אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלטער יחיאל קארניאל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אלטער יחיאל קארניאל צו רוי:אלטער יחיאל קארניאל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]")
 
(6 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
ר' '''אלטער יחיאל קאַרניאָל''' ([[ה'תרט"ו]] - [[ו' כסליו]] [[ה'תר"צ]]) איז געבוירן אין [[פוילן]] און געווען דארט אן אויסגערופענער [[חזן]].
ר' '''אלטער יחיאל קאַרניאָל''' ([[ה'תרט"ו]] - [[ו' כסליו]] [[ה'תר"צ]]) איז געבוירן אין [[פוילן]] און געווען דארט אן אויסגערופענער [[חזן]].


שורה 26: שורה 27:
{{גרונטסארטיר:קארניאל, אלטער}}
{{גרונטסארטיר:קארניאל, אלטער}}
[[קאַטעגאָריע:חזנים]]
[[קאַטעגאָריע:חזנים]]
[[קאַטעגאָריע:פוילישע יידן]]
[[קאַטעגאָריע:פוילישע אידן]]
[[קאטעגאריע:מענטשן פון ניו יארק]]
[[קאטעגאריע:מענטשן פון ניו יארק]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:00, 20 דעצעמבער 2023

ר' אלטער יחיאל קאַרניאָל (ה'תרט"ו - ו' כסליו ה'תר"צ) איז געבוירן אין פוילן און געווען דארט אן אויסגערופענער חזן.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין דזיאלאשיץ, קעלצער גובערניע, צו זיין פאטער אברהם וועלכע איז געווען א סוחר.

ביי די זעכצן האט ער שוין באקומען א חזנות פאסטן אינעם באקאנטן רבי אייזיקס רבי יעקלס שוהל אין קראקע. דערנאך האט ער געדינט אין פארשידענע שטעט אין גאליציע און אונגארן, ווי אלט-אויבן, גרויסווארדיין, מישקאלץ, סאבאדקע און נאך.

שפעטער האט ער אימגירירט צו די פאראייניגטע שטאטן און געדינט אלס חזן אין ביהמ"ד אוהב צדק אין מאנהעטן, ניו יארק וואו ער איז געבליבן זיבן יאהר.

דערנאך איז ער געפארן צוריק קיין אדעס אויפן פארלאנג פון דער דארטיגער קהילה, און דערנאך איז ער אין ליכט פונעם אדעסער פאגראם צוריק געקומען קיין אמעריקע וואו ער איז געווארן חזן אין דער ראמענישער שוהל אויף 118 סטריט. פון דארט צו ביהכ"נ שערי צדק, און דאן צוריק צו אוהב צדק.

שטימע און חזנות סטיל

חזן קארניאל איז באקאנט אינעם עולם החזנות אלס ריכטיגער זאגער מיט א אויסערגעווענליכער אייגנארטיגער התלהבות, השתפכות הנפש און ווארימקייט.

דער בארימטער חזן יהושע ווידער איז געווען פון זיינע תלמידים און זינגט אויף זיין גאנג, ספעציעל האט ער גענומען זיין לאנגן קאלאראטור מיט וואס ער איז באקאנט.

ער האט איבערגעלאזט פילע חזנישע קאמפאזיציעס וואס ער האט רעקארדירט אין די עלטערע יאהרן, וואו מ'קען הערן א טייל פון זיין גרויסקייט אלס חזן און בעל תפלה.

וועב

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!