אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יעקב דורי"
ק (החלפת טקסט – "לעכן" ב־"ליכן") |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = Israeli general (1899-1973)|העב=רמטכ"ל צה"ל הראשון|דייטש=Generalstabschef der israelischen Armee, Zahal|}} | |||
[[טעקע:Yaakov Dori, Chief of General Staff.jpg|קליין|יעקב דארי]] | [[טעקע:Yaakov Dori, Chief of General Staff.jpg|קליין|יעקב דארי]] | ||
'''יעקב דארי''' (דאסטראווסקי) ([[1899]], [[ירושלים]], [[ישראל]] - 22סטן יאנואר 1973) איז געווען דער ערשטער [[שעף פון גענעראל שטאב]] פון [[צה"ל]].{{הערה|[http://www.tidhar.tourolib.org/tidhar/view/3/1120 תדהר ענציקלאפעדיע]}} | '''יעקב דארי''' (דאסטראווסקי) ([[1899]], [[ירושלים]], [[ישראל]] - 22סטן יאנואר 1973) איז געווען דער ערשטער [[שעף פון גענעראל שטאב]] פון [[צה"ל]].{{הערה|[http://www.tidhar.tourolib.org/tidhar/view/3/1120 תדהר ענציקלאפעדיע]}} | ||
שורה 22: | שורה 23: | ||
{{גרונטסארטיר:דורי, יעקב}} | {{גרונטסארטיר:דורי, יעקב}} | ||
[[קאטעגאריע:שעפן פון גענעראל שטאב פון צה"ל]] | [[קאטעגאריע:שעפן פון גענעראל שטאב פון צה"ל]] | ||
[[קאטעגאריע: | [[קאטעגאריע:מדינת ישראל פאליטיקער]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:יעקב דורי]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:27, 26 אקטאבער 2023
יעקב דארי (דאסטראווסקי) (1899, ירושלים, ישראל - 22סטן יאנואר 1973) איז געווען דער ערשטער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל.[1]
זיין פאמיליע האט זיך באזעצט אין חיפה, דארט האט ער געלערנט. ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, האט ער זיך אנגעשלאסן אין דער בריטישער ארמיי, אין דער יידישער בריגאדע, וואס זאב זשאבאטינסקי האט אויפגעשטעלט. אין 1921, האט מען אים ארויסגעווארפן פון דער ארמיי, צוליב זיינע אקטיוויטעטן אין דער הגנה אין די תרפ"א ראיאטן.
נאכדעם האט ער געארבעט אין דער יידישער אגענטור. און אין 1929, איז ער געווארן הגנה קאמאנדיר פון חיפה. אין 1939, איז ער געווארן שעף פון גענעראל שטאב, פון דער הגנה, וואס ער האט אנגעהאלטן ביז 1946. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט ער טיילגענומען אין דעם מצדה אויפן כרמל פלאן.
אין 1946, איז ער געפארן צו די פאראייניגטע שטאטן, איינהאנדלען געווער און וואפן פאר אידן אין ארץ ישראל. אין 1947 איז ער צוריק, און ביי דער אומאפהענגיגקייט־מלחמה איז ער געווען הויפט גענעראל. ווען צה"ל איז געווארן אויפגעשטעלט, איז ער געווארן דער ערשטער שעף פון גענעראל שטאב, אבער זיין געזונט צושטאנד, האט אים נישט ערלויבט, אויספירן זיין ארבעט. דערפאר איז יגאל ידין, געווען פאקטישער שעף פון גענעראל שטאב.
ער האט רעזיגנירט 1949, און ער האט געארבעט אינעם וויסנשאפטליכן ראט פונעם פרעמיער מיניסטערס ביורא, און אין 1952 איז ער געווארן פרעזידנט פונעם טעכניאן. א פאזיציע וואס ער האט אנגעהאלטן לאנגע יארן. אויך איז ער געווען א מיטגליד אין דער פנחס לבון פרשה, וואס האט אויפגערודערט ישראל.
ווען דוד בן גוריון האט אויפגעשטעלט זיין "רפ"י" פארטיי, איז ער געווען אויף דער ליסטע צום חיפהער שטאטראט, זיי האבן פארלוירן, אבער דורי איז געווען וויצע בירגערמייסטער.
רעפערענצן
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: יעקב דורי |
פריערדיגער: ערשטער |
שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל 1948-1949 |
נאָכפאלגער: יגאל ידין |
שעפן פון גענעראל שטאב פון צה"ל | ||
---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!