יעדע וויקענד איז פאראן מער קעש אין די באנק און אינמיטן די וואך איז די באנק כעמט ליידיג פון קעש ווייל זייער ווייניג מענטשן נעמען ארויס געלט דעמאלט.

רוב בענק אין אמעריקע האבן אינשורענס דורך די פעדעראלע רעגירונג. אויב א באנק גייט באנקראט, אדער עס האלט בעפאר'ן גיין באנקראט און מענטשן קענען נישט באקומען זייער געלט וויבאלד עס איז נישט פאראן, איז מען פארזיכערט דורך די פעדעראלע רעגירונג ביז 100 טויזענט דאלאר. אויב איינער פארמאגט מער פון דעם איז כדאי ער זאל צעשפרייטן זיין געלט צווישן עטליכע בענק אין פאל אזא זאך וועט אמאל פאסירן.

סארטן בענק

עס זענען פאראן עטליכע סארט באנק אינסטיטוציעס. רוב בענק זענען קאמערציאלע בענק וועלכע זענען געמאכט צו סערווירן די ביזנעס קלאס אבער די אלע בענק גיבן אויך קאנטעס פאר יעדן איינעם וויבאלד זיי ווילן שטארק האבן וואס מער געלט. עס זענען פאראן סעווינגס בענק, סעווינגס ענד לאונס, קאאפעראטיוו בענק, און קרעדיט יוניאנס וועלכע זענען אלע אין פאקט בענק נאר ווערן אנגערופן מיט דעם נאמען טריפט אינסטיטוציעס.

די אלע סארט בענק זענען ארגינעל אויפגעשטעלט געווארן צו געבן סערוויס פאר די וואס קענען נישט באקומען קיין סערוויס מיט די קאמערציאלע בענק. סעווינגס בענק זענען ארגינעל געגרינדעט געווארן פאר די שוואכע פארדינער וועלכע ווילן האלטן זייער געלט אין באנק. סעווינגס ענד לאונס אסאסיאציעס זענען געגרינדעט געווארן אין די 80'גער יארן צו געבן סערוויס און לאונס פאר ארימע מענטשן זיי זאלן קענען קויפן הייזער. קרעדיט יוניאנס זענען געגרינדעט געווארן צו געבן הלוואות פאר מענטשן אין פאל פון אן עמוירדזשענסי ווי א מעדיקל עמוירדזשענסי אדער ענליכע זאכן ווען מען מוז זאפארט האבן געלט.

היינט צו טאג גיבן אלע בענק אלע סערוויס וויבאלד יעדער וויל יענעמ'ס ביזנעס. די קאמערציאלע באנק גיט אן הלוואה פאר אן עמוירדזשענסי און די קרעדיט יוניאן גיט א קאמערציאלע הלוואה און אויך מארטגעדזשעס.


וויאזוי א באנק מאכט געלט

בעפאר מען טראכט אריין דערין די ערשטע מאל מיינט מען אז א באנק איז מער ווי א סערוויס וועלכע מאכט אויך אביסל געלט אין א זייט. אין פאקט איז א באנק א ביזנעס פונקט ווי אלע ביזנעסער און זי מאכט שווערע געלטער.

זייער פשוט. די באנק בארגט ארויס געלט און בעט דאס אפ מיט אינטערעסט. פון די אינטערעסט קומט אריין ביליאנען דאלארן וויבאלד די באנק בארגט ארויס צענדליגער ביליאנען דאלארן. די באנק גיט אראפ א טייל פון די אינטערעסט וואס זי פארדינט פאר די וואס האלטן געלט אין אירע קאנטעס. טייל קאנטעס באקומען בכלל נישט קיין אינטערעסט, טייל אביסל, און טייל אסאך. אבער דאס איז אלעס נאר א קליינע טייל פון וויפיל אינטערעסט די באנק מאכט מיט יענע געלט.

אינטערעסט ראטעס זענען אבער נישט קיין באשטימטע זאך און טוישט זיך כסדר. דער הויפט זאך וואס טוישט די אינטערעסט ראטעס איז די זעלבע זאך וואס טוישט פרייזן פון פראדוקטן אין א געווענליכע פירמע. און דאס ווערט אנגערופן: סופליי און פארלאנג. פונקט ווי א נארמאלע פירמע וועט אראפלאזן די פרייז ווען זי האט קונקורענט וועלן די בענק אויך אראפלאזן די אינטערעסט ראטעס צוליב קאנקורענט. פונקט ווי א נארמאלע פירמע וועט הייבן די פרייזן ווען זי האט ווייניג סופליי אזוי אויך וועלן זיך די אינטערעסט ראטע הייבן אויב עס איז פאראן ווייניג געלט צו בארגן. אויך די עקאנאמיע קען טוישן די אינטערעסט ראטעס וויבאלד אמאל פעלט זיך אויס צו הייבן די אינטערעסט ראטעס כדי מער מענטשן זאלן אינוועטסירן און אמאל פעלט זיך אויס צו נידערן די אינטערעסט ראטעס ווען די עקאנאמיע שטייט נישט גוט און מענטשן בארגן נישט קיין געלט פון די בענק.

די דורכשניטליכע אינטערעסט ראטעס ווערן קאנטראלירט דורך די פעדעראלע רעזערוו אבער יעדע באנק באזונדער קען גיין ביליגער אדער טייערער לויט איר באגער כדי צוצוציען מער קונדן.

ווען א באנק בארגט ארויס געלט פאר א מענטש אדער פירמע איז דאס אן איינשטעל וועלכע די באנק נעמט אונטער. וויפיל מאל מאכט זיך אז א פירמע גייט באנקראט אדער די אינוועסטמענט ארבעט זיך נישט אויס און די באנק דערלייגט דאס געלט. די אינטערעסט ראטעס איז געווענליך טייערער ווי גרעסער דער איינשטעל. ווען א מענטש מיט א גוטע קרעדיט היסטאריע בארגט געלט וועט ער באקומען די בעסטע אינטערעסט פרייזן וויבאלד די באנק פארלאזט זיך שוין אויף אים אז ער באצאלט. אבער אויב א מענטש בארגט געלט צום ערטשן מאל אדער אויב ער האט א שוואכע קרעדיט היסטאריע וועט די באנק מוזן בעטן מער אינטערעסט וויבאלד דער איינשטעל איז גרעסער און דאס קומט מיט א טייערערע פרייז.

אינטערעסט איז נישט קיין פרוטות כאטש עס קוקט אויס ווייניג. אינטערעסט ווערט גערעכנט איינע אויף די אנדערע וואס ווערט אנגערופן קאמפאנדעט. ווען א מענטש נעמט ארויס א מארטגעדזש פון 250 טויזענט דאלאר פאר 25 יאר אין די אינטערעסט ראטע איז 4 פראצענט וועט ער צאלן איבער 100 טויזענט דאלאר אין אינטערעסט וויבאלד די אינטערעסט ווערט גערעכנט איינע אויף די אנדערע יאר נאך יאר.

עס קוקט טאקע אויס זייער טייער אבער אין פאקט איז עס כדאי ווייל אנדערש וואלטן מיר געדארפט ארבעטן א גאנץ לעבן צו קענען אועקלייגן די גאנצע געלט צו קויפן א הויז. אזוי קען מען דאס קויפן ווען מען איז יונג און מען צאלט עס אפ צעביסלעך. דאס זעלבע איז מיט ביזנעס. ווייניג מענטשן וואלטן געקענט אנהייבן א ביזנעס ווען נישט די באנק. אויב די ביזנעס ארבעט זיך אויס האט זיך עס פיל מאל געלוינט צו צאלן דער פרייז פאר די אינטערעסט.

איינצאל זיכערהייט

אין די פאראייניגטע שטאטן זענען פאראן 12 רעזערוו בענק צעשפרייט איבער אמעריקע וועלכע זענען ווי אפטיילונגן פון די פעדעראלע רעזערוו באנק אין וואשינגטאן. די פעדעראלע רעזערוו האט א רייע רעגולאציעס וועלכע זי פארלאנגט פון אלע בענק זאלן נאכפאלגן וועלכע פארזיכערן דאס געלט פון די קאסטומערס. און צוגאב איז פאראן אן אינשורענס פון די פעדעראלע רעגירונג ביז 100 טויזענט דאלאר פער מענטש ווי פריער דערמאנט.

די אינשורענס איז צושטאנד געקומען אין די 930' יארן ווען עס האט געהערשט א דעפרעסיע אין אמעריקע און יעדע שטיק צייט איז ארויס קלאנגן איבער א געוויסע באנק אז זי שטייט שוואך. וואס עס האט פאסירט דארף מען נישט אראפלייגן. ביז מינוטן זענען אלע מענטשן צוזאמענגעלאפן און פארלאנגט די באנק זאל זיי ארויסגעבן אלע געלט. אפילו אויב דאס איז נאר געווען א פאלשע קלאנג איז די באנק געווען אויף צרות פשוט ווייל זי האט נישט פארמאגט אזויפיל געלט אין קעש.

זעענדיג אז דאס לאנד און בענק גייען צוגרונד, האט די פעדעראלע רעגירונג אויפגעשטעלט די "פעדערלע דעפאזיט אינשורענס קאאפעראציע" וועלכע האט פארזיכערט פאר יעדן איינעם אז זייער געלט איז פארזיכערט דורך די פעדעראלע רעגירונג און אזוי האט זיך אפגעשטילט די פראבלעמען. אין יענע יארן איז די מאקסימום פארזיכערונג געווען $2,500 פער מענטש און איז געדאפעלט געווארן ביז עטליכע יאר.

היינט איז פאראן גאר א שטארקע פובליק צוטרוי צו די באנק סיסטעם און די אינשורענס שטייט היינט ביי $100,000. אין צוגאב צו די פעדעראלע אינשורענס גיבן רוב בענק היינט אייגענע אינשורענס וועלכע פארזיכערט פון גניבות און שווינדלערייען אבער דאס איז געוואנדן לויט די באנק'ס פאליסיס וועלכע איז אנדערש איינע פון די אנדערע.

טשעקקאנטעס

א באנק שטעלט צו אסאך פינאנציעלע סערוויסעס (פראדוקטן) פאר אירע קאסטומערס. די מערס גענוצטע סערוויס איז די טשעקקאנטע וועלכע איז געמאכט צו קענען אריינלייגן און ארויסנעמען געלט יעדע מינוט אין טאג אן דעם וואס מען זאל דארפן צאלן אינטערעסט אזויווי עס איז דער פאל מיט א קרעדיט קארד. מען קען ארויסנעמען דאס געלט דורך א טעללער, דורך די מאשין, אדער דורך א טשעק. אין צוגאב קען מען נוצן דאס געלט אין די טשעקקאנטע דורך א דעביט קארטל צו קויפן פראדוקטן אן דארפן מיטנעמען קעש.

זינט עס איז אזוי גרינג צו נוצן דאס געלט אין די קאנטעס גייען אדורך ביליאנען טראנזאקציעס פער טאג אין די באנק סיסטעם און אלעס מוז פונקטליך רעקארדירט ווערן דורך א פארגעשריטענע קאמפיוטער סיסטעם. אויסער די עלעקטראנישע טראנזאקציעס איז פאראן מיליאנען טשעקס וועלכע גייען אדורך יעדן טאג און עס וואלט גענומען טויזענטער ארבייטער פאר יעדע באנק צו באהאנדלן יעדע טשעק.

צו דעם איז פאראן אזא זאך ווי א קלירינג הויז וועלכע גיבט זיך אפ נאר מיט דעם. אלע טשעקס קומען אן אהין און זי באהאנדלט דאס און מאכט אן עלעקטראנישע טראנזאקציע פאר די באנק. אויך די באנק מאשינען ווערן אנגעפירט דורך א דריטע פארטיי פירמע וויבאלד די באנק אליינס האט נישט די צייט און ארבייטער דאס צו טאן אליינס. דאס געלט וואס ווערט דארט דעפאזיט ווערט אפגענומען יעדע נאכט דורך א ספעציעלע פירמע וועלכע ארבעט פאר די באנק. די פירמע דארף אויך צושטעלן די קעש אין די מאשינען אז עס זאל זיין גענוג צו יעדע צייט.

אנדערע סערוויסעס

די צווייטע מערסט אויפגעכאטע קאנטע איז די סעווינגס קאנטע וועלע איז גארנישט אנדערש ווי די טשעקקאנטע מיט'ן איינציגסטן אויסנאם אז עס פארדינט אינטערעסט. די סעווינגס קאנטע איז געמאכט צו האלטן קליינע סכומים געלט וועלכע זאל שטענדיג זיין גרייט צום באנוץ און זאל אין דער זעלבער צייט פארדינען אינטערעסט.

אויב וויל מען פארדינען מער אינטערעסט דארף מען אריינשטלען דאס געלט אין אנדערע סארט קאנטעס וועלכע די באנק שטעלט צו פאר גוטע אינטערעסט פארדינסטן. ווי לענגער מען פארשפארט דאס געלט אלס מער אינטערעסט פארדינט מען און די אינטערעסט ראטעס קענען זיין אנדערש אין איין באנק ווי די צווייטע.

אויסער די הויפט באנקירונג סערוויסעס שטעלט א באנק צו אלע סארט פינאנציעלע סערוויס היינט צו טאג. א באנק גיט ארויס הלוואות, לאזט באצאלן בילס, גיט אינוועסטמענט סערוויס, רעטייערמענט און ערציאונגס פלענער, פארשידענע אינשורענס, און נאך צענדליגער זאכן וועלכע מיר נוצן יעדן טאג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!