אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יהושע פערלע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ײ" ב־"יי")
ק (החלפת טקסט – "יידישע שרייבער" ב־"אידישע שרייבער")
 
(18 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|יידיש-שפראך שרייבער}}
{{יתום}}
{{יתום}}
'''יהושע פּערלע''' (1888, [[ראדעם]] -  אָנהייב נאָװעמבער 1943 אָדער 1944, [[אוישוויץ|בירקענוי]]), איז געװען אַ פּראָדוקטיװער מחבר און איבערזעצער אױף [[אידיש]].
'''יהושע פּערלע''' (1888, [[ראדעם]] -  אָנהייב נאָוועמבער 1943 אָדער 1944, [[אוישוויץ|בירקענוי]]), איז געווען אַ פּראָדוקטיווער מחבר און איבערזעצער אויף [[אידיש]].


== לעבן און װערק ==
== לעבן און ווערק ==
=== קינדער־יאָרן און יוגנט ===
=== קינדער־יאָרן און יוגנט ===
פּערלע איז געבױרן אין 1888 אין ראָדעם אין [[פּױלן]], אַ בן־יחיד מיט אַ סך האַלב־ברידער און האַלב־שװעסטער. דער טאַטע איז געװען אַ פּשוטער הייהענדלער. ביז צו זיין צװעלפטן לעבנסיאָר האָט ער זיך געלערנט אין חדר, נאָך דעם אין אַ רוסישער גימנאַזיע. אין 1904 האָט פּערלע געשריבן אַ ליד אױף רוסיש, װאָס ער האָט דעקלאַמירט אין גימנאַזיע צום טױט פון [[הערצל|טעאָדאָר הערצל]]<ref>Perle, Yehoshue: ''Everyday Jews: Scenes from a vanished life''. Edited by David Roskies. Translated from Yiddish by Maier Deshell and Margaret Birshteyn. New Haven: Yale University Press, 2007, p. VIII</ref>.
פּערלע איז געבוירן אין 1888 אין ראָדעם אין [[פוילן]], אַ בן־יחיד מיט אַ סך האַלב־ברידער און האַלב־שוועסטער. דער טאַטע איז געווען אַ פּשוטער הייהענדלער. ביז צו זיין צוועלפטן לעבנסיאָר האָט ער זיך געלערנט אין חדר, נאָך דעם אין אַ רוסישער גימנאַזיע. אין 1904 האָט פּערלע געשריבן אַ ליד אויף רוסיש, וואָס ער האָט דעקלאַמירט אין גימנאַזיע צום טויט פון [[הערצל|טעאָדאָר הערצל]]<ref>Perle, Yehoshue: ''Everyday Jews: Scenes from a vanished life''. Edited by David Roskies. Translated from Yiddish by Maier Deshell and Margaret Birshteyn. New Haven: Yale University Press, 2007, p. VIII</ref>.


אין 1905 האָט ער זיך אַריבערגעצױגן קיין [[װאַרשע]], וואוּ געאַרבעט װי אַ חשבון־פירער אין אַ באַנק. דאָרטן האָט ער אָנגעהױבן צו שרייבן אונטער דער השפּעה פון [[יצחק לייבוש פרץ|י.ל.פּרץ]] און נח פּרילוצקי, װאָס האָט געפירט אַ ליטעראַרישן סאַלאָן און געהאָלפן פּערלע אַרױסגעבן זיין ערשטע דערציילונג, װאָס ער האָט צו ערשט געשריבן אױף רוסיש און שפּעטער איבערגעזעצט אױף ייִדיש. אין יענער צייט באַקענט ער זיך מיט שרה, מיט װעמען ער האָט שפּעטער חתונה. זייער זון לאָלעק װערט געבױרן אין 1919<ref>Perle 2007: p. IX</ref>. פון 1908 אָן האָט  פּערלע  געשריבן בלױז אױף ייִדיש.
אין 1905 האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין [[וואַרשע]], וואוּ געאַרבעט ווי אַ חשבון־פירער אין אַ באַנק. דאָרטן האָט ער אָנגעהויבן צו שרייבן אונטער דער השפּעה פון [[יצחק לייבוש פרץ|י.ל.פּרץ]] און נח פּרילוצקי, וואָס האָט געפירט אַ ליטעראַרישן סאַלאָן און געהאָלפן פּערלע אַרויסגעבן זיין ערשטע דערציילונג, וואָס ער האָט צו ערשט געשריבן אויף רוסיש און שפּעטער איבערגעזעצט אויף ייִדיש. אין יענער צייט באַקענט ער זיך מיט שרה, מיט וועמען ער האָט שפּעטער חתונה. זייער זון לאָלעק ווערט געבוירן אין 1919<ref>Perle 2007: p. IX</ref>. פון 1908 אָן האָט  פּערלע  געשריבן בלויז אויף ייִדיש.


=== פּערלעס ליטעראַרישע שאַפונגען ביז צו דער צװייטער וועלט־מלחמה ===
=== פּערלעס ליטעראַרישע שאַפונגען ביז צו דער צווייטער וועלט־מלחמה ===
פּערלע איז געװען אַ פּראָדוקטיװער שרייבער; ער האָט אַרױסגעגעבן דערציילונגען, ראָמאַנען, קריטישע עסייען און אַרטיקלען כּמעט אין אַלע ייִדיש־שפּראַכיקע צייטשריפטן אין פּױלן.
פּערלע איז געווען אַ פּראָדוקטיווער שרייבער; ער האָט אַרויסגעגעבן דערציילונגען, ראָמאַנען, קריטישע עסייען און אַרטיקלען כּמעט אין אַלע ייִדיש־שפּראַכיגע צייטשריפטן אין פּוילן.


אין אָנהייב האָט פּערלע געשריבן סענטימענטאַל אױפן שטייגער פון [[שלום אַש]]. אין יענער תּקופה האָט ער געשריבן די דערציילונג "שבת", װאָס איז אַרױס אין נח פּרילוצקיס אַנטאָלאָגיע "דער יונגער גייסט" (1908). שפּעטער האָט ער פאַרעפנטלעכט דעם ראָמאַן "מירל" (1920), געװידמעט זיין פרױ שׂרהן. די פּאָעמע אין פּראָזע "אין לאַנד פון דער װייסל" (1921) און די דערציילונגען־זאַמלונג "זינד" (1923) געהערן צו פּערלעס ליריש־ראָמאַנטישן פּעריאָד<ref>Perle 2007: p. X</ref>.
אין אָנהייב האָט פּערלע געשריבן סענטימענטאַל אויפן שטייגער פון [[שלום אַש]]. אין יענער תּקופה האָט ער געשריבן די דערציילונג "שבת", וואָס איז אַרויס אין נח פּרילוצקיס אַנטאָלאָגיע "דער יונגער גייסט" (1908).


אונטער דער השפּעה פון דער נאַטוראַליסטישער שטרעמונג פון יצחק מאיר װייסענבערג האָט פּערלע ביסלעכװייז אַנטװיקלט אַ מער פּאַרזענלעכן רעאַליסטישן סטיל. אין די נאַטוראַליסטישע װערק האָט ער באַשריבן דאָס טאָגטעגלעכע לעבן פונעם פּױליש־ייִדישן פּראָלעטאַריאַט, פון װעלכן ער אַליין געשטאַמט. היות ער האָט געאַרבעט װי אַ באַנק־אָנגעשטעלטער, האָט ער געשילדערט געשטאַלטן פון דער ספערע פונעם באַנקװעזן, אַ נאָװענע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, למשל, אין דער נאָװעלע "ניין אַ זייגער אין דער פרי" (1923), שפּעטער אַרױסגעגעבן אינעם באַנד אונטער דעם זעלבן נאָמען (1930)<ref>Perle 2007: footnote 9</ref>.
אונטער דער השפּעה פון דער נאַטוראַליסטישער שטרעמונג פון יצחק מאיר ווייסענבערג האָט פּערלע ביסלעכווייז אַנטוויקלט אַ מער פּאַרזענליכן רעאַליסטישן סטיל. אין די נאַטוראַליסטישע ווערק האָט ער באַשריבן דאָס טאָגטעגליכע לעבן פונעם פּויליש־ייִדישן פּראָלעטאַריאַט, פון וועלכן ער אַליין געשטאַמט. היות ער האָט געאַרבעט ווי אַ באַנק־אָנגעשטעלטער, האָט ער געשילדערט געשטאַלטן פון דער ספערע פונעם באַנקוועזן, אַ נאָווענע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, למשל, אין דער נאָוועלע "ניין אַ זייגער אין דער פרי" (1923), שפּעטער אַרויסגעגעבן אינעם באַנד אונטער דעם זעלבן נאָמען (1930)<ref>Perle 2007: footnote 9</ref>.


אין 1926 האָט זיין פרױ זיך גענומען דאָס לעבן און פּערלע האָט אָנגעהױבן שרייבן אַ  סך סענסאַציאָנעלע דערציילונגען (שונד־ראָמאַנען)<ref>שמערוק, חנה: לתולדות הספרות השונד ביידיש. אין: תרביץ נב, ב (תשמג). זז' 325-354</ref> פאַר "דער מאָמענט", װאָס ער פלעגט אונטערחתמענען ניט מיט דעם אייגענעם נאָמען נאָר מיט דריי שטערנדלעך (***).
אין 1926 האָט פּערלע אָנגעהויבן שרייבן אַ  סך סענסאַציאָנעלע דערציילונגען <ref>שמערוק, חנה: לתולדות הספרות השונד ביידיש. אין: תרביץ נב, ב (תשמג). זז' 325-354</ref> פאַר "דער מאָמענט", וואָס ער פלעגט אונטערחתמענען ניט מיט דעם אייגענעם נאָמען נאָר מיט דריי שטערנדלעך (***).
 
פּערלעס חשובסטע שאַפונג איז דער אױטאָביאָגראַפישער ראָמאַן "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" (1935), פאַר װעלכן ער האָט באַקומען ליטעראַרישע פּרייזן. "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" איז דער ערשטער טייל פון אַ טרילאָגיע. אינעם צװייטן טייל "די גילדענע פּאַװע: ראמאן אין צוויי טיילן" (1939-1937) האָט ער זיך אומדערװאַרטערהייט צוריקגעקערט צום סענסאַציאָנעלן סטיל פון שונד; פונעם דריטן טייל "גילגולים" (1939) געפינט זיך דער איינציגער עקזעמפּלאַר אין דער פּױלישער נאַציאָנאַל־ביבליאָטעק נאָר עס איז נעלם געװאָרן דער סוף<ref>Perle 2007: p. XIV & footnote 24</ref>.


=== די מלחמה־שריפטן<ref>דובר דפן, מאיה: יהושע פרלע: כתובים מתקופת המלחמה. אין: חוליות 11 (2008), זז' 93-114</ref><ref>צווישן לעבן און טויט. פּובליקירט דורך בער מאַרק. וואַרשע: ייִדיש בוך, 1955. זז'5-15 און 142-149</ref> ===
=== די מלחמה־שריפטן<ref>דובר דפן, מאיה: יהושע פרלע: כתובים מתקופת המלחמה. אין: חוליות 11 (2008), זז' 93-114</ref><ref>צווישן לעבן און טויט. פּובליקירט דורך בער מאַרק. וואַרשע: ייִדיש בוך, 1955. זז'5-15 און 142-149</ref> ===
אין אָנהייב פון דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צװייטער וועלט־מלחמה]] איז פּערלע מיט זיין זון און שנור אַנטלאָפן פון װאַרשע קיין [[לעמבערג]], וואוּ עס איז געװען אַ גרעסערע גרופּע פון ייִדישע שרייבער. דאָרטן האָט ער פאַרברענגט אַ רויִקע צייט אַפילו אױב ער האָט זיך אָנגעטראָפן אױף פּראָבלעמען מיט דער סאָװעטן־מאַכט צוליב זיינע בונדיסטישע שריפטן. װען די נאַציס זענען באַפאַלן דעם [[ראַטן־פאַרבאַנד]], איז פּערלע צוריק קיין װאַרשע, וואוּ ער האָט זיך באַטייליקט אין [[ווארשעווער געטא|װאַרשעװער געטאָ]] אין אומלעגאַלע קולטורעלע און שריפטשטעלערישע טעטיגקייטן צוזאַמען מיט יצחק שיפּער, הלל זיידמאַן, [[יצחק קאצענעלסאן|יצחק קאַצענעלסאָן]] אד"גל. [[עמנואל רינגלבלום|עמנואל רינגעלבלום]] האָט אים אַריינגעצױגן צו שרייבן פאַרן אונטערערדישן געטאָ־אַרכיװ, "עונג־שבת"<ref>Kassow, Samuel D.: Who Will Write Our History? Emanuel Ringelblum, the Warsaw Ghetto, and the Oyneg Shabes Archive. Bloomington: Indiana University Press 2007</ref>.
אין אָנהייב פון דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צווייטער וועלט־מלחמה]] איז פּערלע מיט זיין זון און שנור אַנטלאָפן פון וואַרשע קיין [[לעמבערג]], וואוּ עס איז געווען אַ גרעסערע גרופּע פון ייִדישע שרייבער. דאָרטן האָט ער פאַרברענגט אַ רואיקע צייט אַפילו אויב ער האָט זיך אָנגעטראָפן אויף פּראָבלעמען מיט דער סאָוועטן־מאַכט צוליב זיינע בונדיסטישע שריפטן. ווען די נאַציס זענען באַפאַלן דעם [[ראַטן־פאַרבאַנד]], איז פּערלע צוריק קיין וואַרשע, וואוּ ער האָט זיך באַטייליקט אין [[ווארשעווער געטא|וואַרשעווער געטאָ]] אין אומלעגאַלע קולטורעלע און שריפטשטעלערישע טעטיגקייטן צוזאַמען מיט יצחק שיפּער, הלל זיידמאַן, [[יצחק קאצענעלסאן|יצחק קאַצענעלסאָן]] אד"גל. [[עמנואל רינגלבלום|עמנואל רינגעלבלום]] האָט אים אַריינגעצויגן צו שרייבן פאַרן אונטערערדישן געטאָ־אַרכיוו, "עונג־שבת"<ref>Kassow, Samuel D.: Who Will Write Our History? Emanuel Ringelblum, the Warsaw Ghetto, and the Oyneg Shabes Archive. Bloomington: Indiana University Press 2007</ref>.


אין 1942 האָט פּערלע געשריבן "חורבן װאַרשע"<ref>Weinstock, Micheline et Nathan: Khurbm Varshe. L'anéantissement de la Varsovie juive. Revue d'histoire de la Shoah 164, pp. 102-112</ref>, אַ טאָגבוך און אַ כראָניק װאָס שילדערט די גרױזאַמע איבערלעבונגען בעת דעם גרױסן גירוש אין זומער פונעם זעלביקן יאָר, װען די נאַציס האָבן צוזאַמענגעטריבן און פאַרשיקט 260000 איינוואוינער פון געטאָ קיין [[טרעבלינקע]]. אָט דער דאָקומענט געהערט צו די װיכטיקסטע עדותשאַפטן בנוגע די גירושים אין געטאָ. "4580"<ref>Roskies, David G.: The Literature of Destruction. Philadelphia: The Jewish Publication Society 1988. pp. 381-385 & 450-454</ref> איז פּערלעס לעצטע באַקאַנטע שריפטשטעלערישע אַרבעט. דער טיטל פאַררופט זיך אױף די נומערן װאָס די איינוואוינער אין װאַרשעװער געטאָ האָבן באַדאַרפט כּדי צו באַקומען אַן אַרבעט אין די "שאַפּס" (װאַרשטאַטן אין געטאָ). די אַרבעט איז געװען דער איינציג מעגליכער מיטל אױסצומיידן די באַלדיקע פאַרשיקונג. פּערלע און זיין זון האָבן נאָך איבערגעלעבט דעם גירוש פון יאַנואַר 1943, אַריבערגעגאַנגען אױף דער אַרישער זייט פון װאַרשע מיט פאַלשע פּאַפּירן. אין אַפּריל האָבן זיי געהאַט אַ לעצטע האָפענונג צו אַנטלױפן פון פּױלן (האָטעל פּאָלסקי אַפערע)<ref>דער האָטעל פּאָלסקי אַפערע: האָטעל פּאָלסקי איז געװען אַ האָטעל אין װאַרשע, װאָס די נאַציס האָבן באַניצט װי אַן אינטערנירונגס־אָרט פאַר װאַרשעװער ייִדן. אָט די (רייכע) ייִדן האָבן דאָרטן געקענט קױפן אױסלענדישע פּאַספּאָרטן, מיט וועלכע זיי וואָלטן געקענט פאַרלאָזן דעם וואַרשעווער געטאָ. דער אומברענג פון די ייִדן רופט מען דעם האָטעל פּאָלסקי אַפערע.</ref>, אָבער פאָטער און זון זענען פאַרשיקט און אומגעבראַכט געװאָרן אין בירקענוי (1943 אָדער 1944).  
אין 1942 האָט פּערלע געשריבן "חורבן וואַרשע"<ref>Weinstock, Micheline et Nathan: Khurbm Varshe. L'anéantissement de la Varsovie juive. Revue d'histoire de la Shoah 164, pp. 102-112</ref>, אַ טאָגבוך און אַ כראָניק וואָס שילדערט די גרויזאַמע איבערלעבונגען בעת דעם גרויסן גירוש אין זומער פונעם זעלביקן יאָר, ווען די נאַציס האָבן צוזאַמענגעטריבן און פאַרשיקט 260000 איינוואוינער פון געטאָ קיין [[טרעבלינקע]]. אָט דער דאָקומענט געהערט צו די וויכטיגסטע עדותשאַפטן בנוגע די גירושים אין געטאָ. "4580"<ref>Roskies, David G.: The Literature of Destruction. Philadelphia: The Jewish Publication Society 1988. pp. 381-385 & 450-454</ref> איז פּערלעס לעצטע באַקאַנטע שריפטשטעלערישע אַרבעט. דער טיטל פאַררופט זיך אויף די נומערן וואָס די איינוואוינער אין וואַרשעווער געטאָ האָבן באַדאַרפט כּדי צו באַקומען אַן אַרבעט אין די "שאַפּס" (וואַרשטאַטן אין געטאָ). די אַרבעט איז געווען דער איינציג מעגליכער מיטל אויסצומיידן די באַלדיקע פאַרשיגונג. פּערלע און זיין זון האָבן נאָך איבערגעלעבט דעם גירוש פון יאַנואַר 1943, אַריבערגעגאַנגען אויף דער אַרישער זייט פון וואַרשע מיט פאַלשע פּאַפּירן. אין אַפּריל האָבן זיי געהאַט אַ לעצטע האָפענונג צו אַנטלויפן פון פּוילן (האָטעל פּאָלסקי אַפערע)<ref>דער האָטעל פּאָלסקי אַפערע: האָטעל פּאָלסקי איז געווען אַ האָטעל אין וואַרשע, וואָס די נאַציס האָבן באַניצט ווי אַן אינטערנירונגס־אָרט פאַר וואַרשעווער ייִדן. אָט די (רייכע) ייִדן האָבן דאָרטן געקענט קויפן אויסלענדישע פּאַספּאָרטן, מיט וועלכע זיי וואָלטן געקענט פאַרלאָזן דעם וואַרשעווער געטאָ. דער אומברענג פון די ייִדן רופט מען דעם האָטעל פּאָלסקי אַפערע.</ref>, אָבער פאָטער און זון זענען פאַרשיקט און אומגעבראַכט געוואָרן אין בירקענוי (1943 אָדער 1944).  


אַחוץ "חורבן װאַרשע", "4580" און "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" איז פּערלעס װערק ביז אױפן היינטיגן טאָג קױם געפאָרשט.
אַחוץ "חורבן וואַרשע", "4580" און "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" איז פּערלעס ווערק ביז אויפן היינטיגן טאָג קוים געפאָרשט.


== ביבליאָגראַפיע ==
== ביבליאָגראַפיע ==
* '''''אונטער דער זון''''', װאַרשע: ברידער לעװין עפּשטיין און שותּפים, 1920
* '''''אונטער דער זון''''', וואַרשע: ברידער לעווין עפּשטיין און שותּפים, 1920
* '''''אין לאַנד פון דער װייסל''''', װאַרשע: די צייט, 1922
* '''''אין לאַנד פון דער ווייסל''''', וואַרשע: די צייט, 1922
* '''''זינד: נאָװעלן''''', װאַרשע: אַלט-יונג, 1923
* '''''זינד: נאָוועלן''''', וואַרשע: אַלט-יונג, 1923
* [http://archive.org/details/nybc202060 '''''ניין אַ זייגער אין דער פרי: נאָװעלן'''''], װילנע: קלעצקין, 1930
* [http://archive.org/details/nybc202060 '''''ניין אַ זייגער אין דער פרי: נאָוועלן'''''], ווילנע: קלעצקין, 1930
* '''''די גילדענע פּאַװע: ראָמאַן אין צװיי טיילן''''', טייל 1, װאַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1937 ([http://www.worldcat.org/title/gildene-pave-roman-in-tsvey-teyln/oclc/41653236 WorldCat])
* '''''די גילדענע פּאַווע: ראָמאַן אין צוויי טיילן''''', טייל 1, וואַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1937 ([http://www.worldcat.org/title/gildene-pave-roman-in-tsvey-teyln/oclc/41653236 WorldCat])
* '''''גילגולים''''', װאַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1939
* '''''גילגולים''''', וואַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1939


== פוסנאָטעס ==
== פוסנאָטעס ==
שורה 38: שורה 37:


{{גרונטסארטיר:פערלע, יהושע}}
{{גרונטסארטיר:פערלע, יהושע}}
[[קאַטעגאָריע:יידישע שרייבער]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע שרייבער]]
[[קאַטעגאָריע:פוילישע יידן]]
[[קאַטעגאָריע:פוילישע אידן]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:ספק חשוב]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:יהושע פרלה]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]
[[קאַטעגאָריע:פארשפארט אויף המכלול העברי]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:11, 18 פעברואר 2024

 

יהושע פּערלע (1888, ראדעם - אָנהייב נאָוועמבער 1943 אָדער 1944, בירקענוי), איז געווען אַ פּראָדוקטיווער מחבר און איבערזעצער אויף אידיש.

לעבן און ווערק

קינדער־יאָרן און יוגנט

פּערלע איז געבוירן אין 1888 אין ראָדעם אין פוילן, אַ בן־יחיד מיט אַ סך האַלב־ברידער און האַלב־שוועסטער. דער טאַטע איז געווען אַ פּשוטער הייהענדלער. ביז צו זיין צוועלפטן לעבנסיאָר האָט ער זיך געלערנט אין חדר, נאָך דעם אין אַ רוסישער גימנאַזיע. אין 1904 האָט פּערלע געשריבן אַ ליד אויף רוסיש, וואָס ער האָט דעקלאַמירט אין גימנאַזיע צום טויט פון טעאָדאָר הערצל[1].

אין 1905 האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין וואַרשע, וואוּ געאַרבעט ווי אַ חשבון־פירער אין אַ באַנק. דאָרטן האָט ער אָנגעהויבן צו שרייבן אונטער דער השפּעה פון י.ל.פּרץ און נח פּרילוצקי, וואָס האָט געפירט אַ ליטעראַרישן סאַלאָן און געהאָלפן פּערלע אַרויסגעבן זיין ערשטע דערציילונג, וואָס ער האָט צו ערשט געשריבן אויף רוסיש און שפּעטער איבערגעזעצט אויף ייִדיש. אין יענער צייט באַקענט ער זיך מיט שרה, מיט וועמען ער האָט שפּעטער חתונה. זייער זון לאָלעק ווערט געבוירן אין 1919[2]. פון 1908 אָן האָט פּערלע געשריבן בלויז אויף ייִדיש.

פּערלעס ליטעראַרישע שאַפונגען ביז צו דער צווייטער וועלט־מלחמה

פּערלע איז געווען אַ פּראָדוקטיווער שרייבער; ער האָט אַרויסגעגעבן דערציילונגען, ראָמאַנען, קריטישע עסייען און אַרטיקלען כּמעט אין אַלע ייִדיש־שפּראַכיגע צייטשריפטן אין פּוילן.

אין אָנהייב האָט פּערלע געשריבן סענטימענטאַל אויפן שטייגער פון שלום אַש. אין יענער תּקופה האָט ער געשריבן די דערציילונג "שבת", וואָס איז אַרויס אין נח פּרילוצקיס אַנטאָלאָגיע "דער יונגער גייסט" (1908).

אונטער דער השפּעה פון דער נאַטוראַליסטישער שטרעמונג פון יצחק מאיר ווייסענבערג האָט פּערלע ביסלעכווייז אַנטוויקלט אַ מער פּאַרזענליכן רעאַליסטישן סטיל. אין די נאַטוראַליסטישע ווערק האָט ער באַשריבן דאָס טאָגטעגליכע לעבן פונעם פּויליש־ייִדישן פּראָלעטאַריאַט, פון וועלכן ער אַליין געשטאַמט. היות ער האָט געאַרבעט ווי אַ באַנק־אָנגעשטעלטער, האָט ער געשילדערט געשטאַלטן פון דער ספערע פונעם באַנקוועזן, אַ נאָווענע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, למשל, אין דער נאָוועלע "ניין אַ זייגער אין דער פרי" (1923), שפּעטער אַרויסגעגעבן אינעם באַנד אונטער דעם זעלבן נאָמען (1930)[3].

אין 1926 האָט פּערלע אָנגעהויבן שרייבן אַ סך סענסאַציאָנעלע דערציילונגען [4] פאַר "דער מאָמענט", וואָס ער פלעגט אונטערחתמענען ניט מיט דעם אייגענעם נאָמען נאָר מיט דריי שטערנדלעך (***).

די מלחמה־שריפטן[5][6]

אין אָנהייב פון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז פּערלע מיט זיין זון און שנור אַנטלאָפן פון וואַרשע קיין לעמבערג, וואוּ עס איז געווען אַ גרעסערע גרופּע פון ייִדישע שרייבער. דאָרטן האָט ער פאַרברענגט אַ רואיקע צייט אַפילו אויב ער האָט זיך אָנגעטראָפן אויף פּראָבלעמען מיט דער סאָוועטן־מאַכט צוליב זיינע בונדיסטישע שריפטן. ווען די נאַציס זענען באַפאַלן דעם ראַטן־פאַרבאַנד, איז פּערלע צוריק קיין וואַרשע, וואוּ ער האָט זיך באַטייליקט אין וואַרשעווער געטאָ אין אומלעגאַלע קולטורעלע און שריפטשטעלערישע טעטיגקייטן צוזאַמען מיט יצחק שיפּער, הלל זיידמאַן, יצחק קאַצענעלסאָן אד"גל. עמנואל רינגעלבלום האָט אים אַריינגעצויגן צו שרייבן פאַרן אונטערערדישן געטאָ־אַרכיוו, "עונג־שבת"[7].

אין 1942 האָט פּערלע געשריבן "חורבן וואַרשע"[8], אַ טאָגבוך און אַ כראָניק וואָס שילדערט די גרויזאַמע איבערלעבונגען בעת דעם גרויסן גירוש אין זומער פונעם זעלביקן יאָר, ווען די נאַציס האָבן צוזאַמענגעטריבן און פאַרשיקט 260000 איינוואוינער פון געטאָ קיין טרעבלינקע. אָט דער דאָקומענט געהערט צו די וויכטיגסטע עדותשאַפטן בנוגע די גירושים אין געטאָ. "4580"[9] איז פּערלעס לעצטע באַקאַנטע שריפטשטעלערישע אַרבעט. דער טיטל פאַררופט זיך אויף די נומערן וואָס די איינוואוינער אין וואַרשעווער געטאָ האָבן באַדאַרפט כּדי צו באַקומען אַן אַרבעט אין די "שאַפּס" (וואַרשטאַטן אין געטאָ). די אַרבעט איז געווען דער איינציג מעגליכער מיטל אויסצומיידן די באַלדיקע פאַרשיגונג. פּערלע און זיין זון האָבן נאָך איבערגעלעבט דעם גירוש פון יאַנואַר 1943, אַריבערגעגאַנגען אויף דער אַרישער זייט פון וואַרשע מיט פאַלשע פּאַפּירן. אין אַפּריל האָבן זיי געהאַט אַ לעצטע האָפענונג צו אַנטלויפן פון פּוילן (האָטעל פּאָלסקי אַפערע)[10], אָבער פאָטער און זון זענען פאַרשיקט און אומגעבראַכט געוואָרן אין בירקענוי (1943 אָדער 1944).

אַחוץ "חורבן וואַרשע", "4580" און "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" איז פּערלעס ווערק ביז אויפן היינטיגן טאָג קוים געפאָרשט.

ביבליאָגראַפיע

  • אונטער דער זון, וואַרשע: ברידער לעווין עפּשטיין און שותּפים, 1920
  • אין לאַנד פון דער ווייסל, וואַרשע: די צייט, 1922
  • זינד: נאָוועלן, וואַרשע: אַלט-יונג, 1923
  • ניין אַ זייגער אין דער פרי: נאָוועלן, ווילנע: קלעצקין, 1930
  • די גילדענע פּאַווע: ראָמאַן אין צוויי טיילן, טייל 1, וואַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1937 (WorldCat)
  • גילגולים, וואַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1939

פוסנאָטעס

  1. Perle, Yehoshue: Everyday Jews: Scenes from a vanished life. Edited by David Roskies. Translated from Yiddish by Maier Deshell and Margaret Birshteyn. New Haven: Yale University Press, 2007, p. VIII
  2. Perle 2007: p. IX
  3. Perle 2007: footnote 9
  4. שמערוק, חנה: לתולדות הספרות השונד ביידיש. אין: תרביץ נב, ב (תשמג). זז' 325-354
  5. דובר דפן, מאיה: יהושע פרלע: כתובים מתקופת המלחמה. אין: חוליות 11 (2008), זז' 93-114
  6. צווישן לעבן און טויט. פּובליקירט דורך בער מאַרק. וואַרשע: ייִדיש בוך, 1955. זז'5-15 און 142-149
  7. Kassow, Samuel D.: Who Will Write Our History? Emanuel Ringelblum, the Warsaw Ghetto, and the Oyneg Shabes Archive. Bloomington: Indiana University Press 2007
  8. Weinstock, Micheline et Nathan: Khurbm Varshe. L'anéantissement de la Varsovie juive. Revue d'histoire de la Shoah 164, pp. 102-112
  9. Roskies, David G.: The Literature of Destruction. Philadelphia: The Jewish Publication Society 1988. pp. 381-385 & 450-454
  10. דער האָטעל פּאָלסקי אַפערע: האָטעל פּאָלסקי איז געווען אַ האָטעל אין וואַרשע, וואָס די נאַציס האָבן באַניצט ווי אַן אינטערנירונגס־אָרט פאַר וואַרשעווער ייִדן. אָט די (רייכע) ייִדן האָבן דאָרטן געקענט קויפן אויסלענדישע פּאַספּאָרטן, מיט וועלכע זיי וואָלטן געקענט פאַרלאָזן דעם וואַרשעווער געטאָ. דער אומברענג פון די ייִדן רופט מען דעם האָטעל פּאָלסקי אַפערע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!