אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ראדזשער הארגריווס"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "איצט" ב־"יעצט")
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(7 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
'''טשאַרלס ראָדזשער האַרגריווס''' ([[ענגליש]]: ''Charles Roger Hargreaves''; {{כ}}[[9טן מאי]] [[1935]] - [[11טן סעפטעמבער]] [[1988]]) איז געווען אַן ענגלישער [[קינדער ליטעראטור|קינדער ביכער]] שרייבער  און אילוסטראַטאָר וואָס ווערט בעסטנס געדענקט פאַר זיינע [[מ"ר מענער|"מ"ר מענער" און "קליינע פּאַניעס"]] סעריעס פאַר יונגע קינדער. די פּשוטע און הומאָריסטישע געשיכטעס מיט העלע קאָלירטע און אַקצענטירטע אילוסטראַציעס זענען געוואָרן אַ טייל פון פּאָפּ קולטור זינט 1971, מיט העכער 85 מיליאָן קאָפּיעס פאַרקויפט איבער די וועלט אויף 20 שפּראַכן.  
{{דעסקריפציע|ענגלישער קינדער שרייבער און אילוסטראטאר}}
'''טשאַרלס ראָדזשער האַרגריווס''' ([[ענגליש]]: ''Charles Roger Hargreaves''; {{ר}}[[9טן מאי]] [[1935]] - [[11טן סעפטעמבער]] [[1988]]) איז געווען אַן ענגלישער [[קינדער ליטעראטור|קינדער ביכער]] שרייבער  און אילוסטראַטאָר וואָס ווערט בעסטנס געדענקט פאַר זיינע [[מ"ר מענער|"מ"ר מענער" און "קליינע פּאַניעס"]] סעריעס פאַר יונגע קינדער. די פּשוטע און הומאָריסטישע געשיכטעס מיט העלע קאָלירטע און אַקצענטירטע אילוסטראַציעס זענען געוואָרן אַ טייל פון פּאָפּ קולטור זינט 1971, מיט העכער 85 מיליאָן קאָפּיעס פאַרקויפט איבער די וועלט אויף 20 שפּראַכן.  


== לעבן ==
== לעבן ==
=== געבורט ===
=== געבורט ===
טשאַרלס ראָדזשער האַרגריווס איז געבוירן געוואָרן אין אַ פּריוואַטן שפּיטאַל ביי 201 באַט רויד, קלעקהיטאָן, מערב יאָרקשיר דעם 9טן מאי 1935 צו אַלפרעד רעדזשינאַלד און עטעל מערי האַרגריווס. ער איז דערצויגן געוואָרן ביי 703 האַליפאַקס רויד, האַרטשעד מור, קלעקהיטאָן. יעצט איז דאָ אַ ספּעציעלע ברעטל פאַר אים אויסער דאָס הויז.
טשאַרלס ראָדזשער האַרגריווס איז געבוירן געוואָרן אין אַ פּריוואַטן שפּיטאַל ביי 201 באַט רויד, קלעקהיטאָן, מערב יאָרקשיר דעם 9טן מאי 1935 צו אַלפרעד רעדזשינאַלד און עטעל מערי האַרגריווס. ער איז ערצויגן געוואָרן ביי 703 האַליפאַקס רויד, האַרטשעד מור, קלעקהיטאָן. יעצט איז דאָ אַ ספּעציעלע ברעטל פאַר אים אויסער דאָס הויז.


=== ערשטע יארן ===
=== ערשטע יארן ===
שורה 29: שורה 30:
* "געוויקסנפרוכטן"
* "געוויקסנפרוכטן"


== וועבלינקען ==
==דרויסנדיגע לינקס==
* [https://www.mrmen.com/ אפיציעלע וועבזייטל] {{לינקשפראך|ענגליש}}
* [https://www.mrmen.com/ אפיציעלע וועבזייטל] {{לינקשפראך|ענגליש}}


שורה 37: שורה 38:
[[קאטעגאריע:מאלערס]]
[[קאטעגאריע:מאלערס]]
[[קאטעגאריע:בריטישע שרייבער]]
[[קאטעגאריע:בריטישע שרייבער]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:רוג'ר הרגריבס]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:21, 8 יולי 2024

טשאַרלס ראָדזשער האַרגריווס (ענגליש: Charles Roger Hargreaves; ‏9טן מאי 1935 - 11טן סעפטעמבער 1988) איז געווען אַן ענגלישער קינדער ביכער שרייבער און אילוסטראַטאָר וואָס ווערט בעסטנס געדענקט פאַר זיינע "מ"ר מענער" און "קליינע פּאַניעס" סעריעס פאַר יונגע קינדער. די פּשוטע און הומאָריסטישע געשיכטעס מיט העלע קאָלירטע און אַקצענטירטע אילוסטראַציעס זענען געוואָרן אַ טייל פון פּאָפּ קולטור זינט 1971, מיט העכער 85 מיליאָן קאָפּיעס פאַרקויפט איבער די וועלט אויף 20 שפּראַכן.

לעבן

געבורט

טשאַרלס ראָדזשער האַרגריווס איז געבוירן געוואָרן אין אַ פּריוואַטן שפּיטאַל ביי 201 באַט רויד, קלעקהיטאָן, מערב יאָרקשיר דעם 9טן מאי 1935 צו אַלפרעד רעדזשינאַלד און עטעל מערי האַרגריווס. ער איז ערצויגן געוואָרן ביי 703 האַליפאַקס רויד, האַרטשעד מור, קלעקהיטאָן. יעצט איז דאָ אַ ספּעציעלע ברעטל פאַר אים אויסער דאָס הויז.

ערשטע יארן

האַרגריווס האָט געלערנט ביי דעם סאָרבי ברידזש גראַמאַטיק שול (היינט טריניטי אַקאַדעמיע סאָרבי ברידזש). דערנאָך האָט ער געאַרבעט אַ יאָר ביי דעם געוועש און טרוקנע רוימונג געשעפט פון זיין פאָטער איידער באַנעמען זיך אין רעקלאַמירונג. ער האָט אָריגינעל געוואָלט זיין אַ קאַרטוניסט, און אין זיין צייט אַלס דער קרעאַטיוו דירעקטאָר פון אַ לאָנדאָנער פירמע אין 1971 האָט ער געשריבן "מ"ר קיצל", דאָס ערשטע בוך אין דער "מ"ר מענער" סעריע. ער האָט ערשטנס געשטרענגט זיך געפינען אַ פאַרלאַג, נאָר די ביכער זענען געוואָרן אַ באַלדיקע הצלחה מיט מער ווי אַ מיליאָן קאָפּיעס פאַרקויפט איבער דריי יאָר. אין 1974 האָט דער BBC פּראָדוצירט אַן אַנימירטע טעלעוויזיע סעריע באַזירט אויף די ביכער, וואָס איז דערציילט געוואָרן פון אַרטור לאָוע.

אין 1976 האָט האַרגריווס געלאָזט זיין הויפּט אַרבעט. אין 1981 האָט דער "קליינע פּאַניעס" סעריע אָנגעהויבן, און אין 1983 איז זי אויך אַדאַפּטירט געוואָרן אַלס אַ טעלעוויזיע סעריע דערציילט פון פּאָלין קאָלינס, מיט איר מאַן דזשאָן אָלדערטאָן. האַרגריווס האָט געשריבן אַ סאַך אַנדערע קינדער ביכער, נאָר איז בעסטנס באַקאַנט פאַר "מ"ר מענער" (46 ביכער) און "קליינע פּאַניעס" (33 ביכער).

טויט

צווישן 1975 און 1982 האָט האַרגריווס געוואוינט מיט זיין משפּחה אין גערנזי. דערנאָך האָבן זיי באַזעצן זיך ביים סאַסעקס הויז פאַרם לעבן קאַודען, קענט. האַרגריווס איז געשטאָרבן דעם 11טן סעפּטעמבער 1988 ביים עלטער פון 53 אינעם קענט און סאַסעקס שפּיטאַל צוליב אַ שלאַק. ער איז נקבר געוואָרן אין קאַודען, מזרח סאַסעקס. לויט די איינגעבוירן איז עס נישטאָ געווען קיין רוים אינעם בית קברות ביי דעם קאַודען קירכע, נאָר ער האָט שוין געקויפט דעם נאָענטן פעלד צו ווערן נקבר דאָ צוזאַמען מיט די משפּחה. נאָך זיין טויט האָט זיין זון אַדם ממשיך זיין שרייבן און צייכנען "מ"ר מענער" און "קליינע פּאַניעס" מיט נייע געשיכטעס (נאָר מיטן נאָמען פון זיין פאָטער אויף די העמדילעך). אין אַפּריל 2004 האָט זיין אלמנה קריסטין פאַרקרויפט די רעכטן צו די "מ"ר מענער" כאַראַקטערן צו די בריטישע פאַרוויילונג גרופּע קאָריאָן פאַר £28 מיליאָן. אין דעצעמבער 2011 האָט קאָריאָן פאַרקרויפט די "מ"ר מענער" מאַרקע און פאַרבונדענע פּראָדוקטן צום יאַפּאַנישע פירמע סאַנריאָ.

משפחה

האַרגריווס און זיין ווייב האָבן געהאַט פיר קינדער: אַדם, גיילס און די צווילינג סאָפי און אַמיליע. דעם ערשטן "מ"ר מענער" כאַראַקטער איז געשאַפן געוואָרן ווען דעם 6 יאָריקן אַדם האָט געפרעגט זיין פאָטער ווי אַזוי אַ קיצל וואָלט קוקן. האַרגריווס האָט געצייכנט אַ פיגור מיט אַ רונדן אָראַנזשן קערפּער און לאַנגע שלאַנגישע אָרעמס, וואָס איז געוואָרן מ"ר קיצל. דאָס בוך "קליינע פּאַניע צווילינג" איז געשריבן געוואָרן פאַר די צווילינג טעכטער פון האַרגריווס.

סעריעס געשריבן

  • "מ"ר מענער"
  • "קליינע פּאַניעס"
  • "וואָלטער וואָרעם"
  • "דזשאָן מויז"
  • "אַלבערט העלפאַנד, פירשט וואָרעם און זיידע זייגער"
  • "איך בין..."
  • "טימבאַקטו"
  • "היפּאָ פּאָטאָ און מויז"
  • "איזי פּיזי מענטשן" (געשריבן אויך פון גריי דזשאָליף)
  • "רונדי און קוואַדרי"
  • "געוויקסנפרוכטן"

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!